מיר דוכט זיך, "גלאָבאַליזירונג" האַלט לעצטנס אין ווערן אַ שלאָגוואָרט אויף דער ליבעראַלער ייִדישער גאַס. ווי ריצנאייל בײַ אַן אַמאָליקן רופֿא, איז "גלאָבאַליזירונג" כּלומרשט אַ רפֿואה, וואָס היילט אָדער קלערט אויף אַלע ווייטיקן און קרענק. אויף אָט דעם טערמין טרעפֿט מען זיך אָן בײַם באַוווּנדערן דעם שנעלן פֿאַרשפּרייט פֿון נײַע מאָדעס, נײַע מינים קונסט, אַ נײַעם מין "פֿלו", שפּײַזן און אַמוזירונגען וואָס זענען קראַנט איבער דער לענג און דער ברייט פֿון דער אינדוסטריעלער וועלט. און וואָס ניט? פֿון וואַנען נעמען זיך די אַלע פֿינאַנציעלע דאגות און אומגליקן איבער דער גאָרער וועלט? ס׳איז אַ וווּנדערלעכער באַגריף וואָס פֿאַר אַלץ און פֿאַר אַלעמען איז עס אָנגעמאָסטן. אַ מאָל האָט מען די אַלע ענינים באַצייכנט מיט אַן אַנדער שלאָגוואָרט: "אַמעריקאַניזאַציע", אָדער מילדער געזאָגט: "מאָדערניזאַציע", אָדער שאַרפֿער געזאָגט: "קאָקאַ־קאָלאָניזאַציע".
איך מיין דאָ ניט צו געבן אָנצוהערן אַז דער טערמין "גלאָבאַליזאַציע" באַציט זיך אויף, לחלוטין, ניט מער ווי איגנאָראַנטע אָדער אויף אידעאָלאָגיש־באַפֿאַרבטע בויך־סבֿרות, און זיכער ניט אַז ס׳איז בכלל ניט פֿאַראַן אַזאַ פֿענאָמען: אַז ס׳איז פּשוט "ניט־געשטויגן, ניט־געפֿלויגן". איך מיין נאָר צו זאָגן, אַז הינטער דעם גוט־באַקאַנטן אמת, אַז מיט דער נײַער צײַט איז די וועלט קלענער געוואָרן, און אַז די גרויסמאַכטן פֿירן דערין די גרענדע, ניט נאָר עקאָנאָמיש און מיליטעריש, נאָר אויך וואָס שייך כּסדר גרעסערע טיילן פֿון דער אומעטומיקער טאָג־טעגלעכקייט, ווערט פֿאַרשטעלט און פֿאַרשאָטן (און אַפֿילו געמאַכט צו קליינגעלט) די נאָך נישקשהדיקע פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿונעם לאָקאַלן לעבן און פֿון די לאָקאַלע קולטור־ירושות, אונדזערע בתוכם.
גלאָבאַליזירונג און לאָקאַליזירונג
פֿאַראַן אַפֿילו אַזעלכע וואָס שטעלן אַוועק אָט די צוויי אַנדערשדיקע פּראָצעסן ווי אַנטקעגנדיקע און היפּוכדיקע כּוחות. אָבער נישט יעדער חילוק איז דווקא אַ היפּוך! די וועלט איז פֿול מיט דוגמאָות פֿון דער קאָעקזיסטענץ פֿון חילוקים, אַזוי פֿול ווי אַ מילגרוים מיט קערנדלעך. די נטיה צו פּסקענען "אָדער אַזוי, אָדער אַזוי" אין שײַכות מיט יעדן חילוק, איז אַ טאָטאַליטאַרער שטריך, אַ "פּרינציפּיעלער" און ניט דווקא קיין פֿאַקטנדיקער. אָבער צי די וואַקסנדיקע גלאָבאַליזאַציע איז יאָ אָדער ניט ממש בײַגעקומען אַ געוויסן היפּוכדיקן פּראָצעס אויף אַ געוויס אָרט, דאָס איז דאָך אויך אַ פֿאַקטנדיקער ענין און מען מוז תּמיד זײַן זיכער וואָס די פֿאַקטן זײַנען און צי דער בעל־דבֿר רעדט, אין אַ געגעבענער קאָניונקטור, טאַקע וועגן די פֿאַקטן צי וועגן זײַנע אייגענע האָפֿענונגען, מיינונגען צי גאָר זײַן שוואַרץ־זעערײַ לגבי דער צוקונפֿט.
