געזעלשאַפֿט
עין־גדי (בײַם ים־המלח), 1982. פֿון מײַן ערשטן באַזוך אין לאַנד.
עין־גדי (בײַם ים־המלח), 1982. פֿון מײַן ערשטן באַזוך אין לאַנד.

מיר זײַנען שוין אין יאָר 2009 און מען וועט זיך ניט אַרומזען, ווי ס'וועט ווערן 20 יאָר, ווי מען איז אין לאַנד. קוקט זיך דער מענטש אַלץ אָפֿטער אום אויף דעם מהלך פֿון צײַט, וועלכן ער האָט דאָ דורכגעמאַכט און שפּינט זײַן חשבון־הנפֿש.

דער אָנהייב... ווען אין מינוטן פֿון שאַרפֿער נאָסטאַלגיע נאָך דער נאַטור פֿון מײַן געוועזענעם היימלאַנד ליטע פֿלעגט זיך מיר ביז ווייטיק וועלן דורכגיין איבערן גרינעם טעפּעך — דעם מאָך פֿון סאָסנע־וואַלד, און אײַנבויגן זיך נאָך אַ פּאָזעמקע אָדער אַ שוועמל, פֿלעג איך זיך דערמאָנען אַן עפּיזאָד פֿון רעמאַרקס בוך "שאָטנס אין גן־עדן", וווּ אַ שטערבלעך קראַנקע אַלטע ייִדישע פֿרוי, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון היטלער־דײַטשלאַנד, גייט אויס פֿון בענקשאַפֿט נאָך בערלין און לײַדט פֿון גרויל, הערנדיק אַז בערלין ווערט באָמבאַרדירט.

עמיגראַציע, אַפֿילו אויב זי ווערט אָנגערופֿן מיטן הויכן נאָמען עליה, וואָס באַטײַט אויפֿשטײַג, איז אַ שווערע איבערלעבונג און אין אייניקע פֿאַלן — ממש אַ טראַגעדיע. מען דאַרף האָבן פֿיל כּוח און אויסדויער, באַזונדערס אין חשובֿן עלטער, כּדי דאָס איבערצוקומען.

די עליה איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ באַזונדער מין עמיגראַציע. נאָך מיט יאָרן צוריק, אין ווילנע, האָב איך איין מאָל געהערט דורכן ראַדיאָ אַן אויפֿטריט פֿון אַ פּאָליאַק, וואָס האָט געזאָגט, אַז ער איז מקנא די ייִדן — אַ פֿאָלק, וואָס האָט נאָך צוויי טויזנט יאָר וואָגלענישן און רדיפֿות אין גלות צוריקבאַקומען זײַן היסטאָריש היימלאַנד. "דאָס מוז זײַן אַן אומפֿאַרגלײַכלעך געפֿיל", האָט ער געזאָגט.

"וועלכעס לאַנד, אַפֿילו ניט אַזאַ קליינס ווי ישׂראל, האָט אין משך פֿון 2—3 יאָר אַרײַנגענומען כּמעט אַ האַלבן מיליאָן עמיגראַנטן?" — האָט אין די 1990ער יאָרן אין אַן אינטערוויו געזאָגט דער געוועזענער (איצט שוין פֿאַרשטאָרבענער) אַמבאַסאַדאָר פֿון רוסלאַנד אין ישׂראל אַלעקסאַנדער באָווין, צו וועלכן ס'פֿלעגן אָנקומען ביטערע קלאָג־בריוו פֿון עולים. אַזעלכע בריוו פֿלעגן אים שטעלן אין אַ פֿאַרלעגנהייט — ער האָט זיך דאָך ניט געטאָרט אַרײַנמישן אין אינערלעכע ענינים פֿון אונדזער לאַנד. פֿלעגט ער זיי איבערשיקן צום "ציוניסטישן פֿאָרום" — די עולים־באַוועגונג פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד; אָבער זײַן מיינונג פֿלעגט ער דאָך אַרויסזאָגן. עס ווערן, פֿאַרשטייט זיך, דערלאָזט פֿעלערן און שטרויכלונגען אין דער צוגרייטונג אויפֿצונעמען אַזאַ ריזיקע אימיגראַציע, אָבער דער פֿאַקט פֿון אירע מאָסשטאַבן האָט צו זיך ניט קיין גלײַכן.

