|
אַ וואַנטבילד אויף דער זײַט פֿון דער ביאַליסטאָקער היים שילדערט די געשיכטע פֿון די ייִדן אויף דער "איסט סײַד" |
|
ווען די פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים" — אַן אָנגעזעענער מושבֿ־זקנים אין ניו־יאָרק — האָבן דעם זומער געמאָלדן, אַז די 80־יאָריקע אינסטיטוציע וועט זיך שליסן אין אָקטאָבער, האָבן זיי זיך מסתּמא נישט געריכט אויף די פּראָטעסטן, וואָס דאָס וועט אַרויסרופֿן.
די פֿאַרוואַלטונג זאָגט, אַז זי האָט נישט געהאַט קיין ברירה, ווײַל דער צענטער פֿאַרלירט יעדעס יאָר 3 מיליאָן דאָלאַר, צוליב די הויכע הוצאָות פֿון אויפֿהאַלטן דעם בנין און די פֿאַרקלענערטע צוריקצאָלונגען פֿון "מעדיקייד". אָבער אַ צאָל אַקטיוויסטן טענהן, אַז דער באַשלוס פֿון דער פֿאַרוואַלטונג צו פֿאַרקויפֿן דעם שכנותדיקן בנין פֿאַראַיאָרן רופֿט אַרויס חשד וועגן די אמתע כּוונות פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, און בפֿרט וועגן איר פֿאָרזיצער, אײַראַ מייסטער, וואָס, זיי טענהן, האָט אָפּגעלעקט אַ ביינדל דערפֿון.
אין אויגוסט 2010 האָט די פֿאַרוואַלטונג פֿאַרקויפֿט די שכנותדיקע געבײַדע — אַן אָפֿיס־בנין וואָס דער ביאַליסטאָקער צענטער פֿאַרמאָגט — צו אַ קאָרפּאָראַציע, קאָנטראָלירט פֿון אַ גרונט־מיסחר פֿירמע, וואָס געהערט צו מייסטערן. דער דרײַ־שטאָקיקער בנין איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר 1.5 מיליאָן דאָלאַר, און שטייט איצט ליידיק. איצט פּלאַנירט די פֿאַרוואַלטונג אויך צו פֿאַרקויפֿן דעם מושבֿ־זקנים, און באַמיט זיך צו געפֿינען נײַע ערטער פֿאַר די בערך 90 אײַנוווינער.
די גרונט־מיסחר פֿירמע "גראָב ענד עליס", וואָס האָט די עקסקלוסיווע רעכט צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין אויף איסט־בראָדוויי אינעם לאָוער איסט סײַד, באַצייכנט דעם באָדן אונטערן בנין ווי "זייער אַ געוווּנטשענעם פּלאַץ צו בויען אַ הויז פֿון לוקסוס־דירות".
רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג צו פֿאַרמאַכן די "ביאַליסטאָקער היים", האָבן אַ טייל פֿון אירע אײַנוווינער, אין איינעם מיט זייערע משפּחות און פֿרײַנד, אויסגעדריקט זייער אָפּאָזיציע דורך אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿאַרן בנין, און אַ צאָל אַמעריקאַנער צײַטונגען האָבן געשריבן וועגן דעם, אַרײַנגערעכנט די "ניו־יאָרק טײַמס" און דער "וואָל־סטריט דזשורנאַל", ווי אויך דער "פֿאָרוואַרד" און אַ צאָל אינטערנעץ־צײַטונגען.
די "ביאַליסטאָקער היים", וואָס איר אָפֿיציעלער נאָמען איז דער "ביאַליסטאָקער צענטער און ביקור־חולים", איז אַן אַכט־שטאָקיקער בנין, געגרינדעט אין 1930 דורך אַ גרופּע אימיגראַנטן פֿון דער באַקאַנטער אינדוסטריעלער שטאָט אין צפֿון־מיזרח פּוילן.
