|
אַ גרופּע חסידישע מיידלעך אויף דער גאַס, נאָוועמבער 2009 |
Credit: Getty Images |
אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס מע האָט געצוווּנגען זי חתונה צו האָבן מיטן אָפּגעשטאַנענעם און גײַסטיק קראַנקן אייניקל פֿון אַ חסידישן רבין, און שפּעטער, ווען זי האָט אים אָפּגעגט, האָט מען זי גענייט אויפֿצוגעבן אירע צוויי יונגע קינדער, קעמפֿט איצט אין געריכט זיי צוריקצובאַקומען. איר אַקציע איז אַ זעלטענע זאַך אין דער חסידישער וועלט, וווּ ס׳רובֿ מענטשן זענען נישט גרייט זיך אַנטקעגנצושטעלן די רביים און זייערע משפּחות, וועלכע האַלטן אָפֿט מאָל אַ שטרענגן קאָנטראָל איבער דער קהילה.
די יונגע מאַמע, רבֿקה מירמלשטיין (אַלע נעמען אין דעם אַרטיקל זענען פֿאַרשטעלטע), וועלכע האָט זיך געגט פֿון איר מאַן, דבֿ־בער ווײַס, אין סעפּטעמבער, טענהט, אַז ווען זי האָט אונטערגעשריבן די לעגאַלע דאָקומענטן, האָט קיינער נישט — אַפֿילו נישט די אַדוואָקאַטין, וואָס די קהילה האָט איר צוגעשטעלט — געגעבן רבֿקהן צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָקומענטן וואָס זי שרײַבט אונטער, נעמען אויך אַרײַן אַ פּונקט, אַז זי גיט אויף דעם אויפֿזיכט פֿון אירע קינדער צו דבֿ־בערס עלטערן, שמואל און גיטל ווײַס.
שמואל ווײַס איז דער באַשטימטער יורש און פֿאַרטרעטער פֿונעם אַלטן רבין, ר׳ גדליה ווײַס — אַ לאַנג־יאָריקער אַלמן, וועלכער איז שוין לאַנג עובֿר־בטל.
רבֿקהס חבֿרטע, פּעשע לעווינסאָן און איר מאַן, אפֿרים, וואָס האָבן אַרײַנגענומען רבֿקהן צו זיך אַהיים נאָך דעם ווי די קהילה האָט צוגענומען רבֿקהס קינדער, האָבן איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז דער אופֿן ווי אַזוי די קהילה האָט דאָ באַעוולט רבֿקהן איז "בלויז איין סימן פֿון דער קראַנקער סיסטעם, וואָס זייער ווייניק מענטשן ווייסן וועגן דעם, און די, וואָס ווייסן יאָ, ווילן וועגן דעם נישט רעדן". פּעשע און אפֿרים זענען אַ מאָל אַליין געווען פֿון דער זעלבער חסידישער סעקטע ווי רבֿקה, און קענען גוט סײַ איר טאַטע־מאַמע, סײַ די רבישע משפּחה, מיט וועלכער מע האָט זי משדך געווען.
פּעשע האָט דערציילט, למשל, אַז רבֿקה איז געווען דאָס דריטע פֿון צוועלף קינדער אין אַ משפּחה, וווּ ביידע עלטערן פֿלעגן זיי שטאַרק שלאָגן.
"די משפּחה האָט געוווינט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון דער קהילה," האָט פּעשע דערציילט. די איינציקע שכנים, וואָס וואָלטן געקאָנט הערן די געשרייען פֿון די קינדער, ווען מע שלאָגט זיי, איז געווען אַן אַלט פּאָרפֿאָלק, וואָס איז קיין מאָל נישט געווען אין דער היים. און אויב דאָס פּאָרל האָט יאָ געהערט די קולות האָבן זיי, אַ פּנים, קיינעם נישט דערציילט. "וועגן אַזוינע זאַכן איז נישטאָ מיט וועמען צו רעדן," האָט פּעשע געזאָגט.
