געזעלשאַפֿט
הערמאַן קיין
הערמאַן קיין
Credit: Getty Images

שוין אַ היפּש ביסל צײַט וווין איך אין צוויי וועלטן: אין ענגלאַנד און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין ביידע לענדער רעדט מען ענלעכע שפּראַכן — איין מין ענגליש און אַן אַנדער מין ענגליש. אויף די לינגוויסטישע אונטערשיידן האָב איך כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעאַגירן. עפּעס אַזוינס איז דאָך געווען אויך אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווײַל אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה, ס׳רובֿ אַ ליטווישע, האָט גערעדט אַן אוקראַיִנישן ייִדיש. אפֿשר צוליב דעם טאַקע בין איך גאָר ניט פּוריסטיש געשטימט. פֿאַרקערט, איך האַלט אַז אַן איבערגעטריבענער פּוריזם מאַכט די שפּראַך אָרעם. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.

עס זײַנען דאָ, פֿון דעסטוועגן, אַ סך אונטערשיידן צווישן מײַנע צוויי וועלטן, וואָס איך באַמערק און בלײַב ניט גלײַכגילטיק צו זיי. קודם-כּל, מאַכט מיך משוגע די וואַל-קאַמפּאַניע. ביז די וואַלן גופֿא איז נאָך אַ יאָר, אָבער די וואַל-קאַמפּאַניע גייט שוין אָן. נאָך מער: מיר דאַכט זיך, אַז זי פֿאַרענדיקט זיך בכלל ניט. עס שעפּט זיך אויס אַן עפּיזאָד, און עס הייבט זיך אָן גלײַך אַ נײַער. ס׳איז גענוג מיר אײַנצושליסן דעם "סי-ען-ען" צי נאָך עפּעס אַזוינס, ווי אויף מיר שיטן זיך אַרגומענטן פֿאַר דעם צד און קעגן דעם צווייטן צד. מענטשן האָבן אַ מלאָכה אַזאַ — אַ גוט באַצאָלטע, אַ פּנים — וואָס מיינט צו רעדן טאָג-אײַן, טאָג-אויס וועגן די קאַנדידאַטן און זייערע שאַנסן צו געווינען אָדער פֿאַרשפּילן. מע האַלטן אין איין ברײַען: ריטש פּערי אַהין, מיט ראָמני אַהער. די וואַלן זעען אויס ווי אַ מין ספּאָרט, און אַרום דעם ספּאָרט האָדעווען זיך מענטשן, וואָס קאָמענטירן דעם אָדער יענעם מאַטש, צי ער האָט זיך באַקומען אַ געלונגענער. ווי אין ספּאָרט, האָט די שפּיל נאָר צוויי קאָמאַנדעס אָדער פּאַרטייען, מישטיינס געזאָגט, ניט מער.

ווי אַ שטיקל אייראָפּעער, האָב איך פּראָבלעמען מיט פֿאַרשטיין די דאָזיקע שפּיל. און צום אַלעם ערשטן — די פּאַרטייען. ענגליש איז אין דעם זין אַ מאָדנע שפּראַך, ווײַל דאָס זעלבע וואָרט, party, באַשרײַבט סײַ אַ "פּאַרטיי" סײַ אַ "ליאַמע", "קערמעשל". אמת, אין ענגלאַנד, וווּ מע רעדט אַ שפּראַך וואָס איז גאַנץ ענלעך אויף דעם אַמעריקאַנישן לשון, ווייסט מען זייער גוט דעם אונטערשייד צווישן אָט די צוויי טײַטשן. איך ווייס, אַז ווען איך גיי שטימען דאָרטן, טראַכט איך ניט אַזוי וועגן דעם אָדער יענעם קאַנדידאַט פֿון דער פּאַרטיי, פֿאַר וועלכער איך גיב אָפּ מײַן שטים, ווי פֿאַר דער פּאַרטיי; מחמת זי, די פּאַרטיי, האָט אַ פּראָגראַם, אַ געשיכטע און אַזוי ווײַטער.

