געזעלשאַפֿט
באַרבאַראַ פּרינציפּ
באַרבאַראַ פּרינציפּ

מעגלעך, אַז דער מישפּט צווישן די יורשים פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה און איינעם פֿון די גרעסטע דײַטשישע קאַרטעלן — האַנדל־געשעפֿט Karstadt-Quelle — איז מסתּמא דער לעצטער קאַמף פֿאַרן ייִדישן האָב־און־גוטס, פֿאַרלוירן בעתן נאַצי־רעזשים. נאָך פֿאַר דעם ווי היטלער און זײַן קליקע זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1933, האָט די משפּחה ווערטהײַם געהאַט אין איר רשות באָדן, קראָמען און אַנדער פֿאַרמעגן, וואָס די נײַע דעמאָלטיקע מאַכט האָט קאָנפֿיסקירט בײַ זיי און איבערגעגעבן צו אַנדערע באַלעבאַטים. צווישן אַלע ערד־חלקים האָט מער פֿון אַלע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ערד־חלק אויף דעם "פּאָטסדאַמער פּלאַץ", וואָס אין 1991 האָט עס "אָפּגעקויפֿט" בײַ דער פֿעדעראַלער מאַכט דער קאָנצערן Karstadt-Quelle און באַצאָלט פֿאַר דער קניה איין "דויטשע מאַרק".

אין יאָר 2000, שוין נאָכן אויפֿבויען אויף דעם אָרט, אַ שטח פֿון 190 טויזנט קוואַדראַט־מעטער, צוויי האָטעלן פֿון פֿינף שטערנדלעך, אַ וווין־קאָמפּלעקס, האַנדל־און־געשעפֿט־צענטער — האָט דער זעלבער קאָנצערן פֿאַרקויפֿט עס אַן אַנדער קאָנצערן, דער אינוועסטער־גרופּע Beisheim פֿאַר 145 מיליאָן יוראָ. פּונקט אָט די דאָזיקע סומע געלט — 145 מיליאָן יוראָ — פֿאָדערט איצט די משפּחה ווערטהײַם, אַז דער קאָנצערן Karstadt-Quelle זאָל איר אויסצאָלן.

יורידיש איז די מאָנונג באַגרינדעט אויף דעם אויספֿיר פֿון דער דײַטשישער פֿעדעראַלער אַמשאַפֿט, וואָס באַטראַכט די שטרײַט־פֿראַגן וועגן אייגנטום. די דאָזיקע אינסטיטוציע האָט אָנערקענט די ווערטהײַם־יורשים ווי אייגנטימער פֿון עטלעכע ערד־חלקים אין בערלין, אַרײַנגערעכנט, דעם געשעפֿט־צענטער אויף דעם "פּאָסטדאַם־פּלאַץ". נאָך דעם האָט די אָרגאַניזאַציע Claims Conference, וואָס פֿאַרטיידיקט די אינטערעסן פֿון דער משפּחה, צוגעשטעלט די מאָנונג צו דער דײַטשישער האַנדל־פֿירמע.

עס האָט אויסגעזען, אַז קיין שום פּראָבלעמען וואָלט נישט געדאַרפֿט זײַן: פֿאַרגיטיקונג פֿאַר דעם פֿאַרלוירענעם האָב־און־גוטס איז געזעצלעך הײַנט אין יעדער רעכטלעכער מלוכה; בפֿרט, אַז עס גייט די רייד וועגן אַן אייגנטום, רעקוויזירט בײַ ייִדן אין די נאַצישע צײַטן. אָבער דער קאָנצערן Karstadt-Quelle, וואָס זײַן הכנסה דערגרייכט ביליאָנען יוראָ, אײַלט זיך נישט אויסצוצאָלן דעם חובֿ. די קאָמפּענסאַציע־געלטער, פֿאָרגעלייגט דורך די קאָנצערן־פֿאַרוואַלטער, אויסער די געריכט־ווענט, האָבן אויסגעזען אַזוי נישטיק, אַז דער אַדוואָקאַט פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה, מאַטיאַס דרובאַ, האָט געמוזט דערקלערן: "דער פֿאָרשלאָג פֿון Karstadt — איז נישט מער ווי ברעקלעך פֿון דעם פּריצעס טיש; מיר וועלן זיך ווענדן אין געריכט".

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די אַדמיניסטראַציע פון Karstadt-Quelle מיטגעטיילט, אַז זי האָט בדעה צו באַשטרײַטן דעם באַשלוס פֿון דער פֿעדעראַלער אַמטשאַפֿט מכּוח דעם אייגנטום. "כּדי צו פֿאַרטיידיקן די אינטערעסן פֿון די אַקציאָנערן, וועט Karstadt-Quelle מוזן זיך ווענדן אין געריכט, — האָט דערקלערט אַ פֿאָרשטייער פֿונעם האַנדל־הויז. — דער קאָנעצרן וויל האָבן אַ קלאָרן יורידישן באַשלוס, און מאַכן צו דעם ענין אַ סוף".

