איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד.
אין ענגלאַנד האָבן די זשורנאַליסטן זיך באַזונדערס זשעדנע צוגעכאַפּט צו דער מעשׂה אַרום דער 28־יאָריקער רוסישער (פּינקטלעכער — אוקראַיִנישער) פֿרוי אַנאַ טשעפּמאַן, וואָס אַ היפּש ביסל קאָמענטאַטאָרן באַשרײַבן זי שיִער ניט ווי אַ יפֿת-תּואר, אַ "פֿאַם פֿאַטאַל", און אַזוי ווײַטער. ס’איז אַוודאי אַ פֿראַגע פֿון טעם. אַזוי צי אַזוי, אָבער אַן ענגלישער בחור, אַלעקס טשעפּמאַן, האָט זיך טאַקע שרעקלעך פֿאַרליבט אין איר און, כאָטש זײַן מוטער איז ניט געווען גליקלעך מיט אַזאַ קער, האָט ער מיט איר חתונה געהאַט. אַזוי איז זי — אַ מיידל מיט אַן אוקראַיִנישן פֿאַמיליע-נאָמען, קושטשענקאָ — געוואָרן מיסיס אַנאַ טשעפּמאַן און, אין אַ געהעריקער צײַט אַרום, אַ בריטישע בירגערין.
מיט אַלעקס טשעפּמאַנען — אַ פּוסטע כּלי, לויט אַלע סימנים — האָט זי געלעבט נאָר עטלעכע יאָר. איצט מאַכט ער אַ ביסל געלט פֿון דער גאַנצער געשיכטע, מחמת די צײַטונגען זײַנען גרייט צו צאָלן אים פֿאַר סענסאַציאָנעלע פּרטים פֿון זײַן געוועזענער ווײַבס לעבן. אַ חוץ די זשורנאַליסטן, מוז ער רעדן אויך (אַ פּנים, שוין אומזיסט) מיט מלוכישע מענטשן, וועלכע אינטערעסירן זיך איצט, צי אַנאַ טשעפּמאַן האָט שוין געאַרבעט ווי אַ רוסישער אַגענט אין די יאָרן, ווען זי האָט געוווינט אין לאָנדאָן.
פֿון אַלעקס טשעפּמאַנען האָט די וועלט זיך דערוווּסט וועגן אַנאַס פֿאָטער, אַ רוסישן דיפּלאָמאַט, צי שפּיאָן, אָדער ביידע זאַכן צוזאַמען. יעדנפֿאַלס, האָט דער איידעם אים פֿאַרגעדענקט ווי אַ מורא-אַרויסרופֿנדיקן פּאַרשוין. וואַסילי קושטשענקאָ, אַ געוועזענער פּאָליציאַנט אין דער אוקראַיִנישער שטאָט כאַרקאָוו (וווּ אַנאַ איז געבוירן געוואָרן אין 1982), האָט שפּעטער געוווינט אין רוסלאַנד און יאַקאָס זיך אַרויפֿגעאַרבעט, ביז ווערן אַן אַמבאַסאַדאָר, רעפּרעזענטירנדיק רוסלאַנד אין קעניע. קושטשענקאָ, דער טאַטע, האָט אויך געאַרבעט אין זימבאַבווע — אַ מדינה, מיט וועלכער ס’איז פֿאַרבונדן אַנאַס ערשטע געשעפֿט, וואָס קלינגט ווי אַן עפּיזאָד פֿון אַ ביליקן סיפּור-המעשׂה.