סעם סאָלאַרז, אַ געוועזענער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, און אַ גרינדער פֿון אַ הורט־געשעפֿט פֿון פֿלייש, איז אַזוי אויפֿגעבראַכט געוואָרן וועגן די פּלענער צו שליסן די "ביאַליסטאָקער היים", אַז ער האָט שוין אָנגעשטעלט אַן אַדוואָקאַט, און אויך צוגעצויגן זײַן זון, וואָס איז אַן אַדוואָקאַט, זיך פֿאַרנעמען מיט דעם ענין; די הוצאָות דעקט סאָלאַרז פֿון זײַן אייגענער קעשענע. "די אַדוואָקאַטן וועלן פּראָבירן צו פֿאַרזיכערן, אַז דער צענטער זאָל בלײַבן אָפֿן," האָט סאַלאַרז געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס".
|
מילי מונדשײַן, אַן אײַנוווינער פֿונעם ביאַליסטאָקער מושבֿ־זקנים אויף איסט־בראָדוויי, באַטייליקט זיך אין דער מאַניפֿעסטאַציע קעגן דעם שליסן פֿון דער "היים", דעם 23סטן אויגוסט |
Credit: The Villager |
סאָלאַרז, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם ביאַליסטאָקער געטאָ־אויפֿשטאַנד און זיך אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער אַרום דער שטאָט, האָט אימיגרירט קיין אַמעריקע אין יאַנואַר 1951. ווען ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער "ביאַליסטאָקער היים", זענען אַלע מיטגלידער נאָך געווען פֿון ביאַליסטאָק. הײַנט געפֿינען זיך אין דער פֿאַרוואַלטונג נאָך אַלץ עטלעכע קינדער און אייניקלעך פֿון די ביאַליסטאָקער אימיגראַנטן (מייסטערס טאַטע איז, למשל, געווען אַ ביאַליסטאָקער), אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן נישט קיין שײַכות מיט דער שטאָט.
בײַ סאָלאַרזן, וועלכער האָט פֿון 1972 ביז 2000 געדינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער "היים", האָט דער פֿאַרקויף פֿונעם שכנותדיקן בנין אַרויסגערופֿן אַ טיפֿן חשד, ווײַל ער איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן קויפֿן דעם בנין אין די אָנהייב־1970ער.
"דער בנין האָט דעמאָלט געהערט דעם ׳טימסטערס יוניאָן׳ (דער יוניאָן פֿון די משׂא־אויטאָ־שאָפֿערן)," האָט סאָלאַרז דערציילט. אַ דאַנק דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון עטלעכע מנדבֿים, איז סאָלאַרז, מיט צוויי אַנדערע פֿאַרוואַלטונג־מיטגלידער, דעמאָלט געפֿאָרן צו דער הויפּט־קוואַרטיר פֿון די "טימסטערס" אין שיקאַגע, כּדי צו קויפֿן דעם בנין, און דערנאָך האָבן די מנדבֿים געשאָנקען דעם בנין צום צענטער. "לויט וואָס איך ווייס, האָבן די מענטשן הײַנט אויפֿן ׳באָרד׳ [פֿאַרוואַלטונג] נישט געהאַט קיין רעכט צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין," האָט סאַלאַרז באַטאָנט.
די "ביאַליסטאָקער היים" איז געגרינדעט געוואָרן פֿון אַ גרופּע מיטגלידער פֿון דער ביאַליסטאָקער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין ניו־יאָרק, וועלכע האָבן שוין אין די 1920ער יאָרן פֿאַרשטאַנען די וויכטיקייט פֿון אַזאַ אינסטיטוציע. דאָס זענען געווען די יאָרן נאָך איידער פּרעזידענט פֿרענקלין רוזוועלט האָט דורכגעפֿירט דעם "ניו דיל"; נאָך איידער מע האָט אײַנגעפֿירט די פֿעדעראַלע וווילפֿאַרזאָרג־סיסטעם, "מעדיקער" אָדער "מעדיקייד", האָט ד״ר רבֿקה קאָברין, די מחברטע פֿונעם בוך Jewish Bialystok and its Diaspora [די ייִדישע ביאַליסטאָק און אירע צווײַגן איבער דער וועלט], איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס".
