צו דער צײַט, ווען די צײַטונג מיט אָט דעם אַרטיקל וועט אַרויסגיין, וועלן מיר שוין וויסן וועגן סך-הכּלען פֿון די וואַלן אין ישׂראל. ס׳איז קלאָר, אַז אַ ממשותדיקע השפּעה וועלן אויף די רעזולטאַטן האָבן די אַזוי-גערופֿענע "רוסישע" שטימען. און אויף דעם טאַקע וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן.
דער סאָוועטישער קאָמוניזם פֿאַרדינט מע זאָל אים מישפּטן ווי אַ קרימינעלע אידעאָלאָגיע. פֿאַר דער ייִדישער גאַס וואָלט עס געווען באַזונדערס אַקטועל, ווײַל דער סאָוועטיש-קאָמוניסטישער קלימאַט האָט פּשוט אידעאָלאָגיש אָפּגעסמט אַ היפּש ביסל ייִדן. עס שאָקירט מיך יעדעס מאָל אַ באַגעגעניש מיט אויסגעשפּראָכן-ראַסיסטישע און צו מאָל ממש באַנדיטישע שטימונגען צווישן אַ טייל פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה, בפֿרט צווישן דעם עלטערן דור — די געוועזענע קאָמוניסטן און קאָמיוגיסטן.
ווי אַזוי האָט עס זיך באַקומען, ווייס איך ניט — אויף דעם מוזן געבן אַן ענטפֿער מומחים אין סאָוועטישער און נאָך-סאָוועטישער סאָציאָלאָגיע. בפֿרהסיא פֿלעגט מען דאָך שרײַען וועגן פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט. מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, דערציילט אַנעקדאָטן וועגן אַרמענער, גרוזינער, טשוקטשעס און ייִדן. אָבער מע זאָל האַסן איינער דעם אַנדערן — אַזוינס האָב איך כּמעט ניט געפֿילט אין די סאָוועטישע יאָרן מײַנע. יאָ, ווי אַ ייִד האָב איך געהאַט ערנסטע שוועריקייטן אין אַ צאָל מאָמענטן פֿון מײַן לעבן. מיר איז געווען זייער ניט גרינג, ווען איך האָב אָנגעגעבן די דאָקומענטן אויף אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. אָבער קיין אָפֿן-אַרויסגעוויזענע שׂינאה מצד די ניט-ייִדישע קאָלעגן און שכנים האָב איך ניט געפֿילט. פֿאַרקערט, ס׳רובֿ האָבן זיך אויפֿגעפֿירט לײַטיש צי, לכל-הפּחות, העפֿלעך.
אפֿשר בין איך אַ מזלדיקער ייִד, און אַנדערע האָבן עס דערפֿילט אַ סך מער. אָבער סײַ ווי סײַ פֿאַרשטיי איך ניט, פֿאַר וואָס די סאָוועטיש-ייִדישע אימיגראַציע האָט אַזוי פֿיל בייז-געשטימטע מענטשן, וועלכע האָבן אַקומולירט אין זיך אַזאַ נעגאַטיווע ענערגיע, גלײַך ווי די גאַנצע וועלט איז זיי עפּעס שולדיק. אַ סבֿרא, אַז אַ טייל פֿון דער בייזער ענערגיע האָט זיך גענערירט שוין אין די אימיגראַנטישע יאָרן, ווען מע האָט געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו אַ קאַטאָסטראָפֿאַל פֿאַלנדיקן סאָציאַלן (פּראָפֿעסיאָנעלן, קולטורעלן, לינגוויסטישן) סטאַטוס.
די טעג — אַרום דעם חורבן-טאָג — בין איך אַרײַן אין אַ רוסישן ביכער-געשעפֿט, אין ברײַטאָן-ביטש. לעבן דער פֿאַרקויפֿערין איז געשטאַנען אַן עלטערער ייִד און האָט איר רויִק דערלערט, בקול-רם, ווי אַזוי מע דאַרף לייזן די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען פֿון אונדזער צײַט:
"איך וואָלט גענומען די אַלע מוסולמענער, וואָס זײַנען עלטער פֿון — אַ שטייגער — פֿינף יאָר, און זיי ליקווידירט. די גאָר קליינע קינדער קען מען נאָך, אפֿשר, איבערמאַכן. און מע דאַרף אָפּווישן פֿון דער ערד אַלע זייערע דענקמעלער, עס זאָל קיין שפּור ניט פֿאַרבלײַבן פֿון דער ציוויליזאַציע זייערער."