לויט דער געשוווירענער באַשטעטיקונג, האָט רבֿקהס טאַטע — דער דריטער פֿון 15 קינדער — קינדווײַז אַליין געליטן פֿון שטאַרקע קלעפּ פֿון זײַנע עלטערן, און איר מאַמע — איינע פֿון 16 קינדער — איז ווי אַ צענערלינג אַנטלאָפֿן פֿון דער היים.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט רבֿקה דערציילט, אַז איר עלטסטער ברודער האָט געקראָגן די ערגסטע קלעפּ פֿון אַלע, און מיט דער צײַט האָבן די עלטערן אים אין גאַנצן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער שטוב. "ער האָט געמוזט גיין בעטן עסן בײַ די שכנים," האָט רבֿקה געזאָגט.
מיט צוויי יאָר צוריק זענען רבֿקהס צוויי ייִנגערע שוועסטער אויך אַנטלאָפֿן פֿון דער היים. די עלטערע האָט געזאָגט דער ייִנגערער: "אויב דו ווילסט נישט, מע זאָל אונדז דערהרגענען, מוזן מיר אַוועקלויפֿן."
"איך האָב דווקא נישט געקראָגן אַזוי פֿיל פּעטש ווי די אַנדערע, ווײַל איך האָב געפֿאָלגט טאַטע־מאַמע, אַלץ וואָס זיי האָבן מיר געהייסן," האָט רבֿקה געזאָגט. מיט דער צײַט האָט זי אָבער געליטן גרויסע ווייטיקן, צוליב אַ האַרטן מאָגן. צו ערשט, האָבן די עלטערן זי געפּרוּווט היילן מיט נאַטירלעכע מיטלען, און מע האָט זי געשטעלט אויף אַ שטרענגער דיעטע. זי האָט פֿאַרלוירן אַ סך וואָג, אָבער ס׳האָט גאָרנישט געהאָלפֿן. "מײַנע פֿרײַנדינעס האָבן מיך אָנגעהויבן פֿרעגן, פֿאַר וואָס בין איך אַזוי דאַר געוואָרן."
מע האָט רבֿקהן אָנגעהויבן געבן פֿאַרשידענע וויטאַמינען און איר אַפֿילו געמאַכט נאָדל־טעראַפּיע, נאָר זי האָט ווײַטער געליטן פֿונעם מאָגן. ווען רבֿקה איז געווען 18 יאָר אַלט האָבן די עלטערן זי געשיקט וווינען בײַ אַ פֿרוי אין אַ צווייטער שטאָט, אַן אַלמנה און אַ שטיקל "מאַכערטע" אין דער קהילה, זאָגנדיק דער טאָכטער, אַז די פֿרוי וועט איר קענען העלפֿן. ווי רבֿקה האָט שפּעטער אויסגעפֿונען, איז די פֿרוי, פֿרידע כּץ, געווען די שטיף־שוועסטער פֿון דער רביצין, גיטל ווײַס.
פֿרידע כּץ האָט אָבער זייער שלעכט באַהאַנדלט רבֿקהן. זי האָט זי סעקסועל באַלעסטיקט, כּסדר געשריגן אויף איר, און אַפֿילו נישט געלאָזט, אַז זי זאָל אַהיימקלינגען.
איין מאָל איז רבֿקה געגאַנגען עפּעס באָרגן בײַ אַ שכנה.
"אוי וויי, האָסט נישט געקענט געפֿינען אַ בעסער אָרט ווי אײַנצושטיין?", האָט די שכנה געפֿרעגט. "האָסט נישט מורא צו זײַן מיט איר? מסתּמא ‘אַביוזט’ [באַלעסטיקט] זי דיך!" ביז דעמאָלט האָט רבֿקה אַפֿילו קיין מאָל נישט געהערט דאָס וואָרט "אַביוזט".
"הלוואי וואָלט איך דיך געקענט נעמען צו מיר, כ׳וואָלט זיך געפֿרייט דאָס צו טאָן! — האָט די שכנה דערקלערט — אָבער מײַן מאַן איז קעגן דעם, אַז גרויסע מיידלעך זאָלן זיך דרייען אין שטוב."
