געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אײַנדרוקן פֿון דער 28סטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים אין חיפֿהער אוניווערסיטעט)

סאַמי מיכאל
סאַמי מיכאל

אַנטעקגן דעם אַלגעמיינעם היינטיקן פֿינאַנציעלן קריזיס אין ס'רובֿ אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן, זעט אויס דאָס פֿעלד פֿון אַקאַדעמישע ישׂראל-לימודים (Israel Studies בלע״ז) ווי אַ בליִענדיק פֿעלד. נישט ווייניקער פֿון 560 רעפֿעראַטן אויף איבער 120 סעסיעס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט במשך פֿון דער דרײַ־טאָגעדיקער קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 25סטן ביז דעם 27סטן יוני. דער טיטל פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ איז געווען "מולטיקולטורעלע ישׂראל אין אַ גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו: צווישן איין געזעלשאַפֿט און אַ סך געזעלשאַפֿטן".
די הערשנדיקע שפּראַך פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג איז געווען ענגליש. דער פֿאַקט, אַז די פֿאָרשער זאַמלען זיך צונויף אין ישׂראל, צו האַלטן רעדעס מכּוח דער טעמע מדינת-ישׂראל, און זיי קומט אויס צו רעדן בלויז אויף ענגליש, איז דווקא נישט קיין נײַע דערשײַנונג. אַזוי גייט עס שוין אָן יאָרן לאַנג און דאָס זענען די סטאַנדאַרטן פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן איבער דער וועלט, צי מע האָט עס ליב יאָ, צי נישט.
אָבער פֿאָרט האָט די דאָזיקע לינגוויסטישע ווירקלעכקייט אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט מצד געוויסע באַטייליקטע, און זיי האָבן אַפֿילו געפֿירט אַ קליינטשיקע שפּראַך-מלחמה איבער דעם. דאָס איז געשען בשעת פּראָפֿעסאָר זהר שׁבֿיט פֿון תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנגעשפּאַרט צו רעדן אויף העברעיִש פֿאַר אַלע באַטייליקטע, הגם קיין "גלײַכצײַטיקע איבערזעצונג" איז נישט געווען בנימצא. אַ טאָג פֿריִער האָט מען יאָ געפֿירט אַ גאַנצן פּלענום אויף עבֿרית, אָבער צוליב דעם האָט מען באַזאָרגט, אַז יענע וואָס עס נייטיקן זיך אין אַן איבערזעצונג, זאָלן האָבן די איבערזעצונג-מיטלען. שׁבֿיט האָט ממשיך געווען צו רעדן אויף עבֿרית, האַלטנדיק, אַז דערמיט שטיצט זי דאָס רעדן העברעיִש.
מע דאַרף זיך מודה זײַן, אַז ס׳איז דאָ אַ שטיקל אמת אין שׁבֿיטס אַרגומענט. דאָס זעלבע קומט פֿאָר אויף די קאָנפֿערענצן אַרום ייִדיש; פֿאַר וואָס זאָל מען נישט רעדן, למשל, וועגן שלום-עליכמען צי וועגן באַשעוויסן, ניצנדיק די שפּראַך פֿון זייערע טעקסטן, די שפּראַך, וואָס אין איר ליגט כּידוע זייער גאונות?

דער פּלאַקאַט פֿון דער קאָנפֿערענץ בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט
דער פּלאַקאַט פֿון דער קאָנפֿערענץ בײַם חיפֿהער אוניווערסיטעט

