געזעלשאַפֿט

אַ טיפּיש הויז פֿון די טראָקער קאַראַיִמער, מיט דרײַ פֿענצטער
אַ טיפּיש הויז פֿון די טראָקער קאַראַיִמער, מיט דרײַ פֿענצטער
Credit: Dawn Glup
דאָס אַלטע שטעטל טראַקײַ, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון ווילנע, איז באַקאַנט אויף ייִדיש ווי טראָק. דער באַרימטער טראָקער שלאָס, דער גרעסטער אין ליטע; דער היסטאָרישער נאַציאָנאַלער פּאַרק און די דאָרפֿישע געסלעך, ציִען צו טוריסטן פֿון גאַנץ אייראָפּע. דאָס שטעטל איז אָבער אויך באַקאַנט ווי די היים פֿון אַן אוניקאַלער ייִדישער שפּראַך — דער טראָקער דיאַלעקט פֿון קאַראַיִמיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט די "געוויינטלעכע" רבנישע ייִדן, גלייבן נישט די קראָים — אַ ייִדישע סעקטע, וועלכע האָט שוין עקזיסטירט מיט איבער אַ טויזנט יאָר צוריק — אין דער אויטאָריטעט פֿון תּורה־שבעל־פּה. דער פֿריִיִקער עטאַפּ פֿון דער קראָיִשער געשיכטע בלײַבט אומקלאָר. ס׳איז קלאָר, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג אינעם אַמאָליקן מיטל־מיזרח איז געווען פֿאַרבונדן מיט די אינטענסיווע רעליגיעזע דיספּוטן נאָכן אויפֿקום פֿון איסלאַם. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קראָים זענען ממשיך, אויף אַ געוויסער מאָס, די עלטערע שיטה פֿון די צדוקים.
מע קאָן זאָגן, אַז די קולטור פֿון די קראָים איז געווען באַגרינדעט, בײַם אָנהייב, אויף זייער אָפּלייקענונג פֿון דער תּלמודישער ייִדישקייט — דהײַנו, אויף אַ נעגאַטיוון פּרינציפּ. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון די קריסטן־פּראָטעסטאַנטן, האָט זיך אָבער בײַ די קראָים אַנטוויקלט אַן אייגענע טראַדיציע — פֿאַקטיש, אַן אייגענע רעליגיע, וועלכע איז געבליבן, פֿונדעסטוועגן, תּמיד דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציאָנעלער רבנישער ייִדישקייט.
ווי אַזוי זענען די קראָים אָנגעקומען אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, דרוםּ־אוקראַיִנע, איז אַן אַנדער היסטאָרישע רעטעניש. אַ סך פֿון די הײַנטיקע קרימישע קראָים — קאַראַיִמער אָדער קאַרײַלאַר, ווי זיי רופֿן זיך אַליין אָן, באַטאָנען, אַז זיי שטאַמען פֿון די כּוזרים, וועלכע האָבן זיך מגייר געווען אין די אוראַלטע צײַטן. אַזאַ מיינונג האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן זיי נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט. אַ טייל רבנים, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיי אויך נישט אָנערקענט ווי ייִדן, טענהנדיק, אַז די קאַראַיִמער האָבן זיך אויסגעמישט מיט די אַנדערע פֿעלקער און פֿאָלגן אַן אייגענע רעליגיע. צוליב די דאָזיקע סיבות, האָבן די נאַציס, צוערשט, אָנגעהויבן זיי צו פֿאַרניכטן, אָבער שפּעטער באַשלאָסן, אַז די קראָים זענען נישט קיין ייִדן, נאָר אַ מין טערקן. דערפֿאַר האָבן ס׳רובֿ מיזרח־אייראָפּעיִשע קאַראַיִמער איבערגעלעבט די מלחמה.
די קאַראַיִמער שיל, "קענעסע", אין טראָק
די קאַראַיִמער שיל, "קענעסע", אין טראָק
Credit: Dawn Glup
אַחוץ דער אייגנאַרטיקער רעליגיעזער קולטור, שטעלן די אוקראַיִנישע און ליטווישע קאַראַיִמער מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלע עטנישע גרופּע, מיט אַן אייגענער שפּראַך און ליטעראַטור. ס׳רובֿ קרימיש־שטאַמיקע קאַראַיִמער, אַרום אַ טויזנט נפֿשות, וווינען הײַנט אין אוקראַיִנע. זייער היסטאָרישער צענטער איז די מיטל־עלטערלעכע פֿעסטונג־שטאָט טשופֿוט־קאַלע. זיי גיבן אַרויס אַן אייגענע חודשלעכע צײַטונג און פֿירן כּסדר דורך פֿאַרשיידענע קולטורעלע אונטערנעמונגען. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק, צום בײַשפּיל, האָבן זיי געוויזן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער דאָקטוירים־משפּחה יעפֿעטאָוו, אין שײַכות מיטן טויט פֿונעם באַקאַנטן אוקראַיִנישן דאָקטער וולאַדימיר יעפֿעטאָוו, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן דעם דריטן יאַנואַר. זײַנער אַ קרובֿ, קאָנסטאַנטיוו יעפֿעטאָוו, אויך אַ דאָקטער און ביאָלאָג, פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין דער דערמאָנטער צײַטונג "קירים־קאַרײַלאַר".