ווען רבֿקה איז עלטער געוואָרן, און פֿאַרשידענע שדכנים זענען געקומען מאַכן אַ שידוך פֿאַר איר, האָט פֿרוי כּץ זיי אָפּגעזאָגט מיטן תּירוץ, אַז זי איז נישט איר מאַמע. אָבער גלײַכצײַטיק האָט פֿרוי כּץ אָנגעהויבן זאָגן רבֿקהן, אַז זי האָט "אַן אויסערגעוויינטלעכן שידוך" פֿאַר איר, און זי האָט זיך אונטערגענומען צו אַראַנזשירן אַ שידוך צווישן רבֿקהן און איר שטיף־פּלימעניק, דבֿ־בער ווײַס.
רבֿקה האָט דערציילט, אַז זי האָט אַ סך מאָל געזאָגט פֿרוי כּץ, אַז זי איז נישט צופֿרידן מיטן שידוך. זי האָט חושד געווען, אַז עפּעס מוז זײַן דער מער מיטן אַלטן רבינס אייניקל, ווײַל זײַן פֿריִערדיקע פֿרוי האָט אים געגט עטלעכע חדשים נאָך דער חתונה. פֿרוי כּץ האָט איר געזאָגט, אַז די פֿריִערדיקע פֿרוי איז געווען "אַ שרעקלעכער מענטש"; אַז ער, דבֿ־בער, איז "אַ שיינער, חשובֿער, איידעלער מאַן"; אַז ער איז "אַזאַ צדיק, אַז זײַן געוועזענע פֿרוי איז נישט זוכה געווען צו האָבן אַזאַ מאַן", און אַז "ער קומט, אַוודאי, פֿון אַ רבישער משפּחה".
רבֿקה האָט אָבער געענטפֿערט, אַז זי זוכט נישט קיין צדיק פֿאַר אַ מאַן, און וויל בלויז אַ מענטש, וואָס איז down-to-earth [סתּם אַ באַלעבאַטישער בחור]. נישט געקוקט אויף אירע טענות, האָט פֿרוי כּץ אַראַנזשירט צוויי "בישויס" [טרעפֿונגען] צווישן רבֿקהן און דבֿ־בער. ביידע מאָל האָט רבֿקה איר געזאָגט, אַז ער געפֿעלט איר נישט. "ער האָט אויסגעזען ווי נישט בײַ זיך; געהאַט ליידיקע, פֿאַרלאָשענע אויגן," האָט רבֿקה געזאָגט. "אָן קיין שום לעבן, ווי ער האָט נישט קיין שׂכל. געקלונגען ממש ווי אַ ראָבאָט."
ווען רבֿקהס טאַטע האָט זיך דערוווּסט, אַז זײַן טאָכטער שטימט נישט אײַן אויפֿן שידוך, האָט ער איר טעלעפֿאָנירט און געוואָרנט: "אויב דו וועסט אָפּזאָגן די גאָלדענע געלעגנהייט, וועסטו גאָרנישט מער האָבן פֿון אונדז; וועסט ווערן אָפּגעשניטן פֿון דער משפּחה, און וועסט בלײַבן אַן אַלטע מויד... איך לייג נישט אַראָפּ דעם טעלעפֿאָן, ביז דו זאָגסט יאָ," האָט ער זי געוואָרנט.
"ער האָט מיך אַזוי איבערגעשראָקן, אַז כ׳האָב נישט געהאַט קיין ברירה, האָב איך געזאָגט, יאָ," האָט רבֿקה צוגעגעבן.
ס׳איז געווען קלאָר פֿאַר וואָס רבֿקהס טאַטע האָט איר געצוווּנגען חתונה צו האָבן מיט דבֿ־בער, האָט אפֿרים באַמערקט. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט די רביצין געהאַט צוגעזאָגט רבֿקהס עלטערן, צו באַצאָלן אַלע הוצאָות פֿאַר דער חתונה און אויך אַ מתּנה פֿון $20,000. דערצו וועט רבֿקה באַקומען אַ דירה, און מע וועט זי און דבֿ־בער אויסהאַלטן דאָס גאַנצע לעבן.
