פֿרויען פֿון דער "יאָנג איזראַעל פֿון סענטיורי־סיטי", לאָס־אַנדזשעלעס, פּאַקן אײַן שלח־מנות לכּבֿוד פּורים, מערץ 2008 |
Young Israel of Century City |
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, בעת די אַמעריקאַנער ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אויפֿן סאָציאָ־עקאָנאָמישן לייטער, האָבן אַ סך פֿון זיי פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבן־שטייגער. צום טייל, איז עס געווען ווײַל ס׳רובֿ שטעלעס האָבן געפֿאָדערט צו אַרבעטן שבת; צום טייל — ווײַל די אימיגראַנטן און זייערע קינדער האָבן געוואָלט זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און זיי האָבן מורא געהאַט, אַז צו היטן כּשרות, שבת און טהרת־המשפּחה וואָלט פּשוט אויסגעזען "צו ייִדישלעך", צו אַלטמאָדיש — און אַפֿילו אויסטערליש. ווי אַ פּועל־יוצא, זענען די אָרטאָדאָקסישע שילן געוואָרן אַלץ ליידיקער.
כּדי אָפּצושטעלן די אַסימיליאַציע, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט, האָבן צוויי רבנים, הרבֿ ישׂראל פֿרידלאַנדער און הרבֿ מרדכי קאַפּלאַן, אין 1912, געגרינדעט דעם "לאַנדישן ראַט פֿון יאָנג איזראַעל". די באַוועגונג האָט געזאָלט ווײַזן די אימיגראַנטן און זייערע קינדער, אַז דאָס גיין אין אַן אָרטאָדאָקסישער שיל קאָן זײַן אַ פּאָזיטיווע, לעבעדיקע און דורכויס אַמעריקאַנער איבערלעבונג. דערפֿון איז אַרויסגעוואַקסן אַ גאַנצע נעץ שילן איבער אַמעריקע מיט דער "יאָנג איזראַעל"־מאַרקע, וווּ מע האָט געזונגען צוזאַמען בײַם דאַווענען; וווּ קינדער האָבן פֿריילעך אָנטיילגענומען אין די יוגנטלעכע תּפֿילה־געזאַנגען; וווּ מע האָט אָרגאַניזירט ציוניסטישע און פֿאַרווײַלערישע פּראָגראַמען פֿאַר די משפּחות, און אויך ספּעציעלע טאַנץ־אָוונטן פֿאַר די מיידלעך און בחורים, כּדי צו פֿאַרבעסערן די מעגלעכקייט, אַז די יונגע ייִדן זאָלן נישט חתונה האָבן מיט נישט־ייִדן.
אָבער ווען דער לאַנדישער ראַט האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט אַ ריי נײַע פּסקים פֿאַר זײַנע שילן, האָבן אַ טייל רבנים, שול־פּרעזידענטן און מתפּללים אויסגעדריקט אַ בפֿירושע אומצופֿרידנקייט מיט דער ענדערונג, און אַפֿילו געזאָגט, אַז די פּסקים האָבן אַ תּל געמאַכט פֿונעם פּאָזיטיוון, אויסגעשפּאַנטן טאָן פֿון דער באַוועגונג.
די שטאַרקסטע קריטיק אין שײַכות מיטן פּסק איז, אַז אַלע רבנים וואָס ווענדן זיך נאָך אַ פּאָזיציע אין אַ "יאָנג איזראַעל"־סינאַגאָגע מוזן, צו ערשט, באַשטעטיקט ווערן פֿון דרײַ רבנים פֿונעם לאַנדישן ראַט. דערצו האָט דער לאַנדישער ראַט געפּסקנט, אַז פֿרויען און גרים טאָרן נישט ווערן קיין פּרעזידענט פֿון אַ "יאָנג איזראַעל", און האָט אויך פֿאַרווערט די תּפֿילה־גרופּעס און מגילה־לייענען אָנגעפֿירט צו ווערן פֿון פֿרויען. אַ מעלדונג וועגן די פּסקים האָט מען אַרויסגעשיקט צו אַלע שילן אין אויגוסט 2007, און אַן אַרטיקל וועגן דעם האָט מען אָפּגעדרוקט אינעם האַרבסט 2007־נומער פֿונעם "יאָנג־איזראַעל"־זשורנאַל, Viewpoint.
ביז איצט האָבן אַלע "יאָנג־איזראַעל"־שילן בלויז געדאַרפֿט פֿאָלגן דרײַ תּקנות: די שיל דאַרף האָבן אַ כּשרע מחיצה; די שיל־פֿירער מוזן היטן שבת, און דאָס פּאַרקיר־פֿעלד פֿון דער שיל זאָל שבת און יום־טובֿ זײַן געשלאָסן.
