געזעלשאַפֿט

די אַנטי־פּוטין דעמאָנסטראַציע אויפֿן באָלאָטנאַיאַ־פּלאַץ, מאָסקווע, דעם 10טן דעצעמבער
די אַנטי־פּוטין דעמאָנסטראַציע אויפֿן באָלאָטנאַיאַ־פּלאַץ, מאָסקווע, דעם 10טן דעצעמבער
Credit: Getty Images

עפּעס איז אין רוסלאַנד געשען בעת און נאָך די וואַלן, דעם 4טן דעצעמבער. די לאַגע האָט זיך געביטן אַזוי שטאַרק, אַז די מלוכה איז ממש פֿאַרציטערט געוואָרן. וולאַדימיר פּוטין האָט זיך אויף אַזוי פֿיל איבערגעשראָקן, אַז פֿון זײַן מויל איז אַרויס גאָר אַ נאַרישקייט — ער האָט באַשולדיקט הילאַרי קלינטאָן אין אונטערהעצן די אָפּאָזיציאָנעלע כּוחות אין לאַנד, אין שיקן זיי אַ סיגנאַל (ווי אויך געלט), אַז זיי זאָלן אָנהייבן די פּראָטעסטן. ער און זײַנע עצה-געבערס האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דערמיט זײַנען באַליידיקט געוואָרן מיליאָנען רוסישע בירגער, בפֿרט די וואָס באַקומען אינפֿאָרמאַציע ניט פֿון דער מלוכה-קאָנטראָלירטער טעלעוויזיע, נאָר פֿון אינטערנעץ.
דער דאָזיקער עולם, יעדנפֿאַלס אַ טייל פֿון אים, האָט די גאַנצע שפּיל מיטן אומקערן פּוטינען די פּרעזידענטישע שטעלע אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים. מע פֿילט, אַז פֿון זיי האָט מען זיך פּשוט אויסגעלאַכט: געשטעלט אַ מענטש און אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען "פּרעזידענט", נאָר כּדי צו מאַכן אַן אָנשטעל פֿון אָפּשײַ פֿאַר דעמאָקראַטיע — לויט דער קאָנסטיטוציע האָט פּוטין ניט געטאָרט בלײַבן, אָן אַן איבעררײַס, אויף אַ דריטן טערמין. בינו-לבינו, האָבן אייניקע מענטשן אַפֿילו גענומען שטיצן דמיטרי מעדוועדיעוון, ווי אַ שטיקל אַלטערנאַטיוו לגבי דער לגמרי קאָרומפּירטער סיסטעם, וואָס איז אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט פּוטינען און דער רעגירנדיקער פּאַרטיי "דאָס געאייניקטע רוסלאַנד".
פּוטין איז צום האַרצן דער ביוראָקראַטיע, וואָס ווערט אַלץ רײַכער פֿון דער קאָרופּציע. ער געפֿעלט אויך דעם המון, ווײַל די אָרעמע וואַרפֿט ער אונטער פֿאַרשיידענע צוקערקעס, בפֿרט נאָך, אַז די הויכע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז דערלויבן אים עס צו טאָן — עס בלײַבט אַ סך געלט אַפֿילו ווען ביליאָנען דאָלאַרן ווערן צעגנבֿעט, צעטרענצלט און אַרויסגעפֿירט אין אויסלאַנד. אָבער אַ דאַנק די רווחים פֿון נאַפֿט און גאַז, ווי אויך פֿון כּלערליי אַנדערע אונטערנעמונגען, איז אין רוסלאַנד, בפֿרט אין די גרויסע שטעט, אויסגעוואַקסן אַ קלאַס מענטשן, וואָס האָבן אַ געשעפֿט, אַ דירה, אָפּגעשפּאָרטע ממתּקים; און זיי ווילן ניט זײַן אָפּהענגיק פֿון דער קאָרומפּירטער ביוראָקראַטיש-גזלנישער מאַפֿיע, וועלכע הערשט אין לאַנד. זיי ווילן לעבן אַ נאָרמאַל לעבן. מע וויל מע זאָל אויפֿהערן רעדן "שיינע" — אין תּוך אַרײַן, סאָוועטישע — רייד וועגן דער גרויסקייט פֿון רוסלאַנד און, סוף-כּל-סוף, עפּעס אָנהייבן טאָן, כּדי די שאָסייען זאָלן אויסזען ווי שאָסייען, עראָפּלאַנען זאָלן אויפֿהערן פֿאַלן, די מעדיצין זאָל אָנהייבן היילן, און די פּאָליציי און די געריכטן זאָלן אָנהייבן זיי פֿאַרטיידיקן, אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַכט.
שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ סך מענטשן איז פּשוט נימאס געוואָרן די גאַנצע צײַט צו קוקן אויף פּוטינען. דאָס איז דאָך אַ מענטש, וואָס שפּילט די ראָלע פֿון אַ "נאַש-בראַט", אָבער גלײַכצײַטיק הערט ער ניט אויף צו זײַן אַ געהיימער אַגענט — אַזאַ ווי ער איז געווען אין די סאָוועטישע צײַטן. קיינער ווייסט ניט, וווּהין איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן זײַן ווײַב. מע זאָגט, אַז ער האָט אַ קאָכאַנקע מיט אַ קינד. זײַנע אייגענע טעכטער ווײַזט מען ניט, מע האָט זיי ערגעץ פֿאַרבאַהאַלטן, אפֿשר אין אויסלאַנד. דאָס אַלץ זעט אויס, ווי אַ פֿינצטערע מעשׂה, וואָס דערמאָנט איוואַן דעם גרויזאַמען צי, נעענטער צו אונדזערע צײַטן, סטאַלינען.
די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, וואָס זײַנען געווען דעם 4טן דעצעמבער, האָבן געשיקט אַ קלאָרן סיגנאַל, אַז פּוטין און זײַן פּאַרטיי, דאָס "געאייניקטע רוסלאַנד", באַקומט שוין ניט די אַמאָליקע שטיצע. אויב אין דער איצטיקער "דומע" האָט די דאָזיקע פּאַרטיי געהאַט צוויי דריטל דעפּוטאַטן, וועט זי אין דער נײַער דומע האָבן אַ סך אַ קלענערע מערהייט: 238 פֿון 450 דעפּוטאַטן. מע טענהט, אַז די אמתע צאָל ערטער וואָלט געווען נאָך קלענער, אויב די וואַלן וואָלטן געווען דורכגעפֿירט אין גאַנצן ריין.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך גאָר ניט שלעכט לויט די מערבֿדיקע מאָסן, אָבער פּוטין און זײַן קרײַז זײַנען צוגעוווינט צו גאָר אַנדערע ציפֿערן און באַגריפֿן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אין אַ גאַנצער ריי רעגיאָנען פֿון רוסלאַנד האָבן פֿאַרן "געאייניקטן רוסלאַנד" אָפּגעשטימט נאָר אַ דריטל פֿון די וויילער. די רעלאַטיוו הויכע צאָל פּאַרלאַמענטאַרע ערטער האָט מען באַקומען אַ דאַנק די געגנטן, אָפֿט מאָל עטנישע (טשעטשניאַ, דאַגעסטאַן וכ׳), וווּ עס הערשט אַן אײַזערנע דיקטאַטור פֿון דער היגער מאַפֿיע.
אַפֿילו פּוטינען און זײַן קרײַז, וואָס לעבט אין אַ וועלט פֿאַר זיך, איז משמעות קלאָר געוואָרן, אַז די צאָל אומצופֿרידענע, באַליידיקטע לײַט איז זייער גרויס און מע מוז זיך רעכענען מיט זיי. עפּעס האָט מען דאָך אָפּגעלערנט פֿון דעם "אַראַבישן פֿרילינג". הקיצור, האָט מען, אַ פּנים, באַשלאָסן צו געבן דעם עולם אַ מעגלעכקייט אַרויסצולאָזן די פּאַרע. שבת, דעם 10טן דעצעמבער, זײַנען אין אַ סך שטעט פֿון רוסלאַנד דורכגעפֿירט געוואָרן מאַניפֿעסטאַציעס קעגן די פֿאַלסיפֿיצירטע וואַלן.
די גרעסטע מאַניפֿעסטאַציע איז געווען אין מאָסקווע. לויט די סאַמע קאָנסערוואַטיווע אָפּשאַצונגען, זײַנען געקומען 25 טויזנט לײַט. צווישן זיי זײַנען געווען אויך אַלעמען באַקאַנטע פּערזאָנען, אייניקע פֿון זיי האָט מען פֿריִער ניט געהאַלטן פֿאַר אָפּאָזיציאָנעלע טוער. און די פּאָליציי האָט קיינעם, צי כּמעט קיינעם, ניט געטשעפּעט.
דעם 4טן מאַרץ דאַרפֿן דורכגיין די פּרעזידענטישע וואַלן, וועלכע זײַנען פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ שטיקל פּורים-שפּיל. מע האָט דאָך געהאַלטן, אַז פּוטין וועט זיי געווינען אָן שום פּראָבלעמען. איצט זעט עס אויס אַ ביסל אַנדערש. ער האָט נאָך אַלץ זייער אַ גרויסע צאָל שטיצער צווישן די לײַט וואָס באַפֿעלקערן דעם ריזיקן מלוכה-אַפּאַראַט; צווישן די מענטשן פֿון דעם עלטערן דור; צווישן דעם פּראָסטן המון און צווישן דעם אוניפֿאָרמירטן און באַוואָפֿנטן עולם. אָבער די רעאַקציע פֿון די מער "באַוווּסטזיניקע" שיכטן ווײַזט, אַז דער מצבֿ האָט זיך געביטן. דאָס איז שוין ניט דאָס זעלבע לאַנד, ווי עס איז געווען נאָך מיט עטלעכע יאָר — צי אַפֿילו עטלעכע טעג — צוריק.