דעם 5טן מערץ 2010 זענען שטיצער פֿון דער רוסישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי געקומען קיין מאָסקווע אָפּצומערקן דעם 57סטן יאָרטאָג פֿון סטאַלינס טויט |
ווי באַקאַנט, גייט מען הייאָר פֿײַערן דעם 65סטן יוביליי נאָכן נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד. אין שײַכות מיט דער וויכטיקער דאַטע האָט מען אין דעם אַנשטאַלט פֿון דער מאָסקווער מוניציפּאַליטעט באַהאַנדלט, וווּ און וויפֿל אַרויסצושטעלן פּאָרטרעטן פֿון סטאַלינען. פֿרעגט זיך, וואָס פֿאַר אַ לײַטיש פּנים נאָך דעם קען מען האָבן אין דער דעמאָקראַטישער וועלט?
נישט לענגער ווי פֿאַראַיאָרן האָט די אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע אָנגענומען אַ דעקלאַראַציע, וווּ עס ווערט געשטעלט אַ גלײַכצייכן צווישן דעם סטאַליניסטישן קאָמוניזם און היטלעריסטישן נאַציזם. די אײַנפֿלוסרײַכע נעאָ־סטאַליניסטן אין רוסלאַנד האָבן גענומען שרײַען געוואַלד. ווי קען מען בכלל שטעלן אויף איין וואָגשאָל די נאַצישע בעסטיע און די סאָוועטישע מאַכט, בראָש מיט איר הויפּט־קאָמאַנדיר (גענעראַליסימוס), וואָס האָט זיי מנצח געווען? טשיקאַווע, אַז די אָנפֿירער פֿון די רוסיש־ייִדישע קאָנגרעסן האָבן מיטגעבומקעט מיט זיי און ניט נאָר זיי אַליין.
אין דער ליטווישער צײַטונג Letuvos ritas איז געווען אָפּגעדרוקט אַן אינטערוויו מיטן ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס. אָט, וועלכע "פּערל" איך האָב דאָרטן געפֿונען: "...סטאַלין איז אין אָנהייב געווען אַן איבערגעגעבענער קאָמוניסט. לטובֿת סטאַלינען איז דאָס, וואָס ער האָט באַזיגט היטלערן. סטאַלינס גרויזאַמקייט איז געווען דאַן אַ מוז־זאַך, דערפֿאַר וועל איך זיך ניט אײַלן אים צו טאַדלען". פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזעלכע דיבורים האָבן דאָרטן אַרויסגערופֿן אַ גרימצאָרן. קיין ספֿק ניט, אַז די צונויפֿשטעלער פֿון דער דעקלאַראַציע האָבן דערבײַ געהאַט גוטע כּוונות. איז מה־רעש? וועל איך פּרוּוון געבן אַן ענטפֿער.
דער היטלעריסטישער רעזשים האָט זײַן אויסראָט־פּראָגראַם, בעיקר לגבי ייִדן, אַנגעהויבן זומער 1941 און דאָס האָט זיך געענדיקט פֿרילינג 1945. דער אינטערנאַציאָנאַלער קריגס־טריבונאַל אין נירנבערג (1945—1946) האָט פֿאַרמישפּט די פֿאַרברעכער־באַנדע און איר מאָנסטעריעזע פּראַקטיק. דער סטאַליניסטישער רעזשים האָט פֿון די 1930ער ביז די אָנהייב 1950ער יאָרן סיסטעמאַטיש אומגעבראַכט אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג און זי געהאַלטן אונטער אַ שרעקלעכן טעראָר־דרוק. פּאַראַדאָקסאַל, אַז איבער דער קרעמל־קליקע איז אַזאַ "נירנבערגער טריבונאַל" ניט דורכגעפֿירט געוואָרן. פּראָמינענטע אינטעלעקטואַלן אין און מחוץ רוסלאַנד האַלטן, אַז מען איז באַגאַנגען אַ גרויסן היסטאָרישן פֿעלער.