"ס׳איז געווען אַ געפֿערלעכע בושה פֿאַר דער רביצין, וואָס איר זון איז אַ גרוש. די משפּחה איז געווען צעבראָכן איבער דעם," האָט פּעשע דערקלערט. "דערפֿאַר, ווען די רביצין האָט געהערט, אַז רבֿקה האָט מסכּים געווען מיטן שידוך, איז זי געווען זייער גליקלעך, ווײַל איצט וועט רבֿקה אים קאָנען ברענגען קינדער, און דערבײַ דערהייבן זײַן פּאָזיציע אין דער קהילה."
לויטן עדות־אַרויסזאָג, האָט פֿרוי כּץ, די שטיף־שוועסטער פֿון דער רביצין, פֿאַרשטאַנען, אַז מע וועט זי גוט באַלוינען, אויב זי קאָן געפֿינען אַ שידוך פֿאַר דבֿ־בער. (און פֿאַקטיש איז טאַקע געווען אַזוי. דבֿ־בערס טאַטע, שמואל ווײַס, האָט שפּעטער באַשטימט פֿרידע כּץ ווי די נײַע פֿרוי פֿונעם אַלטן רבין. "ווי די הויפּט־רביצין, שפּילט זי הײַנט אַ געוואַלדיקע ראָלע אין דער קהילה," האָט פּעשע באַטאָנט.)
נאָך דעם ווי דער שידוך איז געשלאָסן געוואָרן, איז רבֿקה צוריקגעפֿאָרן צו פֿרוי כּץ. מע האָט זי פֿאַרשריבן אין אַ כּלה־קלאַס, וווּ כּלות לערנען זיך אויס די דינים פֿון טהרת־המשפּחה און אַנדערע ענינים וועגן דעם אינטימען צוזאַמענלעבן פֿון מאַן־און־ווײַב. במשך פֿון דער צײַט האָט פֿרוי כּץ כּסדר זיך סעקסועל געטשעפּעט צו איר, זאָגנדיק אַז זי דאַרף זיך אויסלערנען אַלץ וועגן "לעבן מיט אַ מאַן".
איין מאָל האָט פֿרוי כּץ געזאָגט, אַז זי דאַרף "אונטערזוכן" רבֿקהס מוטערשייד, ווײַל "דאָס איז די פֿליכט פֿון אַ מאַמע". רבֿקה האָט זיך געבעטן בײַ איר עס נישט צו טאָן, אַז די לערערין פֿונעם כּלה־קלאַס האָט קיין מאָל נישט דערמאָנט אַזאַ זאַך. פֿרוי כּץ האָט אָבער מיט כּוח אַראָפּגעצויגן רבֿקהס זאָקן און זי אַזוי שטאַרק וויי געטאָן, אַז "כ׳האָב געפֿילט ווי עמעצער וואָלט מיך געשטאָכן מיט אַ מעסער." רבֿקה האָט מורא געהאַט, אַז פֿרוי כּץ וועט זי ממש דערהרגענען.
אינעם טאָג פֿון דער חתונה האָט רבֿקה קוים געזען דעם חתן, און אַפֿילו נאָך דער חתונה, בײַ די שבֿע־ברכות איז ער געשלאָפֿן אַ גאַנצן טאָג, און ווען ער איז געווען וואַך איז ער אַוועק צו דער מאַמען. "זיי האָבן געוואָלט זײַן זיכער, אַז איך באַמערק נישט, אַז ער איז נישט נאָרמאַל, ווײַל דעמאָלט וועל איך אפֿשר פֿאָדערן אַ גט, און ס׳איז אַ גרויסע בושה פֿאַר דער משפּחה, ווען מע גט זיך בעת די שבֿע־ברכות," האָט רבֿקה געזאָגט.