עטלעכע דוגמאָות בײַם פֿאַלש פֿאַררופֿן זיך אויף "גלאָבאַליזאַציע"
מײַנס אַ קאָלעגע פֿון דער סאָציאָלינגוויסטישער בראַנזשע האָט לעצטנס "געפּסקנט" אַז קיין אייגענע "אמתע עטנישע אידענטיפֿיקאַציע" איז שוין מער ניט בנימצא אין די אַמאָליקע סאָוועטישע רעפּובליקן פֿון צענטראַל־אַזיע (טאַדזשיקיסטאַן, קאַזאַכסטאַן, קירגיזסטאַן און אוזבעקיסטאַן), אַלע איסלאַמישע. איצט גילט דאָרט משמעות רק די "גלאָבאַליזאַציע", דאָס הייסט, אַז דאָס וואָס דער קאָמוניזם האָט ניט געקענט אויסוואָרצלען מיט בייזן אין משך פֿון היפּש־מער ווי אַ האַלבן יאָרהונדערט, האָט די גלאָבאַליזאַציע דערגרייכט אין משך פֿון אַ סך אַ קירצערער צײַט און מיט גוטן. איך האָב גראָד געהאַלטן אַז ס׳הייבט זיך ניט אָן און ס׳לאָזט זיך ניט אויס! הייסט דאָס, אַז אונדזערע מיינונגען זענען זיך אין דעם פּרט שטאַרק צעגאַנגען, ווײַל לפֿי־דעתי זענען אין אַלע יענע "רעפּובליקן" נאָך פֿאַראַן גאָר אַ סך אויסדרוקן פֿון לאָקאַלער עטנישער אידענטיפֿיקאַציע. האָב איך זיך ניט געפֿוילט און וועגן דעם זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ אַן אַנדער קאָלעגע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך טאַקע אין יענע זעלבע מקומות. און יענער האָט געהאַלטן, אַז דער דאָרטיקער מצבֿ וואָס שייך גלאָבאַליזאַציע איז אַ ביסל אַן אַנדערער אין יעדער פֿון די צענטראַל־אַזיאַטישע רעפּובליקן. אָבער אַ חוץ דעם, איז די לאָקאַלע און די איסלאַמישע עטנישע אידענטיפֿיקאַציע אומעטום צום שטאַרקסטן אין שײַכות מיט אַזעלכע ענינים ווי היים, משפּחה, רעליגיע און יום־טובֿים. קיין אײַזערנע באַווײַזן וועגן דעם ווער פֿון די ביידע בעלי־פּלוגתּא איז אין דעם פֿאַל גערעכט האָב איך נאָך אַלץ ניט, און מײַן אייגענע מיינונג וועגן דעם איז דאָך אויך בלויז אַ מיינונג. נאָר קלאָר איז, אַז די צווייטע מיינונג איז פֿאָרט מער ניואַנסירט ווי די ערשטע און דערמיט אַליין טאַקע, מסתּמא, נעענטער צו דער וואָר.
אַבֿרהם בורג באַקומט דאָס וואָרט
נאָך אַ באַגעגעניש מיט דעם איבערגעטריבענעם מיטאָס וועגן גלאָבאַליזאַציע ווי אַ סגולה פֿאַר אַלץ און פֿאַר אַלעמען, האָב איך לעצטנס איבערגעלעבט אין שײַכות מיט אַ מיינונג פֿונעם אַמאָליקן ישׂראל־מיניסטער אַבֿרהם בורג. אין זײַנס אַ נײַ בוך, רעדט ער שטאַרק צו, אַז ישׂראל זאָל שלום מאַכן מיט די אַראַבער. מיר לעבן דאָך אין אַ נײַער צײַט, אין וועלכער אַלע מדינות דאַרפֿן זיך באַטייליקן מיט די נײַסטע מעטאָדן און אויסגעפֿינסן פֿון דער וויסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע, כּדי צו געפֿינען קאָנסטרוקטיווע, בשותּפֿותדיקע ענטפֿערס אויף אַלע פּראָבלעמען און כּדי צו באַפֿרידיקן די נייטן פֿון אַלע באַפֿעלקערונגען און צדדים. אויב אַזוי, האָט בורג געעצהט, דאַרף ישׂראל פּטור ווערן פֿון די אַלע אַלטמאָדישע מוראס און חשדים אויפֿן חשבון פֿון די אַראַבער, וואָס זיי זײַנען אַלע באַזירט אויף זכרונות פֿון דער נאַצי־צײַט, פֿונעם גלות און פֿונעם מיטלעלטער. איצט, ווען ישׂראל לעבט, ברוך־השם, אין אַ גאָר אַנדערער וועלט, אין דער גלאָבאַליזירטער וועלט, און האָט די שטאַרקסטע באַוואָפֿנטע כּוחות אינעם מיטל־מיזרח, און ווען אַמעריקע און "נאַטאָ" קענען זיך גאַנץ גוט ספּראַווען מיט איראַן, דאַרף זיך ישׂראל "נאָרמאַליזירן" און לעבן בשלום מיט אירע שכנים, פּונקט ווי עס טוען אַלע אַנדערע מאָדערנע לענדער אויף דער וועלט! דאָס איז דאָס געבאָט פֿונעם מאָדערנעם וועלטמאַרק און פֿונעם מאָדערנעם סדר־העולם בכלל!