אפֿשר האָט מען געטראַכט, אַז מען קען אָפּקומען מיט נ. כרושטשאָווס דעמאַסקירונג פֿון סטאַלינס קולט אין פֿעברואַר 1956. אָבער ווי זײַנער אַ נאָענטער מיטאַרבעטער איז ער אַרויסגעטראָטן ניט עפֿנטלעך, נײַערט אויף אַ פֿאַרמאַכטער זיצונג, כּדי מען זאָל ניט פֿרעגן קיין איבעריקע קשיאות. צוליב זײַן פּערזענלעכער אַמביציע האָט ער אויך געוואָלט ווערן היסטאָריש פֿאַראייביקט. די אייראָפּעער, ווי דזשענטעלמענער, האָבן דאָך געהאַט פֿרײַע הענט און געקענט שוין פֿריִער פֿאַראורטיילן דעם רציחהדיקן סטאַליניזם. אַ גאַנץ פּאַסיקע צײַט דערצו איז געווען גלײַך נאָכן צעפֿאַלן זיך פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע. האָט די אייראָפּעיִשע אַסאַמבלעע זיך "אויסגעשלאָפֿן" אין 2009, ווען אין רוסלאַנד האָבן שוין ווידער זיך אַרויפֿגעשטעלט די נעאָ־סטאַליניסטן. די לײַט שרײַען ממש מיט פֿאַרגלאָצטע אויגן: "פֿאַרלאָרן אַזאַ גרויסמאַכט!"
וואָס יאָ, אַן אינטערנאַציאָנאַלע אינסטאַנץ האָט דעם גרויזאַמען רעזשים אָפֿיציעל אָנגערופֿן בײַם נאָמען. האָבן טאַקע די שוואַרצלינגען מיט אימפּעט גענומען פֿאָכען מיט סטאַלינס בלוטדאָרשטיקע פֿאַרדינסטן: אינדוסטריאַליזאַציע, מיליטאַריזאַציע, וועלכע האָבן דערמעגלעכט סטאַלינען צו באַזיגן היטלערן. נאָך אַלע מעשׂיות האָט די רויטע אַרמיי אין אָנהייב מלחמה געליטן אַ וויסטע מפּלה. בערך 4 מיליאָן פֿאַרלוירענע סאָלדאַטן, אומגעקומענע אָדער אַרײַנגעפֿאַלענע אין געפֿאַנגענשאַפֿט. מאָסקווע איז קוים מיט ניסים אײַנגעשטאַנען. פֿאַראַן ידיעות, אַז די קליקע פֿון קרעמל האָט אַפֿילו בסוד, דורך פֿאַרמיטלער, פֿאָרגעלייגט די דײַטשן אַ סעפּאַראַטן שלום. בכלל, דעם שטויס צום היטלעריסטישן קריגס־מאַרש האָט געגעבן דער פֿאַרברעכערישער פּאַקט פֿון מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ. זײַנען עטלעכע רוסלענדישע היסטאָריקער אַרויס מיט אַ שפּאָגל נײַעם פּיזמון. די צווייטע וועלט־מלחמה איז גאָר אויסגעבראָכן צוליב פּוילנס שולד. די "פּוילישע פּאַנעס" איז ניט אָנגעשטאַנען נאָכצוגעבן נאַצי־דײַטשלאַנדס טעריטאָריעלע פֿאָדערונגען... פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ קריפּל הינקט אויף ביידע פֿיס.
הכּלל, מיט הילכיקע דעקלאַראַציעס און רעדעס קען מען אין אַזאַ זייער ווייטיקדיקן היסטאָרישן ענין ווינציק וואָס דערגרייכן. ס׳איז קלאָר, אַז מיט דעם קען מען נישט פֿאַרבײַטן אַן אינטערנאַציאָנאַלן טריבונאַל. ווײַל אַ טריבונאַל שטעלט דעם טראָפּ אויף באַגאַנגענע אַכזריות און באַשטראָפֿט די שולדיקע. חוץ דעם זאָרגט ער, אַז זיי זאָלן זיך להבא ניט איבערחזרן. אַז דאָס איז געטאָן געוואָרן בתּכלית האָט באַשײַמפּערלעך דערוויזן די עפֿעקטיווע נאָכמלחמהדיקע דענאַציפֿיקאַציע אין מערבֿ־דײַטשלאַנד. זאָל נאָר אַ דײַטשישער בירגער אַרויסגיין אין גאַס מיט היטלערס בילד וועט מען אים תּיכּף אַרעסטירן.