צוליב דער געוואַלדיקער אָרעמקייט פֿון יענע יאָרן, האָבן די קינדער פֿון די אימיגראַנטן פּשוט נישט געהאַט גענוג פּלאַץ אין זייערע ענגע דירות אַרײַנצונעמען זייערע קראַנקע טאַטעס און מאַמעס צו זיך; און האָבן אויך נישט געהאַט גענוג געלט אויפֿצופּאַסן אויף זיי ווי געהעריק. "מיר פֿאַרגעסן אָפֿט מאָל, אַז סײַ פֿאַרן ׳ניו דיל׳, סײַ נאָכן ׳ניו דיל׳, האָבן די עפֿנטלעכע שולן אַ גאַנצן טאָג געהיט די קינדער, אָבער אויף די עלטערע טאַטעס און מאַמעס איז נישט געווען ווער ס׳זאָל אויפֿפּאַסן," האָט קאָברין באַמערקט.
ניצנדיק ווי אַ מוסטער די גיכע הילף־אָרגאַניזאַציע "לינת־הצדק" אין ביאַליסטאָק, זענען די כּלל־טוער צוריקגעפֿאָרן אין זייער היימשטאָט, כּדי צו זאַמלען געלט צו בויען אַ בנין, וואָס זאָל דינען נישט בלויז ווי אַ מושבֿ־זקנים, נאָר אויך ווי אַ ביקור־חולים אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָל פֿאַרזאָרגן די פּאַציענטן פֿון לאַנג־דויערנדיקע קראַנקייטן ווי טובערקאָלאָז און זייערע משפּחות מיט געלט און מאָלצײַטן.
צום גליק, האָט מען ס׳רובֿ פֿון די פֿאָנדן געזאַמלט פֿאַר 1930, איידער די אימיגראַנטן האָבן אָנגעהויבן לײַדן פֿון דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע, דערציילט קאָברין. נאָך דעם ווי מע האָט אויפֿגעשטעלט די נייטיקע מעדיצינישע אויסשטאַטונג, איז דער "ביאַליסטאָקער צענטער און מושבֿ־זקנים" געווען גרייט אַרײַנצונעמען אירע ערשטע פּאַציענטן. טויזנטער מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף די גאַסן צו זען "אַ פּאַראַד פֿון 25,000 ביאַליסטאָקער", ווי דער "פֿאָרווערטס" האָט געשריבן. די אימיגראַנטן האָבן מאַרשירט אויף איסט־בראָדוויי, טראָגנדיק די אַמעריקאַנער פֿענער, טראַנספּאַראַנטן און סטענגלעך באַשפּרענקלט מיט רויטע, ווײַסע און בלאָע שפּרענקעלעך.
"די גרינדונג פֿונעם ביאַליסטאָקער צענטער איז געווען אַ וויכטיקע געשעעניש — האָט קאָברין דערקלערט — נישט בלויז ווײַל עס האָט דערמעגלעכט די ביאַליסטאָקער אימיגראַנטן אין ניו־יאָרק, סוף־כּל־סוף, אויפֿצופּאַסן אויף זייערע אייגענע; נאָר אויך ווײַל עס האָט פֿאַרפֿעסטיקט ניו־יאָרק ווי זייער פּערמאַנענטע היים, און במילא, קען מען זאָגן, נאָך מער דערווײַטערט זיי פֿון זייער היימשטאָט."
