געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען איצט הערן צוויי גאָר קעגנזעצלעכע מיינונגען מכּוח דער מעגלעכער השפּעה פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אויף דער מיגראַציע אין און פֿון ישׂראל. אייניקע עקספּערטן זײַנען זיכער, אַז די צאָל עולים וועט הײַיאָר אויסוואַקסן אַ דאַנק דעם, וואָס אַ סך גלות-ייִדן וועלן פּרוּוון אויף אַזאַ אופֿן לייזן זייערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. די אַנדערע, אָבער, האַלטן, אַז דער קריזיס וועט, דער עיקר, ברענגען צוריק, קיין ישׂראל, אַ געוויסע צאָל ישׂראלים, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַרבעט מחוץ-לאָרץ. גלײַכצײַטיק, וועלן ייִדן אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער ווײַזן די נטיה צו בלײַבן אין דער היים — אַזוי פֿירן זיך אויף, געוויינטלעך, מענטשן אין קריזיס-צײַטן.

צום סוף פֿון די 1990ער יאָרן האָט 3 פּראָצענט פֿון דער וועלט-באַפֿעלקערונג געהערט צו דער קאַטעגאָריע פֿון אינטערנאַציאָנאַלע מיגראַנטן. אַזוי האָט זיך עס געהאַלטן ביז לעצטנס, ווײַל די אינדוסטריאַליזירטע מדינות האָבן זיך גענייטיקט אין ביליקע אַרבעטער. הײַנט בײַט זיך דער מצבֿ, ווײַל די וועלט-עקאָנאָמיע ווערט קלענער און פֿאַרלירט מיליאָנען אַרבעטער-פּלעצער. ווי אַ פּועל-יוצא, זעט מען אַלץ מער אַנדערע מיגראַציע-שטראָמען, דהײַנו: איבער דער גאָרער וועלט פֿאָרן מענטשן צוריק צו זיך אַהיים. אין יאַפּאַן זעט מען עס, אַ שטייגער, אין שײַכות מיט די 300 טויזנט צײַטווײַליקע האָרעפּאַשניקעס, וואָס זײַנען געקומען אַהין פֿון בראַזיל. עד-היום האָבן 10,000 פֿון זיי פֿאַרלוירן די אַרבעט, און אייניקע האָבן זיך שוין אומגעקערט קיין בראַזיל. הונדערטער טויזנטער מיזרח-אייראָפּעער האָבן געמוזט לעצטנס פֿאַרלאָזן מערבֿ-אייראָפּע און אַנדערע לענדער. בלויז פֿון אירלאַנד וועלן, אַ פּנים, אין די ערשטע דרײַ חדשים פֿון 2009 אַוועקפֿאָרן בערך 30,000 אויסלענדישע אַרבעטער.

אין רוסלאַנד געפֿינען זיך 11.6 מיליאָן מיגראַנטן, מערסטנטייל פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ סך פֿון זיי האָבן געאַרבעט ווי בויערס. בינו-לבינו, האָט מען אויפֿגעהערט צו בויען טויזנטער בנינים. אין מײַן ווײַבס משפּחה האָט איינער, אַ ישׂראלי, געאַרבעט ווי אַן אינזשעניר אויף אַ מאָסקווער בויונג און איז געווען צופֿרידן, ווײַל מע האָט אים געצאָלט זייער גוט, אַ סך בעסער, איידער ער פֿלעגט פֿאַרדינען אין ירושלים. עס האָט געהאָלפֿן, פֿאַרשטייט זיך, וואָס ער איז אויסגעוואַקסן אין מאָסקווע און האָט דאָרטן באַקומען זײַן פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען איך האָב אים געזען, איז זײַן שטימונג געווען אַן אָפּטימיסטישע. אָבער שוין עטלעכע חדשים ווי ער וווינט ווידער אין ירושלים, ווײַל ס׳איז ניטאָ מער וואָס צו בויען אין מאָסקווע.