מיר איז פֿיזיש ניט גוט געוואָרן און איך בין אַרויס אין דרויסן, צו כאַפּן אַ ביסל פֿרישע, פֿראָסטיקע לופֿט. דערנאָך האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט זיך אומקערן און עפּעס זאָגן דעם דאָזיקן חבֿרה-מאַן. אָבער איך האָב עס ניט געטאָן. כ׳האָב באַשלאָסן אַז טאָמער אַ מענטש זאָגט אַרויס אַזעלכע קרימינעלע ווילדקייטן, הייסט עס אַז די פּראָבלעם איז ניט אין דעם ווי ער איז פֿאַרפּראָגראַמירט געוואָרן. דאָס איז שוין אַרײַן אין דער עצם קאָנסטרוקציע פֿונעם מענטשן, דאָס הייסט — פֿאַרפֿאַלן. די איינציקע האָפֿענונג בלײַבט, אַז זײַנע קינדער און אייניקלעך וועלן שוין טראַכטן אַנדערש, נאָרמאַל, ניט זײַענדיק פֿאַרטשאַדעט מיט קאָמוניסטישער מיזאַנטראָפּיע, וועלכע ווערט טאָג-אײַן טאָג-אויס אונטערגעהאָדעוועט דורך דער רוסלענדישער טעלעוויזיע, וואָס מע קוקט איבער דער גאָרער וועלט.
איך דערצייל, פֿאַרשטייט זיך, וועגן אַ צונויפֿשטויס מיט אַן עקסטרעמען, פּאַטאָלאָגישן פֿאַל פֿון דער ראַסיסטישער קרענק. ס׳רובֿ מענטשן אין דער אימיגראַנטישער סבֿיבֿה זײַנען אין גאַנצן נאָרמאַל — אין דעם זין פֿון אַרײַנלאָזן זיי אין אַ "לײַטישער שטוב". אמת, געשטימט זײַנען זיי בדרך-כּלל זייער אַנטי-ליבעראַל, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז געשטימט דער הויפּטשטראָם פֿון דער איצטיקער רוסישער געזעלשאַפֿט. און ווי האָט דאָס געקענט זײַן אַנדערש? אידעאָלאָגיש איז עס דער זעלבער עולם. ניט צופֿעליק האָט דאָך אהוד ברק אין זײַן ווענדונג צו די רוסיש-רעדנדיקע ישׂראלים ציטירט וולאַדימיר פּוטינען. דורך פּוטינס גראָבע רייד האָט ער געפּרוּווט אונטערקלײַבן אַ שליסל צום אימיגראַנטישן עולם.
עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז ברק און זײַן "עבֿודה" וועלן צונויפֿקלײַבן אַ סך שטימען אין דער רוסיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה. סאָציאַליזם און ליבעראַליזם זײַנען ניט די אידעאָלאָגיעס, וועלכע די געוועזענע סאָוועטישע מענטשן האַלטן אונטער. דאָס איז חל אויף ייִדן און ניט-ייִדן, אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער. מע האָט זיי קיין מאָל ניט געלערנט צו זײַן ליבעראַל. אין די סאָוועטישע פֿילמען און ביכער האָט אַ ליבעראַלער אינטעליגענט צי אַ מענשעוויק תּמיד אויסגעזען קאָמיש, נעבעכדיק. אַ דורכשניטלעכער סאָוועטישער מענטש גלייבט ניט אין קיין "קלוגן כּוח" צי "ווייכן כּוח" (לויט דער טערמינאָלאָגיע פֿונעם האַרוואַרדער פּראָפֿעסאָר דזשאָזעף נײַ). מע גלייבט נאָר אין געבן אין די ציינער, אַפֿילו אויב דאָס האָט קיין זין ניט.
קיין חידוש ניט, וואָס מע פּראָגנאָזירט, אַז אַ סך רוסיש-רעדנדיקע וועלן שטיצן דווקא דעם "ליכּוד" און, נאָך ערגער — די גאָר רעכטע פּאַרטיי "ישׂראל ביתנו", מיט וועלכער עס פֿירט אָן דער דעמאַגאָג אַבֿיגדור ליבערמאַן. אָבער פֿאַר אַ טייל פֿונעם רוסיש-רעדנדיקן עולם איז ער אַ נאַש-בראַט, אַזאַ פּאַרשוין איז דאָ אויך אין רוסלאַנד — וולאַדימיר זשירינאָווסקי, וועמעס ייִדישער פֿאָטער איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אין ישׂראל.
דער דאָמינירנדיקער אַנטי-ליבעראַלער אידעאָלאָגישער פּרצוף פֿון דעם (געוועזענעם) סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַרדריסט. אָבער דאָס איז, אין לעצטן סך-הכּל, ניט געפֿערלעך. אין דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט זײַנען די ייִדן פֿון רוסלאַנד אויך געקומען אָנגעלאָדן מיט כּלערליי אידעאָלאָגיעס, במילא מיט קאָמוניזם. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען בערך אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן זײַנען געווען ייִדן. אין 1989 זײַנען אין דער פּאַרטיי פֿאַרבליבן אין גאַנצן אַרום 300 ייִדישע קאָמוניסטן. איצט איז עס שוין, בכלל, אַ פֿאַראַיאָריקער שניי. אַזוי וועט זיך עס אויך אַלץ איבערדרייען מיט דעם הײַנטיקן אימיגראַנטישן קאָנטינגענט. אַ סימן האָב איך: מע זעט און מע פֿילט ניט געוויינטלעך קיין באַטרעפֿיקן אונטערשייד צווישן די ייִדישע סטודענטן פֿון אַלטגעזעסענע און אימיגראַנטישע משפּחות.