געזעלשאַפֿט

די באַטייליקטע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ "ייִדישע רוחניות אין מיזרח-אייראָפּע: אַ טעקסטועלע פּערספּעקטיוו"
די באַטייליקטע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ "ייִדישע רוחניות אין מיזרח-אייראָפּע: אַ טעקסטועלע פּערספּעקטיוו"
Credit: Adi Mahalel
אין יוני איז בײַם UCL (דער לאָנדאָנער אוניווערסיטעט) פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ מיטן טיטל "ייִדישע רוחניות אין מיזרח-אייראָפּע: אַ טעקסטועלע פּערספּעקטיוו". פֿאָרשער פֿון אייראָפּע (אַ היפּש ביסל פֿון זיי פּוילישע), ישׂראל און אַמעריקע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, געהאַלטן רעפֿעראַטן און דיסקוטירט די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון אָט דער טעמע. גערעדט האָט מען דאָרט וועגן מיסטיק, קבלה, חסידות, דער מאָדערנער ליטעראַטור און רעליגיע; אָנגערירט פֿראַגעס פֿון אידענטיטעט אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט און וועגן דער אַקטועלקייט פֿון דער טעמע "ייִדישע אידענטיטעט" אין מיזרח-אייראָפּע נאָכן יאָר 1989.
בײַם אָנהייב האָט פּראָפֿעסאָר אַדאַ ראַפּאַפּאָרט פֿון UCL דערציילט דעם עולם וועגן איר אָנגייענדיקן בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט מיט נאָך פֿאָרשער פֿון חסידות. עס רעדט זיך וועגן אַ ריזיקער פֿאָרש-אַרבעט, וואָס וועט, ווי אַ רעזולטאַט, פּראָדוצירן די נײַע געשיכטע פֿון חסידות. זיי זענען ממשיך די פֿאָרש-טראַדיציעס, וואָס עס האָט אָנגעהויבן שמעון דובנאָוו מיט אַ הונדערט דרײַסיק יאָר צוריק אין רוסלאַנד; אַן אַרבעט וואָס ווערט ביז הײַנט גערעכנט ווי דער פֿונדאַמענטאַלער טעקסט אין דעם תּחום. אָבער די מאָדערנע פֿאָרשער, אין אונטערשייד פֿון דובנאָוון, וואָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן יאָר 1815, וועלן ציִען ווײַטער דעם פֿאָדעם פֿון דער דאָזיקער געשיכטע און נאָכפֿאָלגן די קאָנווענציע פֿון יענער צײַט, ווען דאָס חסידות האָט זיך געפֿונען אין אַן ירידה נאָך יענעם יאָר. ראַפּאַפּאָרט האָט, דער עיקר, באַטאָנט אין איר אויפֿטריט, אַז כּדי אָנצוגיין ווײַטער מיט דעם וויכטיקן פּראָיעקט, פֿאָדערט זיך אַ ממשותדיקע פֿינאַנציעלע שטיצע.
די צוויי ערשטע סעסיעס זײַנען געווידמעט געוואָרן די טעמעס פֿאַרבונדן מיט מיסטיק, קבלה און חסידות, מעגלעך די פֿאַרשפּרייטסטע אינעם ייִדישן אָפּטייל בײַם UCL. עומר (לייענט: אָמער) מיכאליס פֿון תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט גערעדט וועגן די רעליגיעזע רייד פֿון דבֿ-בער, אָדער דעם מעזריטשער מגיד — דער יורש פֿונעם בעש״ט. אַגאַטאַ פּאַלוטש פֿון UCL האָט באַהאַנדלט די טעמע פֿון נתן נטע שפּיראָס "מגלה עמוקות" (1637), איינעם פֿון די קאָמפּליצירטסטע קבליסטישע טעקסטן וואָס מע האָט אַמאָל אָנגעשריבן. אַן אינטערעסאַנטן רעפֿעראַט אונטערן טיטל "צײַט און דזשענדער אין די לערעס פֿון שניאור זלמן פֿון לאַדי" האָט אָפּגעהאַלטן ווויטשעך טוואָרעק (אויך פֿון UCL). ווען מע רעדט וועגן דעם גרינדער פֿון חב״ד, טראַכט מען ווייניק וועגן פֿעמיניזם און גלײַכהייט צווישן מאַן און פֿרוי. דאָך ווײַזט זיך אַרויס, אַז די חב״ד-באַוועגונג, ווי עס באַטאָנען ס׳רובֿ פֿאָרשער הײַנט צו טאָג, האָט טאַקע געשאַפֿן אַן אָרט פֿאַר פֿרויען אינעם גײַסטיקן לעבן פֿון חסידים. טוואָרעק אַנאַליזירט די דאָזיקע טעמע אויפֿן סמך פֿון די חב״ד־דרשות. ער פֿאָקוסירט זיך בלויז אויף דעם אימאַזש פֿון פֿרויען, נישט אויף די ממשותדיקע ווײַבערישע געשטאַלטן.