אין די צײַטונגען, אין די רוסישע ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען הערן מיר אָפֿט וויכּוחים וועגן די שוועריקייטן אין דער אַבסאָרבציע פֿון די עולים — וועגן די וווינונג־ און באַשעפֿטיקונג־פּראָבלעמען, וועגן דעם, צי ווערט בײַ אונדז אין לאַנד אויף אַ געהעריקן אופֿן אויסגענוצט דער פּאָטענציאַל פֿון די אינטעלעקטואַלן, וואָס פֿליסן אַרײַן אין לאַנד מיט דער כוואַליע פֿון דער עליה. מיר פֿלעגן דאָך מיט אומרו קוקן אויפֿן אָפּפֿלוס פֿון געלערנטע פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין אויסלאַנד, צווישן זיי פֿיל אין אַראַבישע לענדער, אָבער אַליין האָבן מיר, באַקומענדיק אין די צײַט פֿון דער גרויסער עליה אַזעלכע קעפּ, ניט גענוג זיי באַשעפֿטיקט און אַבסאָרבירט.

יאָ, עס האָבן זיך אָפֿט געלאָזט הערן באַרעכטיקטע טענות: הויכע פּרײַזן פֿון דירה־געלט; די זומערדיקע היצן אָן קילונג און די ווינטערדיקע קעלט אין די ניט באַהייצטע דירות; די נידעריקע לוינען פֿון די נײַ־אָנגעקומענע אַרבעטער אין פֿאַרגרלײַך מיט לוינען פֿון די אַלטגעזעסענע; די לאַנגע רייען אין די אַמטן און די גלײַכגילטיקייט פֿון פֿיל פּקידים (באַאַמטע), וואָס אַרבעטן לאַנגזאַם, טרינקענדיק אַ גלאָז קאַווע אין דער צײַט, ווען זיי וואָלטן באַדאַרפֿט שנעלער באַדינען די קליענטן.

דאָס אַלץ בין איך אויך אַדורכגעקומען אין די ערשטע יאָרן אין לאַנד, אָבער, צום גליק, ניט פֿאַרלאָרן דעם מוט, די האָפֿענונג, אַז ס'וועט זײַן בעסער. און איך האָב טאַקע געהאַט דאָס מזל, אין מײַן עלטער צו באַקומען אַרבעט (כאָטש פֿאַר גראָשנס) אין מײַן פֿאַך, אין אַ ייִדישער צײַטונג.

נתניה, 1983. דער פֿערטער דור עולים — די אוראייניקלעך משה און רות. קינדער פֿון פֿינפֿטן דור זײַנען שוין סאַברעס.
נתניה, 1983. דער פֿערטער דור עולים — די אוראייניקלעך משה און רות. קינדער פֿון פֿינפֿטן דור זײַנען שוין סאַברעס.

ס'זײַנען אַריבער העכער 18 יאָר, זינט איך בין אָנגעקומען אין לאַנד, און אָבסערווירנדיק דאָס לעבן אַרום זיך, בין איך געקומען צו אַן אומגעריכטן אויספֿיר: כאָטש איך בין קיין מאָל ניט געווען קיין ציוניסטקע, האָב איך שטאַרק ליב באַקומען דאָס לאַנד. אומבאַמערקט פֿאַר זיך אַליין, האָב איך אין מײַן זשורנאַלסיטישער אַרבעט געזוכט און נאָטירט אין דער טאָג־טעגלעכקייט פּאָזיטיווע מאָמענטן און מיט באַפֿרידיקונג עס געדרוקט אין די צײַטונגען.

שפּעטער האָב איך אַ טייל פֿון דעם אויפֿגעקליבענעם מאַטעריאַל פֿאַרעפֿנטלעכט אין מײַן זאַמלונג פֿון סקיצעס און רעפּאָרטאַזשן "מענטשן וואָס פֿלאַנצן בלומען" (דאָס צווייטע בוך, וואָס איך האָב דאָ אַרויסגעגעבן אין ייִדיש, אין ה. לייוויק־פֿאַרלאַג; דאָס ערשטע איז געווען אַ ראָמאַן "פֿאַרגעס־מיך־ניט").

