געזעלשאַפֿט

ד״ר הערשל גלעזער, דער דעקאַן פֿון ייִוואָ, האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אויף "פֿייסבוק" אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די סטודענטן און לערער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער "זומער־פּראָגראַם א״נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך" אין 1977. ייִוואָס ציל, האָט ער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", איז געווען אויסצוגעפֿינען ווער זענען געווען די אַמאָליקע סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם, כּדי ווידער אָנצוקניפּן אַ באַציִונג מיט זיי — אַ זאַך וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט ביז איצט נישט געטאָן אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן.
הגם איך בין אַליין געווען איינע פֿון די סטודענטן יענעם זומער, זע איך דאָס בילד צום ערשטן מאָל. אײַנקוקנדיק זיך אין די פּנימער, האָט געמאַכט אויף מיר אַ רושם, וויפֿל פֿון די סטודענטן זענען שפּעטער געוואָרן אַקטיווע און באַקאַנטע פֿיגורן אין דער ייִדיש־ אָדער ייִדישער וועלט, סײַ ווי אַקאַדעמיקער — רחמיאל פּעלץ, קאַטרין העלערשטיין, יונתן בויאַרין, ניסן דזשייקאָבס, אַלען (אַבֿרהם־יעקבֿ) אַסטראָ, סטיוו (צבֿי) זיפּערשטיין, און אַנדערע; סײַ ווי אַקטיווע כּלל־טוער פֿון דער ייִדיש־וועלט — ווי אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער צענטראַלע".
די לערער יענעם זומער זענען געווען חווה לאַפּין, סטיוו לאָענשטיין, מרדכי שעכטער, דוד־הירש ראָסקעס, יאַדזשע זעלטמאַן און אירענע קלעפּפֿיש. דזשאַש וואַלעצקי האָט געלערנט געזאַנג.
קוקנדיק אויפֿן בילד, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען אינטערעסאַנט זיך צו פֿאַרבינדן מיט כאָטש אַ טייל פֿון די סטודענטן און אויסהערן זייערע זכרונות פֿון יענעם זומער, כּדי ווידער אויפֿצולעבן אַ פֿריִערדיקע תּקופֿה פֿון דער ייִדיש־וועלט, נישט בלויז פֿאַר די פֿון אונדז, וועלכע זענען געווען דערבײַ, אָבער אויך פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ייִדיש, וואָס זענען נישט געווען דערבײַ, אָדער זענען אַפֿילו נאָך נישט געווען אויף דער וועלט. מיט דער הילף פֿון מײַן ברודער, בנימין שעכטער, האָב איך אידענטיפֿיצירט ס׳רובֿ מענטשן אינעם בילד, און זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ אַ טייל פֿון זיי, וואָס זיי געדענקען פֿון דער זומער־פּראָגראַם.
אויף מיר פּערזענלעך האָט דער ליטעראַטור־קורס פֿאַר ווײַטהאַלטער, געלערנט פֿון ד״ר דוד־הירש ראָסקעס, געמאַכט אַ גרויסן רושם. כאָטש איך האָב זיך שוין געהאַט געלערנט די ייִדישע ליטעראַטור אין דער "פֿאַראייניקטער מיטלשול" און אין "ייִדישן לערער־סעמינאַר", האָבן די לערער תּמיד פֿאָרגעשטעלט דעם מאַטעריאַל פֿון אַ קולטור־היסטאָרישן קוקווינקל. ראָסקעס האָט אונדז אָבער געוויזן ווי צו אַנאַליזירן די ראָמאַנען און פּאָעזיע פֿון אַ ליטעראַרישן קוקווינקל; מיט אַנדערע ווערטער — ווי אַ קונסטווערק.
ווען מיר האָבן, למשל, געלייענט מענדעלעס "פֿישקע דער קרומער", האָט ראָסקעס פֿאָרגעלייענט, ווי די ייִדן אין שטעטל גייען ערבֿ־שבת אין באָד; ווי די היץ ברענט, מע מאַכט זיך באַנקעס, מע ווערט געשמיסן, און ווי מחיהדיק דאָס איז. "פֿאַר וואָס באַשרײַבט ער די באָד אַזוי?" האָט ראָסקעס געפֿרעגט. האָב איך געענטפֿערט, אַז מענדעלע האָט פּשוט געוואָלט איבערגעבן, ווי די ייִדן פֿלעגן זיך צוגרייטן אויף שבת.