די ווײַטערדיקע צוויי סעסיעס זענען געווידמעט געווען דער טעמע ליטעראַטור און רעליגיע, וווּ איך האָב אויך אָנטייל גענומען. אודי צאַבאַרי פֿון תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט גערעדט וועגן אַלערליי מינים סעקולאַריזם אויפֿן בײַשפּיל פֿון די ווערק פֿונעם העברעיִשן מאָדערניסט יוסף־חיים ברענער. עופֿר דינעס פֿון האַרוואַרד האָט געגעבן אַ זייער פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאַרטײַטשונג פֿון די כּמו-חסידישע ווערק פֿון דעם גאַליציאַנער מחבר יוסף פּערל, "מגלה טמירין" און "בוחן צדיק". דינעס ווײַזט אָן אויף אַ שיינעם און איבערצײַגנדיקן אופֿן, ווי די אַמאָליקע משׂכּילים זענען, אייגנטלעך, געווען מוסרים פֿאַר די נײַע עטאַבלירטע אייראָפּעיִשע מלוכות. און ווי זיי האָבן געמאַכט יד-אַחת מיט די מלוכישע אינסטאַנצן אין דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרלייגן זייער מאַכט איבער די בירגער פֿון די דאָזיקע אויפֿגעקומענע מאָדערנע מלוכות. וואָס דינעסן האָט זיך טאַקע אײַנגעגעבן, איז צו דערפֿרישן דעם פֿאַרשטאַנד פֿון שוין באַקאַנטע און געפֿאָרשטע טעקסטן, להיפּוך צו דעם רעפֿעראַט פֿון ראָקסאַנאַ דזשיטאַ, וועסט-אוניווערסיטעט פֿון טעמעסוואַר (רומעניע).
זי האָט אויף זיך גענומען אַן אַמביציעזן ציל און אויסגעקליבן צו רעדן וועגן דעם באַליבטסטן טעקסט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור — שלום-עליכמס "טבֿיה". ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט זי מצליח געווען אינעם זאָגן סײַ לחלוטין גאָרנישט נײַ וועגן אָט דעם מײַסטערווערק, סײַ אין לאַנגווײַליק מאַכן דעם עולם אויף דווקא אַזאַ מין רײַכער און זאַפֿטיקער טעמע. טאַקע אַ שאָד!
לוי-קופּער פֿון דער פּרדס-אינסטיטוציע אין ירושלים האָט געהאַלטן זײַן רעדע וועגן "חסידישע אמתן" און זייערע צווישן-באַציִונגען מיט דעם פֿאַקטישן אמת. ער האָט מסכּים געווען מיט דער קריטיק פֿונעם עולם, אַז צו שטעלן די פֿראַגע, צי די חסידישע מעשׂה באַזירט זיך אויף פֿאַקטישע יסודות, דאָס הייסט, אויב עס רעדט זיך אין אַ מעשׂה שהיה, צי נישט, האָט ניט קיין זין ווען מע פֿאָרשט זי; ווײַל סײַ־ווי־סײַ רעפּרעזענטירט אַזאַ מין "פֿאַלשע מעשׂה" דעם חסידישן עטאָס פֿון יענער צײַט.
נאָך אינטערעסאַנטע אויפֿטריטן פֿון יענער קאָנפֿערענץ: מאַרעק טושעוויקיס רעפֿעראַט וועגן דעם שׂכל און דעם כּישוף אין דער פּאָפּולערער מעדיצין פֿון ייִדישער גאַליציע; אַליסיאַס מאַסלאַק-מאַטשיִעווסקאַס באַלערנדיקער רעפֿעראַט מכּוח פּראָגרעסיווער ייִדישקייט אין קראָקע פֿון 19טן יאָרהונדערט; וועגן פּוילישן רעליגיעזן לעבן פֿאַר-און-נאָך 1989 האָט גערעדט רייטשעל ראָטסטין פֿון פֿלאָרידאַ-אוניווערסיטעט. זי האַלט, למשל, אַז די רעליגיעזע אויפֿלעבונג אין פּוילן נאָכן יאָר 1989, איז געווען פּונקט אַזוי אומגעריכט, ווי די גאַנצע צעפֿאַלונג פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד; גאַבאָר באַלאַש פֿון שעגער-אוניווערסיטעט (אונגערן) האָט געהאַלטן אַ רעדע וועגן דער גײַסטיקער און אינטעלעקטועלער אויפֿלעבונג אין די אָרטאָדאָקסישע קהילות אין אונגערן. אין סך-הכּל קען מען זאָגן, אַז די קאָנפֿערענץ אין לאָנדאָן, וואָס איז פֿאָרגעקומען ממש אַ פּאָר מינוטן פֿאַר די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן, איז געווען אַ באַלערנדיקע, אַן אינטערעסאַנטע און אַ גוט־אָרגאַניזירטע אונטערנעמונג.