די ראַט־פֿירער האָבן דערקלערט, אַז זיי האָבן באַשלאָסן גוטהייסן אַלע קאַנדידאַטן אויף אַ רבֿ, ווײַל "הײַנט קען מען באַקומען סמיכה דורך דער אינטערנעץ אָדער פֿאַקס־מאַשין, און דערפֿאַר ווילן מיר אַליין זען דעם קאַנדידאַט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, ערשטנס, צי דער קאַנדידאַט איז גענוג געלערנט אין תּורה־ענינים, און צווייטנס, צי ער פֿירט טאַקע אַן אָרטאָדאָקסישן לעבן־שטייגער."
עטלעכע רבנים האָבן אָבער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די אמתע סיבה פֿונעם פּסק איז געווען אויסצושליסן יענע קאַנדידאַטן, וואָס זיי האַלטן פֿאַר "צו ליבעראַל"; בפֿרט די פֿונעם נײַעם פּאָפּולערן רבנישן סעמינאַר "חובֿבֿי־תּורה", וואָס באַמיט זיך צו דערציִען מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים, וועלכע זענען מער אָפֿן און בייגעוודיק וואָס שייך די קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען פֿון דער הײַנטיקער וועלט, און מער סענסיטיוו צו די באַדערפֿענישן פֿון אַלע ייִדן (צי זיי זענען פֿרום צי נישט) און אויך פֿון נישט־ייִדן.
הגם די מעלדונג פֿונעם לאַנדישן ראַט האָט באַטאָנט, אַז ס׳רובֿ "יאָנג איזראַעל"־שילן שטיצן די תּקנות, האָט אַן אַרטיקל אין דער סטודענטן־צײַטונג פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, The Commentator (דעצעמבער 2007) געטענהט אַנדערש. דורך אַ ריי שמועסן מיט צענדליקער רבנים, פּרעזידענטן און אַנדערע כּלל־טוער פֿון די "יאָנג איזראַעל"־שילן איז אַרויסגעקומען אַ בפֿירושע אומצופֿרידנקייט וועגן דעם באַשלוס פֿונעם נאַציאָנאַלן ראַט צו פֿאַרשטאַרקן זײַן כּוח, אויפֿן חשבון פֿון די באַזונדערע שילן.
אַ יאָר איז שוין פֿאַרבײַ זינט מע האָט אײַנגעפֿירט די תּקנות, אָבער מע הערט נאָך אַלץ, הינטער די קוליסן, אַ היפּש ביסל אומצופֿרידנקייט דערפֿון.
"אונדזער גרעסטע טענה — האָט הערש וואָלף, אַ מיט־פּרעזידענט פֿונעם ׳יאָנג איזראַעל פֿון סקאַרסדייל׳, ניו־יאָרק, דערקלערט פֿאַרן ׳פֿאָרווערטס׳ — איז, אַז מיר גלייבן, אַז דער רבֿ דאַרף זײַן דער מרה־דאתרא (הלכישער אויטאָריטעט) פֿון דער שיל, און ער אַליין דאַרף באַשטימען די הלכישע שטעלונגען פֿון זײַן ציבור. דאָס איז דאָך אַן אַלטע טראַדיציע בײַ ייִדן."
וואָלף האָט צוגעגעבן, אַז ווען דער לאַנדישער ראַט האָט פֿאַראַיאָרן אײַנגעפֿירט די פּסקים, זענען עטלעכע געוועזענע פּרעזידענטן פֿון זײַן שיל געווען אַזוי אויפֿגעבראַכט, אַז זיי האָבן אָנגעקלונגען הרבֿ פּסח לערנער, דער הויפּט פֿונעם לאַנדישן ראַט, כּדי אויסצודריקן זייער פּראָטעסט.
דער "יאָנג־איזראַעל פֿון סענטיורי־סיטי", אין לאָס־אַנדזשעלעס, קאַליפֿאָרניע, האָט אויך אויסגעדריקט אַ פֿאָרמעלן פּראָטעסט צום לאַנדישן ראַט. "אונדזער טענה איז נישט וועגן די באַזונדערע הלכות — האָט דערקלערט איר פּרעזידענט, סעט בערקאָוויץ — נאָר וועגן דעם, אַז דער ציל פֿונעם יאָנג איזראַעל איז תּמיד געווען צו געבן די מתפּללים אַ פּאָזיטיווע איבערלעבונג אין שיל, אָנצופֿירן מיט גײַסטיקע און סאָציאַלע פּראָגראַמען. אָבער וואָס טוט הײַנט אייגנטלעך דער נאַציאָנאַלער ראַט פֿאַר זײַנע שילן? מיר באַצאָלן זיי מיטגלידערשאַפֿט און זיי שיקן בלויז אַרויס מעלדונגען וועגן יונתן פּאָלאַרד און וועגן אַ פֿאַראייניקטער ירושלים. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן יענע מעלדונגען צו די טאָג־טעגלעכע באַדערפֿענישן פֿון די ׳יאָנג־איזראַעל׳־שילן?"
