- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פֿעברואַר 2011, נאָך דעם ווי דאָס מיידל האָט דערציילט, אַז ער איז געווען איר טעראַפּעווט און האָט איר געצוווּנגען, בעת דער קאָנסולטיר־סעסיע, צו טאָן סעקסועלע מעשׂים מיט אים. אָנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. לויט געוויסע קוואַלן, האָט וועבערמאַן אויך באַלעסטיקט אַנדערע סאַטמערער מיידלעך בעת זײַן כּלומרשטיקער טעראַפּיע. זינט זײַן אַרעסט, האָט די סאַטמערער קהילה, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם רבין, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פּעדאָפֿילן, טענהנדיק, אַז ער איז אומשולדיק. אַ וואַקסנדיקע צאָל מענטשן, סײַ פֿון דער חסידישער וועלט, סײַ פֿון נישט־חסידישע קרײַזן, האָבן שוין עפֿנטלעך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דער סאַטמערער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן, און פֿאַראַכטאָגן זונטיק האָט אַ גרופּע דעמאָנסטרירט פֿאַר אַ הויז אין פֿלעטבוש, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דער סאַטמערער קהילה. די גאַסטגעבער, שימי לאַקס און זײַן פֿרוי, זענען ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון די סאַטמערער געזעלשאַפֿטן, הגם זיי זענען אַליין נישט קיין חסידים. כאָטש דער בענעפֿיט איז נישט געווען ספּעציפֿיש צו העלפֿן וועבערמאַן, האָט דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, ירחמיאל לאָפּין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאָג וואָס קריטיקירט שאַרף די סאַטמערער שטיצע פֿון וועבערמאַן — דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאָזן די מנדבֿים וויסן, אַז די סאַטמערער קהילה פֿאַרטיידיקט די סעקסועלע באַלעסטיקער פֿון קינדער; בפֿרט, אַז דער ערן־גאַסט פֿונעם בענעפֿיט איז געווען נישט ווייניקער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין. אפֿשר מיינט איר, אַז אַרויסרופֿן עמעצן אויף אַ דועל איז ניט לויטן אַמעריקאַנער נוסח, אַז אונדזער מלוכה שטיצט זיך נאָר אויף געזעצן, ניט אויף געוואַלד־מעשׂים, קען איך אײַך ברענגען אַ משל פֿון אונדזערע “גרינדער־פֿאָטערס", וואָס האָבן געשאַפֿן די רעפּובליק: אונדזער ערשטער פֿינאַנץ־מיניסטער, אַלעקסאַנדער האַמילטאָן, איז אומגעקומען אין אַ דועל מיטן וויצע־פּרעזידענט אַראָן בור אין 1804. אַפֿילו דער “גרויסער באַפֿרײַער", אייברעהעם לינקאָלן, איז געגאַנגען אויף אַ דועל אין 1842, נאָר צום גליק, האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט אָן קרבנות. אַמעריקע שטאָלצירט מיט אַ לאַנגער טראַדיציע פֿון פֿירער און גענגסטערס וואָס שיסן כּסדר איינער אויפֿן צווייטן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן. ס׳איז דען דאָ נאָך אַזאַ לאַנד, וווּ דאָס רעכט צו טראָגן געווער ווערט באַשטעטיקט אין דער קאָנסטיטוציע? דווקא מיט דעם פּונקט זײַנען ביידע פּרעזידענט־קאַנדידאַטן — אָבאַמאַ און ראָמני — מסכּים. פֿון סאַמע אָנהייב האָב איך עס פֿאַרטײַטשט ווי זײַן (און, אַגבֿ, גאָר ניט אוניקאַל “זײַן") רעאַקציע אויף דער גוואַלדיקער סאָציאַלער און קולטורעלער איזאָלירטקייט, וואָס ער (און — נאָך אַ מאָל — ניט נאָר ער אַליין) האָט געפֿילט אין אַמעריקע. אַזעלכע ווי אָפּאַטאָשו האָבן זיך געקאָכט אין די אייגענע — אידעאָלאָגיש־צעברעקלטע און גאַנץ אָפּגעריסענע פֿון זייערע לייענער — אינטעלעקטועלע קרײַזן. און די דאָזיקע קרײַזן זייערע האָבן ווייניק, צי גאָרנישט, געהאַט צו טאָן מיטן ענגליש-רעדנדיקן הויפּטשטראָם. דער מצבֿ איז געווען, און נאָך מער