מע זאָגט, אַז אין רוסלאַנד זײַנען אַ פּאָר מיליאָן מיגראַנטן געבליבן אָן אַרבעט. די רוסישע טעלעוויזיע ווײַזט, ווי עס מאַטערן זיך די אַרבעטלאָזע אויסלענדער, בפֿרט פֿון אַזעלכע לענדער ווי מאָלדאָווע, אוקראַיִנע, אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן. אייניקע פֿון זיי האָבן ניט אַפֿילו קיין געלט אויף צו קויפֿן בילעטן. די אַנדערע האָפֿן, אַז עפּעס אַן אַרבעט וועט זיך פֿאַר זיי, סוף-כּל-סוף, געפֿינען, ווײַל בײַ זיך אין דער היים האָבן זיי ניט פֿון וואָס צו מפֿרנס זײַן זייערע משפּחות. די געלטער, וואָס די מיגראַנטן שיקן אַהיים, שאַפֿן אין אייניקע לענדער אַ גרויסן חלק פֿון דער עקאָנאָמיע. למשל, אין טאַדזשיקיסטאַן איז עס 45 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער עקאָנאָמיע, און אין מאָלדאָווע — 38 פּראָצענט. בסך-הכּל, האָבן די מיגראַנטן אין דער גאָרער וועלט געשיקט פֿאַר אַ יאָרן אַהיים כּמעט 300 ביליאָן דאָלאַר.

אייניקע לענדער לייגן פֿאָר צו סטימולירן די אויסלענדער, וועלכע זײַנען גרייט צו פֿאַרלאָזן די אינדוסטריעלע לענדער פֿרײַוויליק. די טשעכישע רעפּובליק איז גרייט צו צאָלן אַרום 650 דאָלאַר און אויך דעקן די רײַזע-הוצאָות. אין שפּאַניע קענען 100,000 מיגראַנטן אַפּליקירן אויף צו באַקומען 14,000 דאָלאַר. דער תּנאַי איז, אַז זיי מוזן אַרויספֿאָרן פֿון שפּאַניע און ניט אומקערן זיך צוריק אין משך פֿון, לכל-הפּחות, דרײַ יאָר. דערווײַל האָבן ווייניקער פֿון צוויי טויזנט נפֿשות אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו אָט דער פּראָגראַם. אָבער מע גלייבט, אַז אין דעם יאָר וועלן בערך 20,000 מיגראַנטן אויסנוצן די פֿאָרגעלייגטע מעגלעכקייט אַוועקצופֿאָרן פֿון שפּאַניע ניט מיט ליידיקע קעשענעס, נאָר מיט אַ פֿינאַנציעלער קאָמפּענסאַציע.

די היגע באַפֿעלקערונג קלײַבט אָפֿט מאָל נחת, הערנדיק, אַז די אויסלענדער פֿאָרן אַוועק. די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז ס׳רובֿ תּושבֿים פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער ווילן זען אַ שטרענגן קאָנטראָל אויף די מלוכה-גרענעצן און שטרענגע סאַנקציעס קעגן די באַלעבאַטים, וואָס נעמען אויף דער אַרבעט אויסלענדער, וועלכע געפֿינען זיך אין לאַנד ניט לעגאַל. די עקספּערטן קוקן אויף דעם אַנדערש. מיגראַנטן לאָזן דאָך איבער דעם גרעסטן טייל פֿון דעם פֿאַרדינטן געלט אינעם לאַנד, וווּ זיי וווינען און אַרבעטן. און דאָס איז גוט פֿאַר דער גאַנצער עקאָנאָמיע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז זיי זײַנען גרייט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעלכע מינים אַרבעט, וואָס די היגע באַפֿעלקערונג מײַדט אויס. דערצו מאַכן זיי מילדער די קריזיס-פּראָבלעמען, מחמת זיי, ניט די היגע, זײַנען די ערשטע, וועמען מע וואַרפֿט אַרויס פֿון דער אַרבעט.

די צוריק-שטראָמען מאַכן דעם מצבֿ נאָך קאָמפּליצירטער אין די לענדער, וואָס גענערירן אינטערנאַציאָנאַלע אַרבעטער-מיגראַציע. דאָס איז אויך ניט קיין נײַעס. אין די 1930ער יאָרן, ווען טויזנטער פּאָליאַקן האָבן זיך אומגעקערט צו זיך אַהיים, האָט עס בײַגעטראָגן צו די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין פּוילן. אַ סבֿרא, אַז צענדליקער טויזנטער צוריקגעקומענע אוקראַיִנער וועלן מאַכן נאָך קאָמפּליצירטער דעם מצבֿ אין לאַנד. אייניקע וועלן, אַגבֿ, קומען פֿון פּוילן, וווּ זיי האָבן פֿאַרביטן די פּאָליאַקן, וועלכע האָבן געאַרבעט ערגעץ אין ענגלאַנד צי אירלאַנד. צו אַזעלכע פּראָצעסן דאַרף מען זײַן גרייט, ווײַל די תּקופֿה פֿון ריזיקער גלאָבאַלער מיגראַציע פֿאַרענדיקט זיך ביסלעכווײַז. אַזוי, לכל-הפּחות, זאָגט מען.