ליטווישער אויסערן־מיניסטער אַודראָניוס אַזשובאַליס |
Getty Images |
נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן און דער אומצופֿרידנקייט בײַ אַ טייל פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און ווילנער ייִדן בפֿרט, איז דער געפּלאַנטער אָוונט בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ — "די ווילנער געטאָ־איבערלעבונג" — לזכּרון די ייִדן פֿון דער ווילנער געטאָ, דורכגעגאַנגען בשלום. ס׳רובֿ אינעם עולם זענען געווען צופֿרידן מיט דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן סעפּטעמבער.
די פּראָטעסטן האָבן זיך קאָנצענטרירט אַרום דעם באַשלוס צו פֿאַרבעטן דעם ליטווישן אויסערן־מיניסטער. צום סוף, איז דער מיניסטער, אַודראָניוס אַזשובאַליס, נישט געקומען בײַ צײַטנס און דער ליטווישער קאָנסול אין אַמעריקע האָט געלייענט דעם מיניסטערס קורצע רעדע. עס זעט אויס, אַז דער מיניסטער איז געווען אויף אַ קבלת־פּנים און וועטשערע מיט הילאַרי קלינטאָן, און האָט זיך נישט געקענט באַפֿרײַען. ער האָט זיך שטילערהייט אַרײַנגערוקט אין מיטן דער פּראָגראַם, אָבער האָט זיך אין איר נישט באַטייליקט.
זײַנע ווערטער האָבן באַרויִקט דעם עולם, וואָס איז געווען, לויט איין עדות, אָנגעשטרענגט צוליב דער "פֿאָרגעשיכטע" פֿונעם אָוונט. צווישן אַנדערע פּונקטן, האָט אַזשובאַליס אין דער געלייענטער רעדע דערקלערט, אַז די ליטווינער טאָרן נישט אַרויפֿוואַרפֿן די שולד פֿון דער מלחמה אויף די ייִדן, און מוזן אָנערקענען די שולד פֿון די ליטווינער קאָלאַבאָראַטאָרן. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז "די ליטווינער האָבן אויך געליטן". ער האָט דערמאָנט פּאָנאַר, די וועלדער, וווּ די דײַטשן און זייערע ליטווישע מיטאַרבעטער האָבן אומגעבראַכט די ווילנער ייִדן, און אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דער 23סטער סעפּטעמבער, די דאַטע פֿון דער ליקווידאַציע פֿון דער ווילנער געטאָ, ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג.
צוליב דער פֿאַרבעטונג פֿונעם אויסערן־מיניסטער, זענען אַ טייל ייִדן געבליבן אין דער היים, געדענקענדיק, אַז קיין איין ליטווינער קאָלאַבאָראַטאָר איז נישט באַשטראָפֿט געוואָרן נאָך דער מלחמה. דער באַשלוס האָט אויפֿגערודערט די דעבאַטע וועגן דער באַהאַנדלונג פֿון די ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן, ווי אויך וועגן דער באַמיִונג פֿון די ליטווישע ייִדן צו באַקומען פֿאַרגיטיקונג פֿאַר זייערע פֿאַרלוסטן בעת דער מלחמה. דער אויסערן־מיניסטער געפֿינט זיך צווישן די באַאַמטע אין דער איצטיקער רעגירונג וואָס האָבן אויסגעדריקט צינישע באַמערקונגען מצד די ייִדן און זייער פּרוּוו צו באַקומען פֿאַרגיטיקונג־געלטער.
אין זײַן "אָפֿענעם בריוו" אינעם "פֿאָרווערטס" (סעפּט׳ 16—22, זײַט 3) האָט מילאַן כערסאָנסקי, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון "ירושלים ד׳ליטא", פּראָטעסטירט קעגן דער ייִוואָ־פֿאַרבעטונג פֿונעם מיניסטער, צוליב דעם מיניסטערס באַמערקונגען, וואָס כערסאָנסקי פֿאַרטײַטשט זיי ווי אַנטיסעמיטישע. דער מיניסטער האָט זיך קיין מאָל נישט אַנטשולדיקט פֿאַר זײַנע רייד. דער ייִוואָ האָט פֿון דעסטוועגן נישט צוריקגעצויגן זײַן פֿאַרבעטונג צום מיניסטער, ווי כערסאָנסקי האָט געוואָלט.
עליע פּאַלעווסקי, אַ לערער אין דער ווילנער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם, איז בײַגעווען אויף דעם אָוונט אין ייִוואָ מיט זײַן מאַמען, די פּאַרטיזאַנערין חיהלע פּאַלעווסקי. ער האַלט, אַז די באַמערקונגען פֿון דער ליטווישער רעגירונג האָבן בכּבֿודיק און פּאַסיק זיך פֿאַרבונדן מיטן אָוונט. פּאַלעווסקי איז געווען צופֿרידן, וואָס דער מיניסטער האָט נישט פֿאַרגליכן דעם דײַטשן חורבן פֿון ייִדן מיט דעם אַזוי־גערופֿענעם "סאָוועטישן חורבן" אין ליטע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַזאַ פֿאַרגלײַכונג הערט מען אין דער ליטווישער רעגירונג און צווישן דעם ליטווישן פֿאָלק. פּאַלעווסקי, האָט פֿאַרסך־הכּלט דעם אויפֿטריט — "מע האָט געפֿילט אַן אויפֿריכטיקע אָנערקענונג, אַז די לאַגע איז אַן אָנגעווייטיקטע, און אַז דאָס ליטווישע פֿאָלק דאַרף טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם וואָס ס׳איז געשען מיט די ייִדן".