אויסגעזען, אַנדערש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן, און דער ייִדישער שרײַבער, בפֿרט אַזאַ ווי אַפּאַטאָשוס חבֿר פּרץ מאַרקיש, האָט געהערט אויך צו אַלגעמיינע קולטורעלע קרײַזן. איך בין געווען צופֿרידן צו געפֿינען אַן ענלעכן “דיאַגנאָז" אין אַן אַרטיקל פֿון דעם זשורנאַליסט (געשריבן אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש) ישעיהו קלינאָוו, וואָס איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער ייִדישער פּרעסע-וועלט, ביז 1933 אין בערלין, דערנאָך אין ארץ-ישׂראל. טאָמער עמעצער זוכט אַ קלוגן אַנאַליז פֿון פּראָ-סאָוועטישקייט פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי יוסף אָפּאַטאָשו און דוד בערגעלסאָן, לייענט קלינאָווס “פֿאַר וואָס גייען זיי אַוועק?" אין דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “דער ייִדישער קעמפֿער", דעם 16טן נאָוועמבער 1934. וואָס זשע האָב איך פֿון דעם הײַנט-צו-טאָג? גאָרנישט, אַ חוץ אַ קאָפּדרייעניש. איך געהער ניט צו דער קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווילן זיך גלײַך טיילן מיט דער גאָרער וועלט, ווען זיי דערהערן אָדער דערשמעקן עפּעס אַ נײַעס (שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס איך האָב די טריבונע פֿון “פֿאָרווערטס") אָדער ווען זיי מאַכן אַ פֿרישן פֿאָטאָ פֿון זייער קאַץ. מיט אַנדערע ווערטער, איך בין נאָך אַלץ ניט — לויט אַלע סימנים — פֿון דער קאַטעגאָריע מענטשן, וועלכע האָבן געהאַט, און האָבן נאָך אַלץ, אַפּנים, אין זינען מאַרק צוקערבערג. אין דעם זין, געהער איך נאָך אַלץ, אויב איר ווילט, צו מיטלעלטער און פֿאַרשטיי פּשוט ניט די מענטשן וואָס אַנטוויקלען אַן אמתע “פייסבוק"-מאַנקאָליע. פּסיכאָלאָגן האָבן זיך שוין אויסגעלערנט צו דערקענען סימפּטאָמען פֿון דער דאָזיקער קרענק, וואָס איז איינע פֿון אַ סך אַזעלכע אינטערנעץ-מאַנקאָליעס. אַפֿילו אָן “פֿייסבוק" פֿאַרברענג איך, למשל, זייער אַ סך צײַט בײַם קאָמפּיוטער. די בליצבריוו אַליין נעמען דאָך אָפּ אַ שטיקל לעבן. צו באַגרענעצן עס טראָג איך אין מײַן קעשענע אַן אַלטפֿרענקישן טעלעפֿאָן, אָן אַן אַ צוטריט צו דער אינטערנעץ-וועלט. אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. צוליב דעם וואָס די שרײַבערינס זענען ענג פֿאַרבונדן מיט דער פֿרומער קהילה — זייערע קינדער לערנען זיך אין די אָרטיקע שולן, און די מאַמעס האָפֿן, ווי אַלע פֿרומע עלטערן, צו געפֿינען אַ גוטן שידוך פֿאַר זיי — האַלטן די פֿרויען תּמיד אין זינען געוויסע גרונט־כּללים בײַם שרײַבן זייערע דערציילונגען און ראָמאַנען: אויסמײַדן מאָרדן, גוואַלד־מעשׂים, אויסגעלאַסנקייט און גראָבע ווערטער; און פֿאַרזיכערן, אַז די העלדן, וועלכע האָבן געזינדיקט, זאָלן במשך פֿונעם ווערק תּשובֿה טאָן. די פֿרומע שרײַבערין, בריטאַני ניומאַרק (אַ פּסעוודאָנים, פֿאַרשטייט זיך), איז אָבער פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. זי צענזורירט נישט די געדאַנקען און געפֿילן, וואָס ווערן אַריבערגעטראָגן אויפֿן פּאַפּיר. אין אירע דערציילונגען און פּאָעזיע, געפֿינען זיך נישט בלויז פֿרומע ייִדן, נאָר אויך סעקולערע אַקאַדעמיקער און באָהעמישע פֿרויען. אין דער דערציילונג, The Lost Girl [דאָס פֿאַרלוירענע מיידל], למשל, קומט פֿאָר אַ ליבע־סצענע צווישן אַ חרדישער חתונה־געהאַטער ביבליאָטעקאַרין און אַ צווייטער פֿרוי; און ווײַטער לייענען מיר אַ האַרץ־רײַסנדיקע סצענע, וווּ צוויי חסידישע בחורים פֿאַרגוואַלדיקן אַ מיידל אויף דער גאַס. "מײַן פֿרומקייט און מײַן שרײַבן זענען בײַ מיר צוויי באַזונדערע זאַכן," האָט ניומאַרק דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "ווען איך שרײַב מײַנע שורות, בין איך הונדערט פּראָצענט אָפֿנהאַרציק," האָט זי געזאָגט. "אָבער ווען איך פֿאַרמאַך די העפֿט, בין איך ווידער די פֿרומע טאַנטע ביילע." (אײַנדרוקן פֿון דער 28סטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים אין חיפֿהער אוניווערסיטעט) אַנטעקגן דעם אַלגעמיינעם היינטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס אין ס'רובֿ אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, זעט אויס דאָס פֿעלד פֿון אַקאַדעמישע ישׂראל-לימודים (Israel Studies בלע״ז) ווי אַ בליִענדיק פֿעלד. נישט ווייניקער פֿון 560 רעפֿעראַטן אויף איבער 120 סעסיעס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט במשך פֿון דער דרײַ־טאָגעדיקער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 25סטן ביז דעם 27סטן יוני. דער טיטל פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ איז געווען "מולטיקולטורעלע ישׂראל אין אַ גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו: צווישן איין געזעלשאַפֿט און אַ סך געזעלשאַפֿטן". זאָגן דעם אמת, האָב איך שוין געטראַכט, אַז צוליב דעם וועטער־קאַטאַקליזם וועט מען מוזן אָפּשאַפֿן די יערלעכע טרויער־אַסיפֿה, לזכּרון די אומגעבראַכטע אין מאָסקווע ייִדישע טוער, דעם 12טן אויגוסט 1952. ווער וועט קומען אין אַזאַ היץ, בפֿרט, אַז דער עולם איז בדרך־כּלל נישט קיין יונגער?! און שטעלט אײַך פֿאָר: דווקא דעם 12טן אויגוסט האָט בײַ טאָג אַ גיס געטאָן אַ רעגן און ביזן אָוונט איז געוואָרן מחיה־קיל; אַזוי אַז אינעם קהילה־הויז האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם פֿון אונדזערע שטענדיקע באַזוכער. ס’איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז צו דער דאָזיקער אונטערנעמונג קומען אויך די געסט, וועלכע באַזוכן אין דער צײַט די אַלטע היים און זייערע קרובֿים. אַזוי האָב איך געזען זיצן אין זאַל די פּיאַניסטקע קלאַרע זובריצקי, וואָס וווינט איצט אין פּאַריז; ס’איז געקומען דער פֿידלער עדואַרד שרײַבמאַן מיט זײַן פֿרוי, וועלכע וווינען אין פֿלאָרידע; צווישן די געסט האָט מען געקאָנט זען אויך דאַריע פֿיין מיט איר מאַן און צוויי זין, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן פֿאַרענדיקט איר שליחות, ווי דער שעף פֿונעם פּאָליטיש־עקאָנאָמישן אָפּטייל בײַ דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין מאָלדאָווע. איר מאַן, הרבֿ ראובֿן שענקער האָט טאַקע דערעפֿנט די טרויער־אַקאַדעמיע מיט דער תּפֿילה “אל־מלא־רחמים". הגם איך בין אַליין געווען איינע פֿון די סטודענטן יענעם זומער, זע איך דאָס בילד צום ערשטן מאָל. אײַנקוקנדיק זיך אין די פּנימער, האָט געמאַכט אויף מיר אַ רושם, וויפֿל פֿון די סטודענטן זענען שפּעטער געוואָרן אַקטיווע און באַקאַנטע פֿיגורן אין דער ייִדיש־ אָדער ייִדישער וועלט, סײַ ווי אַקאַדעמיקער — רחמיאל פּעלץ, קאַטרין העלערשטיין, יונתן בויאַרין, ניסן דזשייקאָבס, אַלען (אַבֿרהם־יעקבֿ) אַסטראָ, סטיוו (צבֿי) זיפּערשטיין, און אַנדערע; סײַ ווי אַקטיווע כּלל־טוער פֿון דער ייִדיש־וועלט — ווי אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער צענטראַלע". די לערער יענעם זומער זענען געווען חווה לאַפּין, סטיוו לאָענשטיין, מרדכי שעכטער, דוד־הירש ראָסקעס, יאַדזשע זעלטמאַן און אירענע קלעפּפֿיש. דזשאַש וואַלעצקי האָט געלערנט געזאַנג. קוקנדיק אויפֿן בילד, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען אינטערעסאַנט זיך צו פֿאַרבינדן מיט כאָטש אַ טייל פֿון די סטודענטן און אויסהערן