ראָסקעס האָט אָבער דערקלערט, אַז מענדעלע איז אויסן עפּעס אַנדערש. ווי אַ מסכּיל, וואָס האָט שוין פֿון לאַנג סאַטיריזירט די "אָפּגעשטאַנענקייט" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, האָט ער באַשריבן די סצענע אין באָד ווי אַ סימבאָל פֿונעם ייִדישן מאַזאָכיזם; אַז אַנשטאָט צו פּרוּוון פֿאַרבעסערן זייער ביטערן מצבֿ, האָבן די ייִדן זיך אַזוי טיף צוגעוווינט צו די צרות, אַז זיי האָבן אַזש הנאה געהאַט דערפֿון. פֿאַרשטייט זיך, איז דאָס געווען אַ באַווײַז פֿון מענדעלעס טאַלאַנט ווי אַ סאַטיריקער. מיט אַ מאָל האָב איך דערזען, אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז פּונקט אַזוי קינסטלעריש, ווי די רוסישע און פֿראַנצויזישע, וואָס איך האָב דעמאָלט שטודירט אין באַרנאַרד־קאָלעדזש.
קאַטרין העלערשטיין, אַן אַסאָציִיִרטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אינעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילוועניע, האָט דערציילט וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק עס האָט געמאַכט אויף איר די ייִוואָ־עקסקורסיע אינעם אַמאָליקן פֿאַרלאַג "היברו פּאָבלישינג קאָמפּאַני" אויפֿן איסט־סײַד. "אומעטום אויף דר׳ערד זענען געלעגן ביכער און בלעטלעך," האָט זי געזאָגט. אַן אַלטע לשנה־טובֿה, וואָס זי האָט דאָרט געפֿונען, היט זי נאָך בײַ זיך.
איין נאָכמיטאָג יענעם זומער האָט מען געוויזן די סטודענטן דעם באַקאַנטן ייִדישן פֿילם, "דער דיבוק" (1937), מיט צוויי ערן־געסט: די אַקטיאָרן לעאָן ליבגאָלד און לילי ליליאַנע, וואָס האָבן געשפּילט דאָס פֿאַרליבטע פּאָרל. "זיי האָבן אונדז דערציילט, אַז זיי זענען די איינציקע פֿונעם אַנסאַמבל, וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן," האָט העלערשטיין געזאָגט. די פּראָדוצירער פֿונעם פֿילם האָבן זיי געהאַט געשיקט קיין אַמעריקע אין אויגוסט 1939, כּדי צו מאַכן פּירסום פֿאַרן פֿילם. נאָך דעם ווי די נאַציס זענען אַרײַן קיין פּוילן דעם 1טן סעפּטעמבער, האָבן ליבגאָלד און ליליאַנע שוין נישט געקאָנט צוריקפֿאָרן. בעת די צוויי אַקטיאָרן האָבן אויף ייִדיש דערציילט די סטודענטן די רירנדיקע געשיכטע, האָבן זיי זיך צעוויינט. "דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מיר זעען דעם פֿילם זינט 1939," האָבן זיי געזאָגט.
העלערשטיין געדענקט אויך די נאָכמיטאָגדיקע געזאַנג־סעסיעס אָנגעפֿירט פֿון דזשאַש וואַלעצקי. "אַ סך פֿון יענע לידער לערן איך נאָך אַלץ מיט מײַנע סטודענטן," האָט זי צוגעגעבן.
אַהרן לאַנסקי האָט זיך דערמאָנט צוויי מאָמענטן פֿון ד״ר שעכטערס גראַמאַטיק־קלאַס. בעת אַ לעקציע וועגן דעם תּנאַי־מאָדוס (conditional form, בלע״ז), האָט איינער פֿון די סטודענטן, היו דענמאַן — אַ נישט־ייִדישער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש אין אַן אירלענדישן אוניווערסיטעט — געפֿרעגט מיט זײַן עלעגאַנטן בריטישן אַקצענט, ווי מע זעצט איבער די העפֿלעכע בקשה: Would you be so good as to be seated?