|
אַ פּאַראַד לכּבֿוד דעם חנוכּת־הבית פֿונעם "ביאַליסטאָקער צענטער און מושבֿ־זקנים", 1931 |
Courtesy of the Goren-Goldstein Center for the Study of Diaspora Jewry, Tel Aviv University |
פֿון דעסטוועגן, האָט דוד סאָהן, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם "ביאַליסטאָקער צענטער" און דער דירעקטאָר פֿון דער "ביאַליסטאָקער שטימע", געשריבן אינעם "פֿאָרווערטס" פֿונעם 21סטן יוני 1931, אַז פֿאַרקערט — דער נײַער מושבֿ־זקנים רעפּרעזענטירט אַ "נײַע ביאַליסטאָק", וואָס האָט געהעכערט דעם סטאַטוס פֿון די ביאַליסטאָקער ייִדן אין אַמעריקע, און ווי אַ פּועל־יוצא — אויך פֿון די ייִדן אין ביאַליסטאָק.
אונטערן קעפּל "ביאַליסטאָק — אויף איסט בראָדוויי" האָט סאָהן געשריבן, אַז "ווער עס קומט אויף דער איסט־סײַד, אָדער ווער עס פֿאָרט פֿאַרבײַ אויף איינעם פֿון די בריקן, וואָס פֿאַרבינדן ניו־יאָרק מיט ברוקלין, מוז קוקן מיט באַוווּנדערונג אויף אַ בנין, וואָס זעט זיך שטאַרק אָן מיט זײַן פּראַכטפֿולער אַרכיטעקטור און מיט זײַן גרויסקייט און הויכקייט איבער אַנדערע הײַזער אויף איסט בראָדוויי." מיט אַנדערע ווערטער, ביאַליסטאָקס גרעסטער אויפֿטו אין די געשיכטע־ביכער וועט נישט זײַן איר בײַשטײַער צום ציוניזם אָדער סאָציאַליזם, נאָר אין איר גרינדן אַ מושבֿ־זקנים אויף 226 איסט בראָדוויי, שרײַבט קאָברין אין בוך.
אין אַנדערע צײַטשריפֿטן האָט סאָהן געשריבן, אַז "די ביאַליסטאָקער האָבן געוויזן דעם וועג פֿאַר אַלע אַנדערע לאַנדסמאַנשאַפֿטן"; "די קאָלאָמייער קאָנען בלויז חלומען פֿון האָבן אַזאַ צענטער ווי אונדזער ביאַליסטאָקער צענטער", און "די וואַרשעווער און אָדעסער געזעלשאַפֿטן האָרעווען און באַמיִען זיך מיט אַלע כּוחות נאָכצוגיין אין די פֿוסטריט פֿון די ביאַליסטאָקער."
דער מושבֿ־זקנים האָט טאַקע שטאַרק מצליח געווען (צווישן 1931 און 1938 איז די צאָל אײַנוווינער געוואַקסן פֿון 75 ביז 250) און איז געבליבן אַ קוואַל פֿון נחת בײַ די ביאַליסטאָקער אימיגראַנטן און זייערע משפּחות. הגם ס׳רובֿ פֿון די הײַנטיקע אײַנוווינער זענען נישט קיין ביאַליסטאָקער, אָדער אַפֿילו קיין ייִדן, פֿילן זיי זיך זייער צוגעבונדן צו דער "היים".
בעת איינער פֿון די מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דעם שליסן פֿונעם מושבֿ־זקנים, האָט מילי מונדשײַן, אַ שוואַכע פֿרוי איבער די 80ער, זיצנדיק אין רעדלשטול, געזאָגט פֿאַר די זשורנאַליסטן, אַז זי זאָרגט זיך וועגן דער צוקונפֿט, אָבער האָפֿט, אַז אפֿשר וועט דער ניו־יאָרקער סענאַטאָר, טשאָק שומער, אירס אַ שוועסטערקינד, איר העלפֿן, אויב דער מושבֿ־זקנים וועט זיך טאַקע שליסן. פֿון דעסטוועגן, שרעקט איר דער געדאַנק, אַז זי וועט דאַרפֿן זיך אַרויסציִען פֿון דער ביאַליסטאָקער היים און פֿון דער געגנט.
"דאָס איז מײַן היים," האָט זי געזאָגט.