זייערע זכרונות פֿון יענעם זומער, כּדי ווידער אויפֿצולעבן אַ פֿריִערדיקע תּקופֿה פֿון דער ייִדיש־וועלט, נישט בלויז פֿאַר די פֿון אונדז, וועלכע זענען געווען דערבײַ, אָבער אויך פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, וואָס זענען נישט געווען דערבײַ, אָדער זענען אַפֿילו נאָך נישט געווען אויף דער וועלט. מיט דער הילף פֿון מײַן ברודער, בנימין שעכטער, האָב איך אידענטיפֿיצירט ס׳רובֿ מענטשן אינעם בילד, און זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ אַ טייל פֿון זיי, וואָס זיי געדענקען פֿון דער זומער־פּראָגראַם. איין טעקסט, וואָס דערציילט דעם אַלגעמיינעם ניט־ייִדישן ציבור וועגן דעם ייִדישן ריטואַל פֿון ברית־מילה, דערקלערט, אַז צען מענער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע מלבושים, מוזן שטיין אַרום דעם קינד, בעת דער מוהל מאַכט אַ ברית. "ווי געוויינטלעך אין דער ייִדישער רעליגיע, טאָר אַ פֿרוי זיך נישט דערנעענטערן; אַן אומגעגרייטער רבֿ צעפּאַסעוועט דאָס קליינע עופֿעלע מיט זײַן מעסער; ווען דאָס קינד וויינט און בלוטיקט, הייבן די מענער אָן צו זאָגן תּפֿילות". פֿין שוואַרץ, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין קאָפּענהאַגן, האָט איבערגעגעבן, אַז אַזעלכע פֿאַלשע עם־הארצישע באַשרײַבונגען ווײַזן אָן דעם ניוואָ פֿון די דעבאַטן אַרום ברית־מילה, וועלכע גייען איצט אָן אין דענמאַרק. שוואַרץ האַלט, אַז די שטײַגנדיקע אומטאָלעראַנץ צו דער דאָזיקער ייִדישער מיצווה האָט צו טאָן מיט קסענאָפֿאָביע; דער קהילה־פֿירער האָט מורא, אַז אין די קומענדיקע חדשים קאָן דער דענישער פּאַרלאַמענט נאָכפֿאָלגן דעם בײַשפּיל פֿון אַנדערע לענדער, און פֿאַרווערן די ברית־מילה. בײַם אָנהייב האָט פּראָפֿעסאָר אַדאַ ראַפּאַפּאָרט פֿון UCL דערציילט דעם עולם וועגן איר אָנגייענדיקן בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט מיט נאָך פֿאָרשער פֿון חסידות. עס רעדט זיך וועגן אַ ריזיקער פֿאָרש-אַרבעט, וואָס וועט, ווי אַ רעזולטאַט, פּראָדוצירן די נײַע געשיכטע פֿון חסידות. זיי זענען ממשיך די פֿאָרש-טראַדיציעס, וואָס עס האָט אָנגעהויבן שמעון דובנאָוו מיט אַ הונדערט דרײַסיק יאָר צוריק אין רוסלאַנד; אַן אַרבעט וואָס ווערט ביז הײַנט גערעכנט ווי דער פֿונדאַמענטאַלער טעקסט אין דעם תּחום. אָבער די מאָדערנע פֿאָרשער, אין אונטערשייד פֿון דובנאָוון, וואָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן יאָר 1815, וועלן ציִען ווײַטער דעם פֿאָדעם פֿון דער דאָזיקער געשיכטע און נאָכפֿאָלגן די קאָנווענציע פֿון יענער צײַט, ווען דאָס חסידות האָט זיך געפֿונען אין אַן ירידה נאָך יענעם יאָר. ראַפּאַפּאָרט האָט, דער עיקר, באַטאָנט אין איר אויפֿטריט, אַז כּדי אָנצוגיין ווײַטער מיט דעם וויכטיקן פּראָיעקט, פֿאָדערט זיך אַ ממשותדיקע פֿינאַנציעלע שטיצע. ס׳איז אויסטערליש צו טראַכטן, אַז אויף אַזאַ ריזיקער טעריטאָריע ווי אוקראַיִנע, וואָס זי שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע, זאָל מען הײַנט דאַרפֿן זוכן ייִדן מיט ליכט. אָבער דער אמת איז, אַז מען פֿאָרט הײַנט אַהין ניט אַזוי אָפֿט צו זוכן לעבעדיקע ייִדן, ווי טויטע: אויף קבֿר־אָבֿות, צו פֿאַרשיידענע דענקמאָלן, פֿאַרוואָרלאָזטע שטעטלעך און בית־עולמס. אַזוי איז אויך מיט מיר: איך בין געקומען מיט דער מאַמען, כּדי צו באַזוכן איר היימשטאָט, אָדעס, ווי אויך דער באָבעס שטעטל, בערשאַד. מיר האָבן דאָ אויך לעבעדיקע קרובֿים, אָבער ווײַטע; אַזעלכע, וואָס איך דאַרף אויסניצן מײַנע מאַטעמאַטישע קענטענישן, כּדי צו באַשטימען, ווי אַזוי מיר קערן זיך אָן. |