ווען זיי האָבן שוין יאָ געלעבט צוזאַמען, האָט רבֿקה אײַנגעזען, אַז ער איז טאַקע נישט מיט אַלעמען. נישט געקוקט אויף איר אומגליקלעך לעבן מיט אים, האָט זי אים געבוירן צוויי קינדער. ווען דאָס עלטערע קינד איז געוואָרן פֿיר יאָר אַלט, האָט דבֿ־בער אויפֿגעהערט נעמען זײַנע מעדיקאַמענטן און געוואָרן ברוטאַל, אָנגעהויבן שלאָגן און בײַסן רבֿקהן און פֿאָדערן, זי זאָל שלאָפֿן מיט אים.
זי וואָלט אויסגעהאַלטן די יסורים, האָט רבֿקה געזאָגט, ווען איר מאַן וואָלט נישט אָנגעהויבן סעקסועל זיך טשעפּען צום פֿיר־יאָריקן קינד. דעמאָלט איז רבֿקה אַנטלאָפֿן מיט די קינדער צו אַ מקום־מיקלט פֿאַר באַלעסטיקטע פֿרויען, אָבער נאָך איין וואָך האָט מען זי דאָרט געפֿונען, און זי געוואָרנט, אַז אויב זי קומט נישט אַהיים מיט די קינדער, וועט מען זי דערקלערן פֿאַר אַ משוגענער, און אַוועקנעמען בײַ איר די קינדער.
רבֿקה איז, נישט־וועלנדיק, צוריקגעפֿאָרן און אײַנגעשטאַנען בײַ אַ פֿרוי, וואָס זי האָט געמיינט איז אַ גוטע פֿרײַנדינע, אָבער נאָך צוויי וואָכן האָט די פֿרײַנדינע איר געהייסן געפֿינען איר אייגענע דירה. נישט וויסנדיק וווּהין צו גיין, האָט רבֿקה אָנגעקלונגען איר מאַמען. די מאַמע האָט איר געזאָגט, אַז זי וועט איר געפֿינען אַ דירה, וווּ זי וועט נישט דאַרפֿן באַצאָלן קיין דירה־געלט. רבֿקה האָט אין גיכן חושד געווען, אַז דאָס האָט איר שוויגער אַראַנזשירט, ווײַל אַ סך פֿונעם מעבל און עסן אין דער נײַער דירה האָט זי דערקענט ווי איר שוויגערס.
נאָך איין וואָך האָט די באַלעבאָסטע פֿון דער דירה איר געזאָגט, אַז זי מוז גיין פֿאַר אַ גט. מע האָט זי געבראַכט מיט געוואַלד פֿאַר אַ רבֿ. זי האָט זיך אויסגערעדט פֿאַר אים, אַז מע צווינגט זי אָפּצוגטן דעם מאַן, אָבער זי וויל נישט פֿאַרלירן די קינדער און דערפֿאַר וויל זי נישט קיין גט. האָט דער רבֿ געזאָגט, אַז ס׳איז אַ קאָמפּליצירטע זאַך. "כ׳קען אָבער אַ ספּעציאַליסט, וואָס קען זיך אויס מיט ‘לויערס’ און ער וועט אײַך העלפֿן," האָט דער רבֿ געזאָגט.
איידער וואָס און איידער ווען, האָט די באַלעבאָסטע פֿון דער דירה געשלעפּט רבֿקה צום "ספּעציאַליסט", וווּ מע האָט איר געהייסן אונטערשרײַבן אַ באַרג פּאַפּירן, און איר געזאָגט, אַז איר טאַטע האָט שוין מסכּים געווען מיט אַלע תּנאָים. רבֿקה האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס עס מיינט אונטערצושרײַבן אַ דאָקומענט, אָבער זי האָט פֿאָרט געוואָלט זיי איבערלייענען. דער "ספּעציאַליסט" האָט אָבער נישט געלאָזט. "מיר מוזן עס טאָן שנעל, ווײַל אויב נישט, וועט דעם רבינס משפּחה מאַכן אַ סך צרות," האָט ער געוואָרנט.