פּאַלעווסקי האָט צוגעגעבן, אַז די קינסטלערישע פּראָגראַם איז געווען אויף אַ הויכן ניוואָ. עס האָבן געקלונגען די לידער פֿון דער ווילנער געטאָ, איסגעפֿירט פֿון דזשעראָם באַרי, און באַגלייט פֿונעם פֿידלער יובֿל וואַלדמאַן און פּיאַניסט עדווינאַס מינקסטימאַס.
כערסאָנסקי שרײַבט אין זײַן "אָפֿענעם בריוו" פֿון ווילנע, אַז דער ליטווישער גענעראַל־פּראָקוראָר האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן דורכגעפֿירט "קאַמפּאַניעס קעגן די געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין ווילנע". פּאַלעווסקי האָט באַמערקט, אַז "וועגן די פּאַרטיזאַנער האָט מען בכלל נישט דערמאָנט".
נאָך אַ ווילנערין, עלאַ לידסקי, וואָס האָט זיך געראַטעוועט אין רוסלאַנד, אָבער פֿאַרלוירן די גאַנצע משפּחה אין ווילנע נאָך דעם ווי די דײַטשן זענען אַרײַן אין שטאָט, האָט געזאָגט, אַז "דער קאָנסול האָט געמאַכט אַ גוטן אײַנדרוק און איך בין צופֿרידן מיט דעם וואָס ער האָט געזאָגט". זי איז אַפֿילו צוגעגאַנגען צום אויסערן־מיניסטער און אים באַדאַנקט פֿאַר זײַן קומען.
ד״ר יונתן ברענט, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז קיין שום קאָנטראָווערסיע איז נישט אַרויסגעקומען פֿונעם אָוונט מיטן ליטווישן אויסערן־מיניסטער. דער מיניסטער האָט געוואָלט קומען צו דער צײַט, אָבער פּשוט נישט געקענט. קיין טענות פֿון ווילנער געבוירענע ייִדן אָדער פֿאַרוואַלטער זענען צו אים נישט דערגאַנגען.
איין עסק וואָס איז געבליבן נישט פֿאַרענדיקט, האָט צו טאָן מיט די מאַטעריאַלן פֿונעם ווילנער ייִוואָ וועלכע זענען געבליבן אין ווילנע. שוין יאָרן לאַנג וויל דער ניו־יאָרקער ייִוואָ אַריבערפֿירן די מאַטעריאַלן צו זיך אין ניו־יאָרק, אָבער דערווײַל איז עס נישט געשען. לויט די ווערטער פֿונעם אויסערן־מיניסטער, זעט עס אויס, אַז מע וועט בלויז אויסטיילן אַ צימער אין אוניווערסיטעט פֿאַרן ייִוואָ, אָבער די מאַטעריאַלן וועט מען נישט אומקערן.
ברענט האָט אָבער צוגעגעבן, אַז די פּרטים וועגן אַזאַ צימער — וווּ, ווען, וואָס וועט זיך געפֿינען אין אַזאַ צימער — זענען דערווײַל געבליבן נישט פֿאַרענטפֿערט. דעם לעגאַלן סטאַטוס פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען נאָך נישט באַשטימט און מע דאַרף פֿאַרהאַנדלען וועגן דעם. "די פּרעסע לגבי דעם ענין האָט אין גאַנצן נישט פּינקטלעך געשריבן", האָט ברענט געזאָגט. "די ליטווישע רעגירונג האָט מסכּים געווען צו פֿאַרהאַנדלען וועגן די ייִוואָ־מאַטעריאַלן. דאָס איז אַלץ. דער ענין פֿון אַ ייִוואָ־צימער איז נישט פֿאַרבונדן מיטן ענין צוריקצושיקן די ייִוואָ־מאַטעריאַלן. דאָס זענען צוויי באַזונדערע פּונקטן".
וואָס שייך דער קאָנטראָווערסיע אַרום דעם אָוונט, האָט ברענט געזאָגט, אַז "איך האָב זיך געריכט אויף אָפּרופֿן וועגן דעם. אָבער, אַז די אָפּרופֿן וועלן זײַן אַזוינע שאַרפֿע, אַפֿילו בייזוויליקע, האָב איך זיך נישט געריכט. נו, ווי זאָגט מען: 'ביסט אַ זעלנער, שמעק זשע פּולווער’."