- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין פֿאַרגלײַך מיט די "געוויינטלעכע" רבנישע ייִדן, גלייבן נישט די קראָים — אַ ייִדישע סעקטע, וועלכע האָט שוין עקזיסטירט מיט איבער אַ טויזנט יאָר צוריק — אין דער אויטאָריטעט פֿון תּורה־שבעל־פּה. דער פֿריִיִקער עטאַפּ פֿון דער קראָיִשער געשיכטע בלײַבט אומקלאָר. ס׳איז קלאָר, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג אינעם אַמאָליקן מיטל־מיזרח איז געווען פֿאַרבונדן מיט די אינטענסיווע רעליגיעזע דיספּוטן נאָכן אויפֿקום פֿון איסלאַם. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קראָים זענען ממשיך, אויף אַ געוויסער מאָס, די עלטערע שיטה פֿון די צדוקים. מע קאָן זאָגן, אַז די קולטור פֿון די קראָים איז געווען באַגרינדעט, בײַם אָנהייב, אויף זייער אָפּלייקענונג פֿון דער תּלמודישער ייִדישקייט — דהײַנו, אויף אַ נעגאַטיוון פּרינציפּ. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון די קריסטן־פּראָטעסטאַנטן, האָט זיך אָבער בײַ די קראָים אַנטוויקלט אַן אייגענע טראַדיציע — פֿאַקטיש, אַן אייגענע רעליגיע, וועלכע איז געבליבן, פֿונדעסטוועגן, תּמיד דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציאָנעלער רבנישער ייִדישקייט. ווי אַזוי זענען די קראָים אָנגעקומען אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, דרוםּ־אוקראַיִנע, איז אַן אַנדער היסטאָרישע רעטעניש. אַ סך פֿון די הײַנטיקע קרימישע קראָים — קאַראַיִמער אָדער קאַרײַלאַר, ווי זיי רופֿן זיך אַליין אָן, באַטאָנען, אַז זיי שטאַמען פֿון די כּוזרים, וועלכע האָבן זיך מגייר געווען אין די אוראַלטע צײַטן. אַזאַ מיינונג האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן זיי נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט. אַ טייל רבנים, פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיי אויך נישט אָנערקענט ווי ייִדן, טענהנדיק, אַז די קאַראַיִמער האָבן זיך אויסגעמישט מיט די אַנדערע פֿעלקער און פֿאָלגן אַן אייגענע רעליגיע. צוליב די דאָזיקע סיבות, האָבן די נאַציס, צוערשט, אָנגעהויבן זיי צו פֿאַרניכטן, אָבער שפּעטער באַשלאָסן, אַז די קראָים זענען נישט קיין ייִדן, נאָר אַ מין טערקן. דערפֿאַר האָבן ס׳רובֿ מיזרח־אייראָפּעיִשע קאַראַיִמער איבערגעלעבט די מלחמה.
די דאָזיקע אויסגאַבע איז, אַחוץ דעם נאָמען, אינגאַנצן אויף רוסיש; ס׳קאָן זײַן, אַז ס׳איז גרינגער צו געפֿינען אַ קענער פֿון דער קאַראַיִמישער שפּראַך אין טראָק. דער ליטווישער דיאַלעקט פֿון קאַראַיִמיש איז דערצו מער אייגנאַרטיק און דערמאָנט אין אַ ריי אַספּעקטן פּויליש און ליטוויש, בפֿרט וואָס שײַך דעם סינטאַקס. די קאַראַיִמער וווינען אין טראָק זינט דעם 14טן יאָרהונדערט און האָבן אַנטוויקלט אַן אוניקאַלע שפּראַך, אויף וועלכער עס רעדן הײַנט אַרום 130 תּושבֿים פֿונעם שטעטל. ס׳איז אַ מערקווירדיקע אָרטיקע מינאָריטעט, ווײַל בסך־הכּל באַטרעפֿט די באַפֿעלקערונג פֿון טראָק בערך 5,000 נפֿשות.