צום סוף האָט מען איר געצוווּנגען זיך צו גטן פֿון איר מאַן. מע האָט איר צוגעזאָגט $500 אַ וואָך במשך פֿון דרײַ יאָר, אָבער פֿאַראָרדנט, אַז די קינדער מוזן בלײַבן בײַ דבֿ־בערס עלטערן; און אַז זי וועט קאָנען באַזוכן אירע קינדער בלויז איין טאָג אַ חודש אויף דרײַ שעה.
רבֿקהס איצטיקער אַדוואָקאַט וועט אַוודאי דערקלערן אין געריכט, אַז רבֿקה איז געווען אַ געטרײַע מאַמע פֿאַר אירע קינדער; אַז אַחוץ אַ פּאָר שעה פֿון צײַט צו צײַט וואָס די שוויגער האָט איר געהאָלפֿן אויפֿפּאַסן אויף די קינדער, איז זי, רבֿקה, געווען זייער איינציקע אויפֿפּאַסערין, צוליב דעם וואָס איר מאַן לײַדט פֿון אַ גײַסטיקער קראַנקייט און האָט דערפֿאַר נישט געקענט עס טאָן.
מע וואָלט געמיינט, אַז נאָך אַזאַ קאָשמאַר וואָלט רבֿקה הײַנט געווען אַ פֿאַרביסענע פֿרוי, אָבער ס׳איז פֿאַרקערט. בעת דעם אינטערוויו האָט זי גערעדט אָפֿנהאַרציק, און פֿון צײַט צו צײַט אַפֿילו אַ ביסל געלאַכט. אויף דער פֿראַגע, ווי קען זי לאַכן פֿון אַזאַ ווייטיק, האָט זי געענטפֿערט, אַז דווקא דאָס לאַכן האָט זי געראַטעוועט.
"ווען מײַנע עלטערן האָבן גערודפֿט אונדז, קינדער, האָב איך געזען, אַז ווען מיר האָבן געוויינט, פֿלעגן מיר באַקומען נאָך מער פּעטש, ווי געוויינטלעך," האָט רבֿקה דערקלערט. "מע האָט אונדזערע נשמות צעקוועטשט ווי אַ ‘פּאָטייטאָ’. נישט געטאָרט ווײַזן קיין געפֿילן, יאָרן לאַנג האָב איך זיך נישט געפֿילט ווי אַ מענטש."
"הײַנט הערט מען וועגן ‘אַביוס’ בײַ אַלע מינים מענטשן," האָט פּעשע באַמערקט. "אָבער דער טרויעריקער אמת איז, אַז אויך די פֿאַרשלאָסענע חסידישע קהילות, זײַנען אין אַ גרויסער סכּנה, אַז די אַטאַקירער וועלן קריגן אַלץ מער מאַכט, ווײַל זיי ווייסן, אַז קיינער וועט נישט גלייבן דעם קינד. צווישן די ערשטע זאַכן וואָס מע לערנט הײַנט אַ חסידיש קינד איז, אַז צו גיין צו די ‘גויִישע’ אינסטאַנצן איז אַ שרעקלעכע זינד. וואָס טוט דער באַלעסטיקער? אַזוי לאַנג ווי ער קאָן ווײַזן דער קהילה, אַז ער איז ‘אַ גוטער מענטש’, וועט מען אים גאָרנישט נישט טאָן. ‘ווי קען דאָס זײַן אמת?’, וועט מען פֿרעגן וועגן דעם באַשולדיקטן. ‘ער (אָדער זי) איז דאָך אַזאַ גוטהאַרציקער, ער העלפֿט די אָרעמע לײַט, ער גיט אַזוי פֿיל צדקה!’
"האָפֿנטלעך, וועט מען מיט דער צײַט קענען אָפּשטעלן דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד, און אַרויסברענגען אין דער עפֿנטלעכקייט די פֿינצטערע סודות," האָט פּעשע דערקלערט. "דאָס וועט שוין געבן די געליטענע קינדער דעם כּוח צו דערציילן וואָס מע האָט צו זיי געטאָן, און אַ געלעגנהייט זיך אויסצוהיילן דערפֿון."