אָט די צעהיצטע דעבאַטע, וואָס אויך די צוויי נאָבעל-פּריז געווינער פֿון דעם "טכניון"-אוניווערסיטעט אין חיפֿה, דן שעכטמאַן און אַהרון טשיכאַנאָווער, האָבן אין איר אָנטייל גענומען, איז לויט מײַן מיינונג שוין געלייזט געוואָרן מיט צוויי טעג פֿריִער לטובֿת דעם באַנוץ פֿון העברעיִש. בײַם ערשטן אָוונט פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט דער ישׂראלדיקער מחבר פֿון איראַקישן אָפּשטאַם סאַמי מיכאל אויפֿגעטראָטן און געגעבן אַזאַ מין "שליסלטאָן-רעדע" אויף זײַן פּרעכטיקן העברעיִש, אַז ס׳וואָלט שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן אים רעדן אויף אַן אַנדער שפּראַך, בפֿרט אויף ענגליש. מיכאלס ווערטער זענען געווען בבֿחינת אַ פּאַטש אין פּנים פֿאַר די, וועלכע האָבן דערוואַרט אויף נאָר אַ פּאָר בנימוסדיקע פֿראַזעס מכּוח דעם לעבן אין ישׂראל. אָט אַזוי האָט מיכאל געעפֿנט זײַן רעדע:
"איך בין געבוירן געוואָרן אין 1926, אַ דור וואָס האַלט בײַם אויסשטאַרבן. זייער ווייניק זענען הײַנט געבליבן עדות, וועלכע געדענקען די קאַטאַסטראָפֿאַלע צעפֿאַלונג פֿון דער צווייטער גרעסטער אימפּעריע אויף דער וועלט. פֿראַנקרײַך, די מעכטיקע מלוכה וואָס האָט געבויט די מאַזשינאָ, די פּערפֿעקטסטע פֿעסטונג-ליניע אין דער געשיכטע, און האָט געהאַט אין איר רשות אַ גוואַלדיקע אַרמיי און אַן אַוויאַציע און אַ פֿלאָט, האָט מען באַזיגט במשך פֿון קנאַפּע דרײַ וואָכן, ממש אויף אונדזערע אויגן. נישט נאָר איז עס געווען אַ שאָק, נאָר זינט דעמאָלט איז מײַן וועלט מער וואַקלדיק געוואָרן. אַזעלכע באַגריפֿן ווי אייביקייט, אַ זעלבסט פֿאַרשטענדלעכע רעאַליטעט און אַ לעבן פֿון סטאַבילקייט זענען אַרויסגעפֿאַלן פֿון מײַן פּערזענלעכן לעקסיקאָן; דאָך נישט געקוקט אויף דעם, האָבן זיי זיך אײַנגעקויפֿט אַ צענטראַל אָרט אין דעם הייליקן ישׂראלדיקן לעקסיקאָן, און זיי ווערן גענוצט ווי אַ מין ווירטועלע מאַזשינאָ־ליניע. ס׳איז מעגלעך, אַז וואָס איך וועל באַלד זאָגן איז שווער אויפֿצונעמען, אָבער לויט מײַן מיינונג, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אַלאַרעם-גלאָק פֿאַר מײַנע לאַנדסלײַט, און דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן זיי צו זאָגן אויף דעם מאַמע-לשון פֿון מײַנע קינדער און אייניקלעך."
ווײַטער האָט מיכאל אָנגערופֿן די גרעסטע ישׂראל־פּראָבלעמען: די צוגעבונדנקייט צו דער אייראָפּעיִשער קולטור; דער ראַסיזם און סאָציאַלע קאָנטראַסטן ("ישׂראל קען זיך באַרימען מיטן צווייפֿלדיקן טיטל — די סאַמע ראַסיסטישע מדינה אין דער אַנטוויקלטער וועלט"); די הערשונג פֿון רעליגיע איבער דער מדינה (מיכאל איז מקנא די וואָס פֿאַרלאָזן ישׂראל, אָבער זאָגט: "איך בין צו אַלט ווידער איבערצולעבן די טראַוומע פֿון אַן אימיגראַנט, לכן איך וויל בעסער בלײַבן ווי אַן אימיגראַנט אין מײַן אייגענעם לאַנד."); די אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שׁטחים ("די גרעסטע קאַטאַסטראָפֿע איז, אַז אונדזערע שׁכנים געפֿינען זיך אין דער שלימזלדיקער סיטואַציע; זיי האָבן נישט קיין גאַנדי און מיר — אַפֿילו נישט אַ מיני-רוזוועלט.").
כּמעט די סאַמע לעצטע סעסיע אויף דער קאָנפֿערענץ האָט מע געווידמעט דער טעמע ‘ייִדיש אין ישׂראל’. פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן ((העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים), דער פֿאָרזיצער פֿון דער סעסיע, האָט באַמערקט לגבי דעם אומטיפּישן אָרט וואָס ייִדיש פֿאַרנעמט אין אַ קאָנפֿערענץ פֿון ישׂראל-לימודים. גאַלי דרוקער-ברעם, דייגאָ ראָטמאַן (ביידע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט) און אַני-הקטן האָבן גערעדט וועגן פֿאַרשידענע טעמעס אין שײַכות מיט ייִדיש אין ישׂראל. אַ שאָד, וואָס ווייניק מענטשן זענען געבליבן צו הערן אָט די רעדעס, ווײַל דווקא די ייִדיש־סעסיע האָט, צום בעסטן, אויסגעדריקט דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון מולטיקולטור אין ישׂראל.