האָב איך זיך געטראַכט, אַז על־פּי לאָגיק איז בורג אפֿשר גערעכט. וואָס טוט מען אָבער ווען דער צד־שכּנגד וויל ניט האַנדלען לגבי אָט דעם ענין לויט די כּללים פֿון אַ ראַציאָנעלן מאַרק וואָס נייטיקט זיך אין שלום־ושלווה, אין אָרדענונג, אין געזעצמעסיקייט א״אַ אַזעלכע נאָרמאַלע אויפֿפֿירן? ס׳קען זײַן אמת, אַז ישׂראלים זענען טאַקע, ווי בורג האַלט, נאָך אַלץ טראַוומאַטיזירט פֿונעם גאָר ביטערן ייִדישן נעכטן. אָבער וואָס זאָלן זיי טאָן ווען די שכנים אין דער געגנט וווּ זיי לעבן זענען פֿאָרט אויך מער ווי אַ ביסל געכאַפּט אין דער מעשׂה פֿון אייגענע אײַנרעדענישן און שׂינאת־חינם? ווי זאָגט דאָס ענגלישע ווערטל: "אַפֿילו די וואָס לײַדן פֿון פֿאַרפֿאָלגונג־קאָמפּלעקסן האָבן, פֿון צײַט צו צײַט, טאַקע אמתע שׂונאים אויך, קעגן וועלכע זיי מוזן זיך היטן". אין אַזאַ פֿאַל, וועט בלויז אַ גלויבן אין גלאָבאַליזירונג ניט זײַן קיין גענוגנדיקע סגולה. דער פּשוטער, "נאָרמאַלער" שׂכל איז דעמאָלט אויך מחויבֿ, אַז דער וואָס לעבט אין אַ שטענדיקער, פֿאַקטנדיקער מורא זאָל זיך באַצײַטנס באַוואָרענען קעגן דעם מעגלעכן שלעכטס וואָס שטאַמט פֿון אַ פֿײַנטלעכן דרויסן.
ייִדיש און גלאָבאַליזירונג
אויב בורג, וואָס איז כּל־ימיו אי אַ פֿרומער, אי אַן איבערגעגעבענער ציוניסט, אי אַ שטיקל לינקער אַ חוץ אַלעמען, קען באַנוצן דעם פּיזמון וועגן גלאָבאַליזירונג לגבי די געפֿאַרן פֿאַר מדינת־ישׂראל, קענט איר זיך שוין פֿאָרשטעלן וואָס די ייִדישע בעלי־אמונה־בגלאָבאַליזאַציע טראַכטן און זאָגן וועגן ייִדן, ייִדיש און ייִדישקייט בכלל. זיי פֿרעגן דאָך געוויס: ווער דאַרף עס הײַנט צו טאָג "אַזעלכע אָפּגעלעבטע שמות?", וואָס זענען ניט מער ווי אָפּגעבליאַקעוועטע איבערבלײַבן פֿונעם מיטלעלטער! ייִדן, ייִדישקייט און ייִדיש — זיי זענען צוזאַמען, מסתּמא, ניט ווערט די מי און זאָרג וואָס זיי האָבן אונדז אַלעמען כּסדר אָפּגעקאָסט און קאָסטן אונדז נאָך אָפּ עד־היום. וואָס פֿאַר אַ מעגלעכן נוצן ברענגען זיי דען אין אַ וועלט וואָס פֿירט זיך לויטן נײַעם נוסח פֿון מאָדערנקייט און גלאָבאַליזירונג?