אַלע פֿאַרשטייען אָבער, אַז דער אמתער ציל פֿונעם קאָנצערן איז צו פֿאַרשלעפּן דעם ענין, און אַז די עלטערע יורשים פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה זאָלן, סוף־כּל־סוף, מסכּים זײַן "אונטערצוקלײַבן די ברעקלעך", וואָס די איצטיקע באַלעבאַטים פֿון Karstadt-Quelle לייגן זיי פֿאָר. די יורשים אָבער לאָזן זיך נישט שפּײַען אין פּנים אַרײַן. באַרבאַראַ פּרינציפּ — אַ מיטגליד פֿון דער משפּחה — האָט געמאָלדן אין בערלין, אַז זי איז געשטימט צו דערפֿירן דעם פֿאַרגיטיקונג־ענין ביז אַ נצחון. זי איז ספּעציעל געקומען קיין דײַטשלאַנד צו צווינגען דעם קאָנצערן אויסצוצאָלן אַלע חשבונות. אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין איינעם פֿון די האָטעלן, וואָס געפֿינט זיך אויף דעם ערד־חלק, האָט די 73־יאָריקע באַרבאַראַ פּרינציפּ פֿאַרזיכערט, אַז דער Karstadt-Quelle וועט קיין מאָל נישט געווינען דעם מישפּט, נישט וויכטיק וויפֿל צײַט ער וועט זיך ציִען. "אויב איך אַליין וועל נישט קענען פֿירן דעם געריכט־פּראָצעס, וועלן עס טאָן מײַנע אייניקלעך".

דער ענין וועגן דעם Karstadt-Quelle־קאַרטעל איז בלויז אַ טייל פֿון דער טראַגישער געשיכטע אַרום דער ווערטהײַם־משפּחה. אייניקע ערד־חלקים, וואָס האָבן געהערט צו דער פֿאַמיליע, זײַנען נאָך דער מלחמה פֿאַרבליבן אויף דער טעריטאָריע פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער מיזרח־דײַטשישער רעפּובליק. די קאָמוניסטישע רעגירונג האָט דווקא באַלד אָפּגענומען בײַ די נײַע באַלעבאַטים דאָס רעכט צו באַזיצן דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס. אָבער אויך די אַלטע ייִדישע באַלעבאַטים האָבן זייערע פֿאַרמעגנס צוריק נישט באַקומען, און קיין קאָנפּענסאַציעס פֿאַר דעם — אויך נישט. אַגבֿ, באַטראַכט די פֿעדעראַלע אַמטשאַפֿט די שטרײַט־ענינים נישט בלויז וואָס האָבן אַ שײַכות צו די נאַצי־צײַטן, נאָר אויך יענע פֿראַגן, וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט נאַציאָנאַליזירן דאָס ייִדישע אייגנטום אויף דער טעריטאָריע פֿונעם געוועזענעם קאָמוניסטישן דײַטשלאַנד. אַזוי אַז קיין סוף פֿון געריכטן זיך אַרום דער ירושה פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה זעט מען דערווײַל נישט. עס וועט נישט קלעקן קיין אַרבעט סײַ פֿאַר די אייניקלעך און סײַ פֿאַר די קינדער פֿון די אייניקלעך.

פֿונדעסטוועגן, איז פֿאַר אַלעמען אין דײַטשלאַנד קלאָר, אַז די באַלעבאַטים פֿונעם באַקאַנטן קאַרטעל Karstadt-Quelle האָבן פֿאַרדינט די 145 מיליאָן יוראָ נישט ווי אַ פּראָפֿיט פֿון זייער פּראָפֿעסיאָנעלן געשעפֿט, נאָר בײַם ספּעקולירן מיט לאַנד, וואָס לויטן געזעץ, האָבן זיי אויף דעם נישט קיין רעכט. צוריק גערעדט, בלײַבט נישט קלאָר, פֿאַרוואָס נעמט אַזאַ ריזיקע אונטערנעמונג, פֿאַר וועלכער די 145 מיליאָן יוראָ שפּילן נישט אין איר "ביזנעס" אַ גוואַלדיקע ראָלע, און הייבט אָן אַ מישפּט־פּראָצעס, וואָס פֿאַרשאַפֿט איר נישט קיין כּבֿוד און איז דערצו נאָך פֿאַראורטיילט צו ווערן פֿאַרשפּילט?