באַקאַנטע, וועלכע די נעגאַטיווע דערשײַנונגען אין לאַנד ברענגען אַרײַן אין פֿאַרצווייפֿלונג און כּעס, וואַרפֿן מיר אָפֿט מאָל אויף, אַז איך קוק דאָ אויף אַלץ דורך ראָזע ברילן. איך וואָלט דאָס געפּרוּווט דערקלערן מיט דער מאָטיווירונג פֿון מײַן מאַמען ז"ל, וועלכע פֿלעגט אויף דער פֿראַגע, וועמען פֿון אירע דרײַ טעכטער זי האָט מער ליב, ענטפֿערן: "די, וועמען ס'איז ערגער". איך האָב ליב מײַן שווער־געפּרוּווט פֿאָלק און מײַן לאַנד, וואָס איז אַרומגערינגלט מיט שׂונאים און וווּ ס'איז אַזוי שווער צו געפֿינען אַן אופֿן ווי אַרויסצוגיין פֿון דער לאַגע פֿון כּסדרדיקע מלחמות, טעראָר־אַקטן, באַשיסונגען. איך האָב פֿײַנט עקסטרעמיסטן פֿון ביידע צדדים און וואָלט געשטיצט נאָר די מיטלען צו לייזן פּראָבלעמען, אָבער ווען דאָס גיט זיך ניט אײַן, פֿאַל איך אויך ווי פֿיל מענטשן אין לאַנד, אַרײַן אין ייִאוש און דערמאָן זיך די ווערטער פֿון גאָלדע מאיר, אַז זי וועט קיין מאָל ניט מוחל זײַן די אַראַבער, וואָס זיי האָבן אויסגעלערנט אונדזערע זין צו הרגענען.

מיר לעבן דאָ אין דער אַטמאָספֿער פֿון טעראָר און אומזיכערקייט, אָבער דאָס רובֿ מענטשן בלײַבן מונטער. מען אַרבעט שווער, אָבער מען איז אַקטיוו. מען לעבט מיטן טאָג און מען לאָזט זיך וווילגיין ווי נאָר מען קען — וואָס בעסער אָפּעסן, יעדע פֿרײַע מינוט פֿאָרן צום ים, אין וואַלד, אויף אויספֿלוגן אין די וווּנדער־שיינע ערטער פֿון לאַנד. און אויך, ווי ווײַט מעגלעך, כאָטשבע אויף אַ וואָך אָדער אויף עטלעכע טעג אין — אויסלאַנד.

אין אָנהייב פֿון אונדזער לעבן דאָ, ווען ס'איז אויסגעבראָכן די מלחמה אין פּערסישן גאָלף און מיר האָבן געלעבט אין שווערער שפּאַנונג, האָב איך דערשפּירט דעם כּוח פֿון מענטשלעכער הילף. ס'איז געווען אַ זוניקער פֿרימאָרגן נאָך סאַדאַם כוסיינס ראַקעטן־באָמבאַרדירונג פֿון תּל־אָבֿיבֿ. כאָטש די ראַקעטן זײַנען צו אונדז אין רחובֿות ניט געפֿלויגן, האָט דאָס בלוט געגליווערט אין די אָדערן: וואָס ווײַטער?..

וואַרטנדיק אויף אַ סיגנאַל פֿון אַלאַרעם, האָב איך אָנגעקלאַפּט צו די שכנים אַנטקעגן און געזאָגט:

"טאָמער ס'הייבט זיך אָן דער אַלאַרעם..."

איך האָב געוואָלט בעטן, אַז טאָמער איך הער ניט אָדער פֿאַרשטיי עפּעס ניט אין דער ראַדיאָ־מעלדונג אויף עבֿרית, זאָלן זיי מיר, אויב זיי וועלן באַווײַזן, אָנקלאַפּן אין טיר. אָבער די ווייניק באַקאַנטע שכנה האָט מיך איבערגעריסן:

"טאָ קום דעמאָלט צו אונדז! זע, ווי גוט מײַן מאַן האָט צוגעגרייט דעם ‘חדר אָטום’ (דעם צימער, וואָס דאַרף ווערן הערמעטיש פֿאַרמאַכט)."

חיפֿה, 1981. דער עלטסטער אומפֿאַרגעסלעכער דור עולים פֿון אונדזער משפּחה — דער פֿאָטער, ד״ר יעקבֿ פֿײַגענבערג, געאַרבעט ביז 88 יאָר, מיט דער מוטער בלומע.
חיפֿה, 1981. דער עלטסטער אומפֿאַרגעסלעכער דור עולים פֿון אונדזער משפּחה — דער פֿאָטער, ד״ר יעקבֿ פֿײַגענבערג, געאַרבעט ביז 88 יאָר, מיט דער מוטער בלומע.