נו, דער ענטפֿער אויף אָט אַזאַ מכריעדיקער קשיא ווענדט זיך אין דעם, וואָס מען באַטראַכט ווי אַ "נוצן". אויב "נוצן" הייסט דווקא בלויז געווער, געצײַג און האָב־און־גוטס, האָבן אָט די דרײַ ווערטער טאַקע קיין סך נוצן ניט. אָבער אויב "נוצן" הייסט אויך אויפֿהיטן דאָס געפֿיל פֿון קדושה, פֿון דער המשכדיקייט פֿון דורות, דאָס אויפֿהיטן ווערטן, וואָס זענען נאָך העכער פֿון גשמיות און פֿונעם לעבן אַליין, דאַן זענען אָט די לעצטע דרײַ (ייִדן, ייִדישקייט און ייִדיש) פֿון דער העכסטער וויכטיקייט, פּונקט ווי עס זײַנען די ווערטן פֿון דעמאָקראַטיע, פֿרײַהייט און גלײַכהייט צווישן פֿעלקער, לשונות און קולטורן. און אויב אָט די לעצטע פֿינף ווערטן האָבן אויך קיין שום ממשותדיקן ווערט ניט, טאָ זאָגט מיר, בעט איך אײַך, מ״ר אַבֿרהם בורג, וואָס איז די ווערט פֿונעם לעבן בכלל? צי דערפֿירט ניט דער אָנגייענדיקער ישׂראלדיקער שלילת־הגלות טאַקע צו שלילת־המענטש אויך? אויף דעם האָבן מיר געדאַרפֿט אַ ייִדישע מדינה? אויף דעם קען מען דען בויען אַ מדינה וואָס זאָל אויך זײַן אי אַ ייִדישע, אי אַ דעמאָקראַטישע? די גלאָבאַליזאַציע זעט מיר אויס צו זײַן אַ שוואַכער פֿונדאַמענט כּדי צו דערגרייכן אָט די לעצטע צילן.
די קאָמפּליצירטקייט פֿון "אידענטיטעט"
די אידענטיטעטן זענען בײַ אונדז אַלעמען גאָר קאָמפּליצירטע. איך, למשל, בין אי אַ מאַן, אַ טאַטע, אַ זיידע, אַ ייִד (אי אַ מאָדערנער, אי אַ טראַדיציאָנעלער), אַן אַמעריקאַנער, אַן אַקאַדעמיקער, אַ סאָציאָלינגוויסט און דערבײַ אַ שטאַרק פֿאַרליבטער אין ייִדיש, אַ מענטשנפֿרײַנד און אַ פֿעלקערפֿרײַנד. יעדער קנייטש פֿון אָט דער נישקשהדיק־קאָמפּליצירטער אידענטיטעט קומט צום אויסדרוק און באַקומט אַפֿילו די אייבערהאַנט אין באַשטימטע קאָניונקטורן. אַמאָל פֿאַרבינדן זיי זיך איינע מיט דער אַנדערער און אַמאָל שטייען זיי שאַרף אָפּגעגרענעצט איינע פֿון די אַנדערע, און אַ מאָל גיסן זיי זיך צונויף מיט באַשטימטע אַנדערע אייגנשאַפֿטן. איך באַטראַכט זיי אַלע ווי טיילן פֿון מײַן אידענטיטעט, ווײַל ווען איך וואָלט זיך געדאַרפֿט אָפּטיילן אַפֿילו פֿון איינעם פֿון זיי וואָלט איך ניט געווען "איך", נאָר גאָר אַן אַנדערער! דערפֿאַר קען איך ניט אָננעמען די איין־און־איינציקע אידענטיטעט פֿון אַ טאָטאַל מאָדערנעם און גלאָבאַליזאַציע־אָריענטירטן יחיד. און אויב איך, ווי אַ יחיד, האָב אַזאַ קאָמפּליצירטע אידענטיטעט, קענט איר זיך שוין אַליין פֿאָרשטעלן ווי קאָמפּליצירט עס קען זײַן די אידענטיטעט פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק, און נאָך פֿון אַן אַלט פֿאָלק, וואָס איז שוין "אומעטום ‘געוואָן’ און אַלצדינג שוין ‘געזאָן’" (לויט יעקבֿ גלאַטשטיינס אַ קלאַסיש־שיינער פּאָעמע). אַזאַ פֿאָלק טאָר מען זיכער ניט פֿאַרפּשוטן כּדי עס אויסצושטימען מיט די טעאָריעס פֿון דער לעצטער בלית־ברירהדיק פֿאַרבײַגייענדיקער מאָדע פֿון דער פּאָפּולערער און נאָכמאַכערישער וועלט־פּאָליטיק.