אין דעם געשעפֿט האָט די צענטראַלע ראָלע געשפּילט עפּעס אַ 37-יאָריקער פּאַרשוין מיט פּעסער פֿון זימבאַבווע, דרום-אַפֿריקע און גרויס-בריטאַניע. דעם פּאַרשוינס ווײַב, אַ געוועזענע "בויך-טענצערין", מיט זיבן יאָר עלטער פֿון איר מאַן, טראָגט לעצטנס דעם נאָמען דזשאָאַן, כאָטש פֿריִער האָט זי געהייסן ליודמילאַ פּאַרכאָמענקאָ. דער זימבאַבווער יאַט, קען שאַרפּ הייסט ער, רעדט אַ גוטן רוסיש (אפֿשר האָט ער זיך געלערנט אין רוסלאַנד?). אַנאַס פֿאָטער איז אַ געוויסע צײַט אויך געווען פֿאַרבינדן מיט דער פֿירמע, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ קאַנאַל, אַ מין Western Union (ניט צופֿעליק הייסט די פֿירמע Southern Union), פֿאַר איבערשיקן געלט — די רייד גייט וועגן זייער גרויסע סומעס — צווישן זימבאַבווע און ענגלאַנד. דאָס גאַנצע געשעפֿט האָט גענומען אויסזען נאָך מאָדנער, ווען אַן ענגלענדער, וועמענס נאָמען שטייט פֿאַרשריבן אין די רעגיסטראַציע-פּאַפּירן ווי אַ דירעקטאָר פֿון דער פֿירמע, האָט געלאָזט וויסן בקול-רם, אַז ער האָט נאָר לעצטנס, פֿון דער פּרעסע, זיך דערוווּסט וועגן אָט דעם שליחות זײַנעם.
שפּעטער, ווען אַנאַ איז אַוועק פֿון איר מאַן, האָט זי זיך געדרייט שוין מיט, און צווישן, מענער פֿון גאָר אַן אַנדער סאָציאַלן און פֿינאַנציעלן קאַליבער. די זשורנאַליסטן האָבן אויסגעגראָבן און באַשריבן אירע באַקאַנטשאַפֿטן. איצט רעדט מען שוין וועגן אירע באַמיִונגען אַרײַנצוגיין אין די קרײַזן פֿון די בריטישע פּרינצן — וויליאַם און האַרי. אָבער דער סוף איז געווען, אַז אַנאַ איז אויף אַ צײַט אַוועקגעפֿאָרן קיין מאָסקווע, וווּ עס וווינען איצט אירע עלטערן, און דערנאָך האָט זי זיך באַוויזן אין ניו-יאָרק. קיין סוד פֿון אירע מיגראַציעס האָט זי ניט געמאַכט — זי האָט זיך זייער אַקטיוו באַטייליקט אין עטלעכע אינטערנעץ-קיבעצאַרניעס, אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט אירע פֿרײַנד.
דאָ מוז איך זאָגן, אַז איך פֿאַרשטיי אַ קרענק אין די שפּיאָנאַזש־זאַכן. איך געהער אַפֿילו ניט צו דער קאַטעגאָריע לייענער, וואָס שלינגען אַרײַן דעטעקטיוון. מיך אינטערעסירט די גאַנצע געשיכטע פֿון אַן אַנדער זײַט — דווקא פֿון דער ייִדישער. גיט נאָר אַ קוק: הונדערטער טויזנטער רוסיש-רעדנדיקע ייִדן האָבן זיך באַזעצט איבער דער גאָרער וועלט, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאַכט זיך, וואָס קען זײַן בעסער — נעמט און רעקרוטירט אין דעם עולם עטלעכע מענטשן, בײַ וועלכע מע דאַרף ניט אַפֿילו בײַטן זייערע נעמען. דאַרפֿט איר האָבן אַ שיינע פֿרוי — טאָ וואָס, זײַנען שוין אַזעלכע ניטאָ אין ברײַטאָן-ביטש צי נאָך ערגעץ-וווּ? ניין, שיקן זיי אַרײַן עפּעס אַן אַנאַ.
איך פֿאַרשטיי עס אַזוי:
אָדער מע פֿאַרטרויט ניט די ייִדן, אָדער די גאַנצע מעשׂה שפּיגלט פּשוט אָפּ דעם פֿאַרנעם פֿון קאָרופּציע אין רוסלאַנד.
צוליב וואָס דאַרף מען אַרײַנלייגן געלט אין אַ ייִדישער פֿרוי, ווען מע קען העלפֿן אַ טאָכטער פֿון אַן אייגענעם מענטשן. זאָל זי געניסן פֿון די טויזנטער דאָלאַרן, וואָס די מלוכה לייגט אַרײַן אין די אויסשפּיר-אָפּעראַציעס. דערווײַל זעט מיר אויס די דאָזיקע אומלאָגישע (דאָס הייסט — עכט רוסישע) דערקלערונג באַזונדערס לאָגיש.