איך בין געווען אַליין אין שטוב, מײַן מאַן איז געלעגן אין שפּיטאָל. איך בין געווען דעשטוינט און טיף גערירט פֿון די ווערטער פֿון מײַן שכנה, אַ מאַמע פֿון דרײַ קליינע קינדער. קיינער האָט ניט געקענט וויסן, וויפֿל צײַט ס'וועט אויסקומען צו בלײַבן אין דעם איזאָלירטן צימער, פֿון וועלכן מען וועט ניט טאָרן אַרויסגיין בײַ קיין שום נויט. איך וואָלט, פֿאַרשטייט זיך, ניט אָנגנומען די אײַנלאַדונג, כאָטש די וווילע שכנה האָט צוגעגעבן:

"איך האָב הײַנט געזען אַ חלום, אַז די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן און דו קומסט צו מיר און איך קום צו דיר".

איך האָב דערשפּירט, אַז איך בין בײַ זיך אין לאַנד.

נאָך אַ מאָל האָב איך עס דערפֿילט אין אַ וואָך אַרום, בעת מײַן מאַן איז שוין געווען נאָך דער אָפּעראַציע אין שפּיטאָל. מען האָט געבראַכט צו פֿירן אַ פֿרוי מיט אַ נײַ־געבוירענעם ייִנגעלע מיט קאָמפּליקציעס נאָך אַ ברית־מילה. איר מאַן, אַ נײַער עולה פֿון רוסלאַנד, האָט קוים (מיט מײַן הילף, איך בין געווען דער דאָלמעטשער אויף ייִדיש) דערקלערט דער קראַנקן־שוועסטער, אַז זיי האָבן נאָך אַ קינד, אַ מיידעלע, וואָס קומט פֿון שול איינס אַ זייגער, און אַז ער, דער פֿאָטער, קומט פֿון דער אַרבעט פֿיר נאָך מיטאָג. "אָבער מילא", האָט ער זיך באַטראַכט, "זי האָט אַ שליסל און וועט וואַרטן אויף מיר אין דער היים".

"איצט, בעת די אַלאַרעמס, לאָזן אַ קינד אַליין אין שטוב?!" האָט זיך צעהיצט די קראַנקן־שוועסטער. זי איז אַוועקגעלאָפֿן, געפֿונען פֿאַר דער מוטער מיטן נײַ־געבוירענעם אַ פּאַלאַטע, וווּ ס'איז געווען אַ פֿרײַ בעט, געהייסן ברענגען דאָס מיידעלע אַהער, אין שפּיטאָל, זי זאָל דאָ זײַן ביזן סוף מיט דער מאַמע און מיטן ברודערל.

איך מיין, אַז כּמעט יעדער עולה האָט אין אָנהייב פֿון זײַן קומען אין לאַנד גענאָסן פֿון עמעצנס הילף. מײַנע עלטערן און ביידע שוועסטער מיט די משפּחות זײַנען אָנגעקומען קיין ישׂראל פֿיל פֿריִער פֿון מיר מיט מײַן מאַן, און איך האָב פֿאַר דעם באַוויזן זיי צו באַזוכן אין לאַנד. דאַן איז שוין אויך נאָר וואָס געווען געקומען פֿון מאָסקווע מײַן טאָכטער מיט איר מאַן און צוויי קליינע קינדער. געלעבט האָט מען אין פֿאַרשיידענע שטעט. איך מוז מודה זײַן, אַז איך האָב מיט גרויס זאָרג געקוקט אויף מײַן 7־יאָריקן אייניקל, וואָס דער עבֿרית איז אים ניט געקראָכן אין קאָפּ אַרײַן. אין שול, אין די ערשטע קלאַסן, פֿלעגן קינדער, ניט פֿאַרשטייענדיק די שפּראַך, אויף די הפֿסקות זיך קריגן און צערייצטערהייט זיך שלאָגן.