דער ערשטער באַקאַנטער געדרוקטער טעקסט אויף קאַראַיִמיש איז אַרויס אין ווענעדיק, אינעם יאָר 1528. אינעם 18טן יאָרהונדערט האָט זיך צווישן די מיזרח־אייראָפּעיִשע קראָים אָנגעהויבן אַן אייגענע ווערסיע פֿון השׂכּלה, וועלכע האָט גורם געווען אַן אויפֿבלי פֿון אַ גענוג־פֿאַרשיידנאַרטיקער קאַראַיִמער ליטעראַטור. למשל, יוסף עראַק האָט אינעם 19טן יאָרהונדערט איבערגעזעצט אויף קאַראַיִמיש אַ סך ווערק פֿון די קלאַסישע רוסישע פּאָעטן, און שמעון קאָבעצקי האָט פּובליקירט אין קיִעוו, אין 1904, אַ זאַמלונג פֿון זײַנע לידער אויפֿן טראָקער דיאַלעקט. צום באַדויערן, גייט די קאַראַיִמישע שפּראַך איצט אונטער. דאָניע־אסתּר גלאָפּ, אַ פֿראַנצויזישע אַספּיראַנטקע, וועלכע האָט געוווינט אין ליטע און האָט באַזוכט טראָק מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט איבערגעגעבן, אַז בלויז אַ קליינע צאָל עלטערע לײַט קאָנען רעדן פֿליסיק אויף זייער שפּראַך. אַ טייל אָרטיקע יונגע־לײַט פֿאַרשטייען עס, אָבער רעדן צווישן זיך בלויז אויף ליטוויש אָדער רוסיש. אַ קליינע צאָל קאַראַיִמיש־רעדנדיקע לײַט וווינען אויך אין ווילנע און פּאָנעוועזש. גלאָפּ האָט דערציילט, אַז קאַראַיִמער ווערן געוויינטלעך רעפּרעזענטירט בײַ גרויסע מוזיק־ און טאַנץ־פֿעסטיוואַלן אין ווילנע, ווי אַן אָרטיקע עטנישע גרופּע מיט אַ טערקישן טעם. מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער ווילנער אוניווערסיטעט, צוזאַמען מיטן שוועדישן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט, געעפֿנט דעם איינציקן אין דער וועלט אַרײַנפֿיר־קורס פֿון קאַראַיִמיש. די צוקונפֿט פֿונעם דאָזיקן לשון, וואָס מע קאָן אָנרופֿן אַ צווייטער "ליטווישער ייִדיש", איז אומקלאָר, ווײַל בלויז אַ קליינע צאָל מענטשן שטודירן עס. אַפֿילו צווישן דער קליינער צאָל מתפּללים פֿון דער "קענעסע" איז הײַנט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז זייער רעליגיע האָט ווייניק צו טאָן מיט ייִדישקייט, און זיי האַלטן זיך פֿאַר אַ מין כאַזאַרישע טערקן; דערפֿאַר איז נישט קלאָר, צי זיי האָבן אַ גענוג-שטאַרקע מאָטיוואַציע אָפּצוהיטן די ספּעציפֿישע ייִדישלעכע עלעמענטן פֿון זייער שפּראַך פֿאַר די קומענדיקע דורות. Take interesant! Ober s'izSubmitted by Meyshe on Thu, 2013-01-17 22:57.
Take interesant! Ober s'iz nit klor fun'm artikl fun vanen shtamt Karaimish--iz dos loshn in tokh genumen, a terkerisher oder a perzisher shprakh? Zayt azoy gut un loz mikh visn. ס׳איז אַSubmitted by admin on Mon, 2013-01-21 15:37.
ס׳איז אַ טורקישע שפּראַך, נאָענט צו קרים־טאָטעריש און מער־ווייניקער פֿאַרשטענדלעך, אויב מע קען טערקיש.
ס׳איז אמת, אַז די באַוועגונג פֿון די קראָים האָט זיך אַמאָל אָנגעהויבן פֿון איראַן, אָבער די אוקראַיִנישע און ליטווישע קאַראַיִמער האָבן נישט קיין היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט פּערסיע.
|