איין רבֿ וועלכער האָט געבעטן נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז דער גאַנצער ענין איז אַבסורדיש. "ווער האָט זיי געהייסן זיך אַרײַנמישן?" האָט ער געפֿרעגט. "קיינער גייט מיר נישט זאָגן וואָס איך מעג אָדער מעג נישט טאָן אין מײַן אייגענער שיל!"
דער רבֿ האָט געזאָגט, אַז הגם ס׳איז פּראָבלעמאַטיש צו דערלויבן אַ גר צו דינען ווי אַ שיל־פּרעזידענט ווײַל לויט דער הלכה טאָר מען נישט באַשטימען אַ פֿירער פֿון דער קהילה (פּרנס על הציבור), סײַדן די מאַמע איז אַ ייִדישע, וואָלט ער אַליין יאָ דערלויבט אַ גר אָדער אַ פֿרוי צו ווערן דער פּרעזידענט פֿון זײַן שיל.
"מיר דאַכט זיך, אַז זינט די פּסקים, האָבן ס׳רובֿ שילן סײַ ווי ווײַטער געטאָן וואָס זיי האָבן פֿריִער געטאָן," האָט באַמערקט אַ פּרעזידענט פֿון אַ "יאָנג איזראַעל". "עס דערמאָנט אַ ביסל אין דער שטעלונג פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער (וואָס שייך די האָמאָסעקסואַליסטן): ׳פֿרעג נישט, און דערצייל נישט׳.
"אויב, למשל, אַ רבֿ וועט פּסקענען אַנדערש ווי דער נאַציאָנאַלער ראַט האָט געהייסן, וואָס וועלן די ראַט־פֿירער טאָן? אַרויסוואַרפֿן די שיל פֿון דער ׳יאָנג־איזראַעל׳־אָרגאַניזאַציע? ווי איך פֿאַרשטיי עס, האָבן די פּסקים בלויז געדאַרפֿט אײַנפֿירן אַ געוויסע ריכטונג, אָבער דער טאָן ווי אַזוי דער ראַט האָט עס דערקלערט האָט עס געמאַכט קלינגען ווי אַ באַפֿעל פֿונעם פּאָליטביוראָ."
הרבֿ ראָנאַלד שוואַרצבערג, דער קאַריערע־דירעקטאָר פֿונעם רבנים־סעמינאַר פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, "ישיבֿת רבינו יצחק אלחנן", האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער פֿאַרשטייט פֿאַר וואָס דער נאַציאָנאַלער ראַט וויל אָנהאַלטן געוויסע קריטעריעס, אָבער האַלט, אַז ס׳איז לעכערלעך צו פֿאַרהערן די גראַדואַנטן פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט.
"אונדזער רבנים־סעמינאַר עקזיסטירט שוין 100 יאָר, און האָט אַ גלענצדיקע רעפּוטאַציע," האָט הרבֿ שוואַרצבערג באַמערקט. "מיר באַקענען זיך מיט די גראַדויִרנדיקע רבנים זייער גוט, איידער מיר לייגן זיי פֿאָר אַ פּאָזיציע אין אַ געוויסער שיל. אָפֿט מאָל טרעפֿן מיר זיך מיטן שיל־קאָמיטעט וואָס וועט אים אינטערוויויִרן, און אַ מאָל אַפֿילו מיט דער גאַנצער שיל. אַחוץ דעם, פֿירן מיר אָן מיט סעמינאַרן סײַ וועגן הלכישע ענינים (ווי, למשל, פֿראַגעס פֿון מעדיצינישער עטיק), סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע (ווי צו באַהאַנדלען אַ קריזיס, ווי אָרגאַניזירן דעם צײַטפּלאַן, אאַז״וו). מיר אינוועסטירן אַ סך צײַט און מי צו פֿאַרזיכערן, אַז דער קאַנדידאַט איז גוט אויסגעשולט און איז אַ פּאַסיקער רבֿ. ס׳איז ממש אַ פּאַטש אין פּנים די סטאַנדאַרטן פֿון אַזאַ רבנים־סעמינאַר ווי ׳יצחק אלחנן׳ צו דאַרפֿן פֿאַרהערט ווערן דורך אַ פּאַנעל פֿונעם נאַציאָנאַלן ראַט."