די דאָזיקע אויסגאַבע איז, אַחוץ דעם נאָמען, אינגאַנצן אויף רוסיש; ס׳קאָן זײַן, אַז ס׳איז גרינגער צו געפֿינען אַ קענער פֿון דער קאַראַיִמישער שפּראַך אין טראָק. דער ליטווישער דיאַלעקט פֿון קאַראַיִמיש איז דערצו מער אייגנאַרטיק און דערמאָנט אין אַ ריי אַספּעקטן פּויליש און ליטוויש, בפֿרט וואָס שײַך דעם סינטאַקס. די קאַראַיִמער וווינען אין טראָק זינט דעם 14טן יאָרהונדערט און האָבן אַנטוויקלט אַן אוניקאַלע שפּראַך, אויף וועלכער עס רעדן הײַנט אַרום 130 תּושבֿים פֿונעם שטעטל. ס׳איז אַ מערקווירדיקע אָרטיקע מינאָריטעט, ווײַל בסך־הכּל באַטרעפֿט די באַפֿעלקערונג פֿון טראָק בערך 5,000 נפֿשות.
אַ ליד פֿונעם רוסישן פּאָעט אַלעקסאַנדר פּושקין, איבערגעזעצט אויף קאַראַיִמיש דורך יוסף עראַק
אַ ליד פֿונעם רוסישן פּאָעט אַלעקסאַנדר פּושקין, איבערגעזעצט אויף קאַראַיִמיש דורך יוסף עראַק
די קאַראַיִמישע ווערסיע פֿון אַ שיל הייסט "קענעסע" — פֿונעם זעלבן שורש, ווי "בית־הכּנסת". טראַדיציאָנעל פֿלעגן זיי פֿאַרשרײַבן זייער שפּראַך מיט ייִדישע אותיות. אַזוי ווי אַנדערע ייִדישע לשונות, אַנטהאַלט קאַראַיִמיש אַ גרויסע צאָל העברעיִשע ווערטער און אויסדרוקן. אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש, האָבן זיי אָבער כּמעט שטענדיק אַ תּנ״כישן אָדער כּמו־ביבלישן, און נישט תּלמודיש־רבנישן, טעם. צום בײַשפּיל, פֿלעגן די קאַראַיִמער אָנרופֿן זייער שפּראַך "לשון־קדר" — דאָס לשון פֿון נאָמאַדן.
דער ערשטער באַקאַנטער געדרוקטער טעקסט אויף קאַראַיִמיש איז אַרויס אין ווענעדיק, אינעם יאָר 1528. אינעם 18טן יאָרהונדערט האָט זיך צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע קראָים אָנגעהויבן אַן אייגענע ווערסיע פֿון השׂכּלה, וועלכע האָט גורם געווען אַן אויפֿבלי פֿון אַ גענוג־פֿאַרשיידנאַרטיקער קאַראַיִמער ליטעראַטור. למשל, יוסף עראַק האָט אינעם 19טן יאָרהונדערט איבערגעזעצט אויף קאַראַיִמיש אַ סך ווערק פֿון די קלאַסישע רוסישע פּאָעטן, און שמעון קאָבעצקי האָט פּובליקירט אין קיִעוו, אין 1904, אַ זאַמלונג פֿון זײַנע לידער אויפֿן טראָקער דיאַלעקט.
צום באַדויערן, גייט די קאַראַיִמישע שפּראַך איצט אונטער. דאָניע־אסתּר גלאָפּ, אַ פֿראַנצויזישע אַספּיראַנטקע, וועלכע האָט געוווינט אין ליטע און האָט באַזוכט טראָק מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט איבערגעגעבן, אַז בלויז אַ קליינע צאָל עלטערע לײַט קאָנען רעדן פֿליסיק אויף זייער שפּראַך. אַ טייל אָרטיקע יונגע־לײַט פֿאַרשטייען עס, אָבער רעדן צווישן זיך בלויז אויף ליטוויש אָדער רוסיש. אַ קליינע צאָל קאַראַיִמיש־רעדנדיקע לײַט וווינען אויך אין ווילנע און פּאָנעוועזש. גלאָפּ האָט דערציילט, אַז קאַראַיִמער ווערן געוויינטלעך רעפּרעזענטירט בײַ גרויסע מוזיק־ און טאַנץ־פֿעסטיוואַלן אין ווילנע, ווי אַן אָרטיקע עטנישע גרופּע מיט אַ טערקישן טעם.
מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער ווילנער אוניווערסיטעט, צוזאַמען מיטן שוועדישן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט, געעפֿנט דעם איינציקן אין דער וועלט אַרײַנפֿיר־קורס פֿון קאַראַיִמיש. די צוקונפֿט פֿונעם דאָזיקן לשון, וואָס מע קאָן אָנרופֿן אַ צווייטער "ליטווישער ייִדיש", איז אומקלאָר, ווײַל בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן שטודירן עס. אַפֿילו צווישן דער קליינער צאָל מתפּללים פֿון דער "קענעסע" איז הײַנט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז זייער רעליגיע האָט ווייניק צו טאָן מיט ייִדישקייט, און זיי האַלטן זיך פֿאַר אַ מין כאַזאַרישע טערקן; דערפֿאַר איז נישט קלאָר, צי זיי האָבן אַ גענוג-שטאַרקע מאָטיוואַציע אָפּצוהיטן די ספּעציפֿישע ייִדישלעכע עלעמענטן פֿון זייער שפּראַך פֿאַר די קומענדיקע דורות.