"ד״ר שעכטער האָט זיך פֿאַרטראַכט, געריבן זיך דאָס פּנים און געהאַלטן אין איין איבערחזרן די פֿראַגע צו זיך אַליין," האָט לאַנסקי געזאָגט. "סוף־כּל־סוף, האָט ער געמאַכט דעם קולטורעלן איבערגאַנג פֿון בריטיש אויף ייִדיש דורך צוויי ווערטער: ׳זעץ זיך!׳"
אַ צאָל פֿון די סטודענטן האָבן דערציילט, אַז איינע פֿון די אימפּאָנירנדיקסטע געשעענישן פֿון יענעם זומער איז געווען די פּלוצעמדיקע פֿאַרפֿינצטערונג איבער דער גאַנצער שטאָט ניו־יאָרק. דעם צווייטן אינדערפֿרי, האָט שעכטער, ווי געוויינטלעך, געפֿרעגט דעם קלאַס: "וואָס הערט זיך עפּעס נײַעס?"
"צום באַדויערן, בין איך געווען דער ערשטער וועמען ער האָט געפֿרעגט," האָט לאַנסקי געזאָגט. נישט וויסנדיק ווי צו זאָגן blackout אויף ייִדיש, האָט לאַנסקי געזאָגט: "ס׳איז געווען אַ גרויסער שוואַרץ־אויס". "אַ וואָס?" האָט שעכטער געפֿרעגט, אַן אויפֿגעקאָכטער. ער האָט דערציילט דעם קלאַס, אַז אין 1965, ווען די זעלבע זאַך איז געשען, האָבן ער און זײַנע קאָלעגעס געשאַפֿן אַ וואָרט דערפֿאַר: פֿאַרפֿינצטערונג. קוקנדיק שטרענג אויף לאַנסקין, האָט שעכטער געדרשנט: "באַלד ווי די עלעקטריע האָט זיך אויסגעלאָשן, האָסטו געדאַרפֿט אָנצינדן אַ ליכטל און אויסזוכן דאָס וואָרט אין ווײַנרײַכס ווערטערבוך!"
זשאַן לאָענשטאַם, פּראָפֿעסאָר פֿון סעמיטישער און אַלגעמיינער שפּראַך־וויסנשאַפֿט אינעם פּאַריזער אוניווערסיטעט, געדענקט ווי שעכטער האָט אַרויסגעוויזן אַ פּערזענלעכן אינטערעס צו זײַנע לינגוויסטישע פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך. "אין יענע יאָרן איז ער געווען זייער אַ פֿאַרנומענער מענטש, אָבער ער האָט כּסדר געפֿונען אַ שעה צו זיצן מיט מיר אין ביוראָ, אָדער אויף אַ באַנק אין צענטראַל־פּאַרק, אָדער אין אַ קאַפֿעטעריע. אַפֿילו נאָך דער זומער־פּראָגראַם, האָט ער מיר אָנגעקלונגען מיט נײַע בײַשפּילן, וויכטיקע שפּראַכלעכע באַמערקונגען, עצות און... הומאָר."
מאַרשאַל בערגען, אַ לאַבאָראַטאָריע־פֿאַרוואַלטער אין ראָטקעס־אוניווערסיטעט, דערציילט, אַז באָב וואַרנאָק, אַ נישט־ייִדישער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטש אין בראַון־אוניווערסיטעט, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט איין מאָל אָרגאַניזירט אַ ייִדיש־קלאַס אין זײַן שטוב פֿאַר די אָרטיקע ייִדן, ניצנדיק מרדכי שעכטערס לערנבוך "ייִדיש צוויי". "איך געדענק ווי איך פֿלעג גיין צו אים אַהיים, און מיר האָבן דורכגעאַקערט דאָס בוך, איין קאַפּיטל נאָך אַ צווייטן," האָט בערגען געזאָגט.
סטיוו (צבֿי) זיפּערשטיין, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, און דער הויפּט פֿון אַקאַדעמישן ראַט אינעם "צענטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע", איז, דאַכט זיך, געווען דער איינציקער אין דער זומער־פּראָגראַם, וואָס איז געקומען פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער אַמעריקאַנער משפּחה. ווי אַ צענערלינג אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט ער זיך געלערנט אין דער העברעיִשער מיטלשול "רמב״ם", אָבער פֿלעגט אויך גיין הערן שיעורים אויף ייִדיש אין דער אָרטיקער "אַגודה"־ישיבֿה.
"אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, האָב איך געזען אַ בפֿירושע ׳פֿרומקייט׳, וואָס איז נישט געווען אַזוי אַנדערש ווי די אָרטאָדאָקסישע פֿרומקייט פֿון מײַנע קינדער־יאָרן," האָט זיפּערשטיין באַמערקט, און בפֿרט בײַ געוויסע לערער. הגם ער האַלט, אַז ד״ר שעכטער איז געווען "איינער פֿון די צום מערסטן איבערגעגעבענע לערער, וואָס כ׳האָב אַ מאָל געהאַט", האָט ער, זיפּערשטיין, צוליב זײַן אייגענעם סקעפּטיציזם וועגן אַלע מינים פֿרומקייט, געהאַט שוועריקייטן זיך צוגעוווינען צו שעכטערס "געמיש פֿון אַקטיוויזם און פּעדאַגאָגיע". אים האָט גיכער צוגעצויגן דער "אינטענסיווער, פּאָליטיזירטער ייִדישיזם" פֿון דער פֿעמיניסטישער פּאָעטעסע, אירענע קלעפּפֿיש, ווי אויך דער לערער סטיווען לאָענשטיין, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן זײַנער אַ נאָענטער פֿרײַנד.
יונתן בויאַרין, וועלכער איז לעצטנס געוואָרן דער פּראָפֿעסאָר פֿון רעליגיעזע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנע, זאָגט, אַז די ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם האָט געלייגט דעם יסוד פֿאַר זײַן לעבן־לאַנגער אַרבעט מיט ייִדיש. עס האָט אים, למשל, שטאַרק געהאָלפֿן בײַם צונויפֿשטעלן, צוזאַמען מיט דזשעק קוגלמאַס, דאָס בוך A Ruined Garden: The Memorial Books of Polish Jews. ס׳איז אים אויך שטאַרק צו נוץ געקומען, ווען ער האָט אינטערוויויִרט די פּוילישע ייִדן אין פּאַריז אין די 1980ער יאָרן, און אין זײַן טאָג־טעגלעכן לעבן אויף ייִדיש אויף דער "איסט סײַד" פֿון מאַנהעטן.
איין זאַך, וואָס בויאַרין געדענקט פֿון דער זומער־פּראָגראַם, איז ווי גיך ער האָט אָנגעהויבן טראַכטן, און אַפֿילו חלומען אויף ייִדיש. "כ׳האָב דעמאָלט דערפֿילט, אַז ווען איך טראַכט אויף ייִדיש, ווער איך מער צערטלעך און אַ גרעסערער בעל־רחמים לגבי זיך אַליין, איידער אויף מײַן ׳מוטער־לשון׳, ענגליש," האָט ער באַמערקט.
וועלכע ייִוואָ־עקסקורסיע האָט געמאַכט אויף אים דעם גרעסטן רושם? "דער טור איבער דער ׳איסט סײַד׳, אָנגעפֿירט פֿון וואָלף יונין ז״ל," האָט ער געענטפֿערט.
און ווי לאַנסקי, האָט בויאַרין געדענקט ווי די לערער האָבן ערנסט זיך באַצויגן צום איבערזעצן טערמינען אויף ייִדיש. דער מאָמענט וואָס האָט זיך אים צום מערסטן אײַנגעקריצט אין זכּרון, איז אָבער נישט געווען פֿאַרבונדן מיט שעכטערן, נאָר מיט ד״ר חווה לאַפּין. "זי איז געווען ברוגז, וואָס מיר האָבן איבערגעזעצט objets d‘art ווי ׳טשאַטשקעס׳," האָט בויאַרין געזאָגט. "זי האָט געהאַלטן, אַז אויף ייִדיש דאַרף מען זאָגן ׳אָבזשע דאַר׳."

אויב איר האָט אײַערע אייגענע זכרונות וועגן דער זומער־פּראָגראַם 1977, אָדער וועגן די מענטשן אויף דעם בילד, שיקט זיי אונדז, וועלן מיר זיי אָפּדרוקן, אָדער שטעלט אײַער קאָמענטאַר אויף דער וועבזײַט.