הרבֿ אָדם סטאַר, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער "יאָנג־איזראַעל פֿון טאָקאָ־הילס" אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע, איז איינער פֿון די גראַדואַנטן פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, וואָס האָט טאַקע געמוזט פֿאַרהערט ווערן פֿונעם נאַציאָנאַלן ראַט, ווײַל ער האָט אַפּליקירט פֿאַר דער פּאָזיציע נאָך דעם ווי מע האָט אײַנגעפֿירט די תּקנות. "ס׳איז געווען אַן אומבאַקוועמע איבערלעבונג צו דאַרפֿן אַפּראָבירט ווערן פֿון דרײַ רבנים, ווען איך האָב שוין אַן אָנגענומענע סמיכה פֿון ׳יצחק אלחנן׳. די שיל האָט דאָך באַשלאָסן, אַז איך בין דער פּאַסיקסטער גײַסטיקער פֿירער פֿאַר זייער שיל, און דערפֿאַר איז דער געדאַנק, אַז דרײַ רבנים, וועלכע קענען מיך אַפֿילו נישט, זאָלן מיך דאַרפֿן גוטהייסן, געווען אין גאַנצן אומנייטיק."
און נישט אַלע רבנים זענען מסכּים, אַז די תּקנות פֿונעם לאַנדישן ראַט זענען טאַקע אויפֿן סמך פֿון דער הלכה. הרבֿ דוד בלייך, אַ ראש־ישיבֿה פֿון "ישיבֿת רבינו יצחק אלחנן", וועלכער האָט פֿריִער שוין געשריבן באריכות וועגן דער פֿראַגע, צי פֿרויען מעגן זיצן אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿון אַ שיל אָדער דינען ווי שיל־פּרעזידענט, האָט געזאָגט, אַז דער פּסק איז מער באַווירקט פֿון קולטורעלע ווי הלכישע ענינים.
"אַ באַקאַנטע אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציע האָט מיך אַמאָל פֿאַרבעטן ווי דער גאַסט־רעדנער בײַ זייער קאָנפֿערענץ," האָט הרבֿ בלייך דערציילט. "ווי באַלד איך בין אָנגעקומען, זענען מיר אַנטקעגנגעקומען צוויי גרופּעס מענטשן: איינע — סטודענטקעס פֿון סטערן־קאַלעדזש (די מיידל־שול פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט), וועלכע האָבן מיך געוואָלט פֿרעגן וועגן דעם ענין, פֿרויען אין דער שיל־פֿאַרוואַלטונג; די צווייטע — הויכע באַאַמטע מענער פֿון דער אָרגאַניזאַציע. די גאַנצע צײַט האָבן די מענער געפּרוּווט אָפּהאַקן מײַן שמועס מיט די סטודענטקעס. איך בין זיכער, אַז דער מאָטיוו בײַ די מענער איז נישט געווען קיין ענין פֿון הלכה."
"אַפֿילו הרבֿ משה פֿײַנשטיין (דער גרעסטער פּוסק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט), וועלכער האָט טאַקע פֿאַרווערט די פֿרויען צו דינען אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿון אַ שיל, האָט אָבער צוגעגעבן, אַז צו זײַן מחלל־שבת איז אַ סך ערגער."
מײַקל קריימער, אַ גבאי בײַם "יאָנג איזראַעל אוהבֿ־צדק", אין בראָנקס, נ״י, האַלט אָבער, אַז דער לאַנדישער ראַט האָט אַ רעכט צו באַשטימען נײַע סטאַנדאַרטן פֿאַר די שילן, אַפֿילו אויב זיי שטימען נישט מיט די ווערטן פֿון דער אַלגעמיינער קולטור. "מענטשן זענען אפֿשר נישט צופֿרידן מיטן פּסק, אַז אַ גר טאָר נישט ווערן אַ פּרעזידענט, אָבער דאָס איז באַזירט אויף בפֿירושע הלכות, וואָס זאָגן, אַז אַ גר קאָן נישט דינען ווי אַ שׂררה (הויכער באַאַמטער) פֿון דער קהילה. אין אַמעריקע ווייסן מיר, אַז אַ נישט־אײַנגעבוירענער אַמעריקאַנער קאָן נישט ווערן דער פּרעזידענט פֿון לאַנד, און קיינער באַקלאָגט זיך נישט וועגן דעם. דער רבֿ (סאָלאָווייטשיק) האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז די הלכה קאָן נישט שטענדיק זײַן בייגעוודיק, און ער רופֿט דאָס ׳דער עול פֿון שמים׳. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מיר דאַרפֿן נישט מיטפֿילן מיט די וועלכע גלייבן אַנדערש. אַ קהילה דאַרף זיך האַלטן ווי אַ משפּחה, אַפֿילו אויב מיר זענען נישט מיט אַלעמען מסכּים."
קריימערס פֿאָרלייג איז אַ שיינער, אָבער ס׳איז אַ פֿראַגע, צי די אַקציע פֿונעם לאַנדישן ראַט האָט טאַקע פֿאַראייניקט די "יאָנג איזראַעל"־באַוועגונג, אָדער זי צעשפּאַלטן נאָך מער ווי פֿריִער.