אין אַ קורצער צײַט אַרום אָבער, ווען מײַן טאָכטער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין רחובֿות און זיך מיט דער משפּחה אַריבערגעקליבן אַהער, האָט זיך געפֿונען עמעץ, וואָס האָט אונדזער משהלען ניט נאָר געהאָלפֿן — ממש אַרויסגעראַטעוועט פֿון דער שווערער סיטואַציע. דאָס איז געווען אַ לערערקע, אַ מאַמע פֿון פֿינף קינדער, איינס פֿון וועלכע האָט זיך געלערנט אין איין קלאַס מיט משהן. ס'האָט איר, פֿאַרשטייט זיך, ניט געפֿעלט קיין אַרבעט אין איר שול פֿאַר אָפּגעשטאַנענע קינדער און אין דער היים, אָבער טאָג־אײַן, טאָג־אויס פֿלעגט זי קומען אויף אָנדערטהאַלבן־צוויי שעה צו מײַן טאָכטער, וואָס האָט געוווינט ניט ווײַט, און אָן אַ גראָשן געלט אַרײַנקנעלן מיט משהלען די שפּראַך. ס'איז געווען צו באַוווּנדערן איר רויִקייט און געדולד... איז אָט יענע פֿרוי האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען, וואָס משה האָט פּרעכטיק באַהערשט עבֿרית, אָפּגעפֿונען אין זיך דאָס וויכטיקסטע — זעלבסטזיכערקייט — און אַוועקגעשפּרײַזט פֿעסט אויפֿן וועגן צו ווערן אַ וויסנשאַפֿטלער.

...בײַ אונדז אין רחובֿות האָט מען איין מאָל געפֿײַערט דעם 65־יאָריקן געבוירן־טאָג פֿון צוויי מײַנע גליד־שוועסטערקינדער, אַ צווילינג, איינע פֿון וועלכע האָט דאָ געוווינט. ס'זײַנען זיך צונויפֿגעקומען 54 מענטשן, מערסטנס קרובֿים, פֿאָרשטייער פֿון עלטערן און ייִנגערן דור פֿון פֿיר שוועסטער פֿײַגענבערג, וועלכע האָבן על־פּי נס בעת דער מלחמה זיך געראַטעוועט פֿון דעם קאָנצלאַגער שטוטקאָף (ווי מען האָט אונדז שפּעטער דערציילט, איז דער "נס" געווען דער אויסדויער און די אײַנגעבוירענע מונטערקייט פֿון דער עלטסטער, געניע, וועלכע האָט אונטערגעהאַלטן אירע דרײַ שוועסטער און איר אייגן 13־יאָריק טעכטערל און געהאָלפֿן זיי ניצול ווערן).

איצט, אין שטוב, וווּ ס'האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַזוי פֿיל מענטשן, אַז מען האָט זיי קוים געקענט אויסזעצן, האָב איך מיט אַ געפֿיל פֿון גליק געקוקט אויף זיי אַלעמען, אויפֿן גאָלדענעם פֿאָדעם, וועלכער איז ניט איבערגעריסן געוואָרן און וועלכער שפּינט זיך ווײַטער דאָ אין ישׂראל.

...בעת מײַן ערשטן אָנקום אין לאַנד, נאָך איידער מיר האָבן זיך דאָ באַזעצט, האָב איך באַזוכט אַ קיבוץ כּפֿר־מנחם, וווּ מען האָט מיר דערציילט:

"איין מאָל איז צו אונדז געקומען דער גרויסער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער מיט אַ גאַסט פֿון אויסלאַנד. דער גאַסט האָט געפֿרעגט: "פֿאַרוואָס איז אין ישׂראל אַזוי פֿיל שטיינער?" און סוצקעווער האָט געענטפֿערט: "ווײַל יעדער ייִד, וואָס קומט אַהער צו פֿאָרן, וואַרפֿט אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרצן".

דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען א שפּאַס. אָבער וויפֿל כּוח, וויפֿל שווייס און בלוט האָבן געדאַרפֿט אין דער דאָזיקער שטיינערנער ערד אַרײַנלייגן די אָנפֿאַנגער פֿון דער איצט שוין וועלט־באַרימטער לאַנדווירטשאַפֿט אין ישׂראל, די ערשטע דורות חלוצים און מושבֿניקעס, כּדי, אויסרייניקנדיק די ערד פֿון שטיינער און ווילדגראָז, פֿאַרוואַנדלען זי אין בליִענדיקע סעדער און גרינע פֿעלדער...