איך בין ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער, אַזוי אַז שטימען שטים איך ניט אויף אָט דער, מערבֿדיקער, זײַט פֿון דעם אָקעאַן. אָבער איך קוק ווי אַנדערע מענטשן שטימען. און איך האָב ממש רחמנות אויף זיי. ווײַל די רייד גייט דאָ ניט וועגן פּאַרטייען אין דעם אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם וואָרט. אָט האָב איך געקוקט אַ פּאָר דעבאַטן פֿון די אַזוי גערופֿענע רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן. ווי אַ שאָו איז עס געווען גלענצנדיק דורכגעפֿירט. אָבער גלײַכצײַטיק בין איך געבליבן צעמישט. אין אייראָפּע וואָלטן זיי — למשל, ראָן פּאָל און מיט ראָמני — פּשוט געהערט צו פֿאַרשיידענע פּאַרטייען. וואָס פֿאַראייניקט זיי? אַז זיי זײַנען קעגן באַראַק אָבאַמאַ? אין דעם פֿאַל, גייט די רייד וועגן אַ "פּאַרטיי", וואָס איז מער אַ "ליאַמע".

איך בין זיכער, אַז אַ סך אַמעריקאַנער וועלן בײַם איבערלייענען אָט די שורות האָבן רחמנות אויף מיר — אַז איך בין, נעבעך, פֿון אַן אַנדער טייג געקנאָטן און האָב קיין אַנונג ניט וועגן דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע. און איך אָנערקען גלײַך מײַנע זינד. צומאָל טראַכט איך, אַז דאָס איז אַפֿילו ניט קיין זינד, נאָר אַ פּועל-יוצא פֿון דעם וואָס איך קען מער ניט פֿאַרטראָגן די גאַנצע זייף-אָפּערע. צוליב וואָס דאַרף איך אויסהערן אָט די אַלע מעשׂיות וועגן הערמאַן קיין? איז עס טאַקע וויכטיק צו וויסן, צי ער האָט זיך אויפֿגעפֿירט שיין אָדער ניט שיין מיט די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט יאָרן צוריק געהאַט צו אים טענות? עס איז, לחלוטין, ניט וויכטיק, מחמת מע זעט דאָך גלײַך, אַז דער מענטש טויג זיך סײַ-ווי-סײַ ניט אויס אויף צו ווערן אַ פּרעזידענט. ער קען געפֿעלן ווערן נאָר דעם עולם, וואָס האַלט בכלל ניט פֿון קיין רעגירונג. אָבער מע לאָזט עס ניט אָפּ, ווײַל די זייף-אָפּערע נייטיקט זיך אין אַ פֿרישן עפּיזאָד. און דאָ באַקומט מען ממש אַ מתּנה — אַ ביסל סעקס אָדער עפּעס וואָס שמעקט מיט סעקס. אַ מחיה!

אַזוי צי אַזוי, ווייס איך, אַז די גאַנצע קאַמפּאַניע וועט זיך ניט אָפּשטעלן. מיר וועלן אויסהערן זייער אַ סך מבֿינות וועגן אַלע קאַנדידאַטן. אין מײַן פֿאַל וועט עס זײַן אַ קלענערע אָפּקומעניש, ווײַל פֿון צײַט צו צײַט פֿאָר איך אַוועק אויף יענער זײַט אָקעאַן, וווּ מע שפּילט פּאָליטיק אַ ביסל אַנדערש — ווייניקער יחידיש און מער פּאַרטיייִש. וועלכע פֿון די דאָזיקע דעמאָקראַטיעס איז בעסער, ווייס איך ניט. ס׳איז קלאָר, אָבער, אַז ביידע דעמאָקראַטיעס פֿאָדערן פֿון אונדז מיר זאָלן זײַן געזונט און שטאַרק זיי אויסצוהאַלטן.