|
בענט לעקסנער, דער דענישער הויפּט־רבֿ, טרעט אַרויס מיט אַ רעדע אין קאָפּענהאַגן |
Eva Lehrer/Schmuus |
קאָפּענהאַגן (ייִט״אַ). — רבנים, וועלכע האָבן נישט קיין אַנונג אין כירורגיע און מעדיצין, שנײַדן אָפּ שטיקער פֿלייש פֿון היסטעריש־שרײַענדיקע קליינע קינדער אין מיטן אַן עולם פֿון שוואַרץ־באַקליידטע ייִדישע מתפּללים; אַזוי ווערט ברית־מילה געשילדערט אין דער הויפּטשטראָמיקער דענישער מעדיאַ. אַ טייל ייִדישע פֿירער זענען פֿאַרזאָרגט, אַז אַזעלכע קאַריקאַטורישע באַשרײַבונגען זענען אַ סימן פֿון וואַקסנדיקער קסענאָפֿאָביע קעגן ייִדן אין סקאַנדינאַוויע.
איין טעקסט, וואָס דערציילט דעם אַלגעמיינעם ניט־ייִדישן ציבור וועגן דעם ייִדישן ריטואַל פֿון ברית־מילה, דערקלערט, אַז צען מענער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע מלבושים, מוזן שטיין אַרום דעם קינד, בעת דער מוהל מאַכט אַ ברית. "ווי געוויינטלעך אין דער ייִדישער רעליגיע, טאָר אַ פֿרוי זיך נישט דערנעענטערן; אַן אומגעגרייטער רבֿ צעפּאַסעוועט דאָס קליינע עופֿעלע מיט זײַן מעסער; ווען דאָס קינד וויינט און בלוטיקט, הייבן די מענער אָן צו זאָגן תּפֿילות".
פֿין שוואַרץ, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין קאָפּענהאַגן, האָט איבערגעגעבן, אַז אַזעלכע פֿאַלשע עם־הארצישע באַשרײַבונגען ווײַזן אָן דעם ניוואָ פֿון די דעבאַטן אַרום ברית־מילה, וועלכע גייען איצט אָן אין דענמאַרק. שוואַרץ האַלט, אַז די שטײַגנדיקע אומטאָלעראַנץ צו דער דאָזיקער ייִדישער מיצווה האָט צו טאָן מיט קסענאָפֿאָביע; דער קהילה־פֿירער האָט מורא, אַז אין די קומענדיקע חדשים קאָן דער דענישער פּאַרלאַמענט נאָכפֿאָלגן דעם בײַשפּיל פֿון אַנדערע לענדער, און פֿאַרווערן די ברית־מילה.
קיעלד קאָפּלעוו, אַ גוט־באַקאַנטער דענישער זשורנאַליסט, איז דער מחבר פֿון דער דערמאָנטער קאַריקאַטורישער באַשרײַבונג פֿון אַ טראַדיציאָנעלן ברית. קאָפּלעוו האָט פֿאַרלאָזט ייִדישקייט, זיך בכּיוון געשמדט, און געוואָרן אַ קריסט. נישט לאַנג צוריק, אין יוני, האָט אַ געריכט אין קעלן, דײַטשלאַנד, באַשלאָסן, אַז צו מאַכן אַ ברית פֿאַר אַ קליין קינד אָן מעדיצינישע סיבות איז אַ פֿאַרברעכן. באַלד נאָך דעם דאָזיקן געריכט־באַשלוס, האָט קאָפּלעוו אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן זײַנע מעשׂיות קעגן ברית־מילה, טענהנדיק, אַז די מוהלים פּײַניקן אויס און איזדיעקעווען זיך איבער קליינע קינדער. ער איז אַרויסגעטראָטן אויף טעלעוויזיע און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מיינונג־אַרטיקל אין דער צײַטונג "פּאָליטיקיען".
שוואַרץ האָט באַטאָנט, אַז דער עולם אין דענמאַרק הערט זיך צו קאָפּלעווס מעשׂיות צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. כּדי זיך צו באַשיצן פֿון דער דאָזיקער פּראָפּאַגאַנדע, האָט די ייִדישע קהילה אַרויסגעגעבן אַ ביכל מיט 20 זײַטן, וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז די ברית־מילה איז אַ צענטראַלער יסוד פֿון ייִדישקייט, אַ הייליקער פֿאַרבאַנד צווישן ייִדן און גאָט, וועלכער איז דערצו געזונט פֿון דער מעדיצינישער פּערספּעקטיוו.
אַ צאָל סקאַנדינאַווישע אָרגאַניזאַציעס און רעגירונגען האָבן שוין לאַנג געפֿירט אַ קאַמף קעגן דער ברית־מילה. דער באַשלוס פֿונעם דײַטשישן געריכט האָט אָבער געשאַפֿן אַ פּרעצעדענט, וועלכער קאָן טאַקע ברענגען, לויט שוואַרצס מיינונג, צו אַן אָפֿיציעלן פֿאַרווער. במשך פֿונעם איצטיקן זומער, האָבן אַ צאָל פּאָליטיקער אין דענמאַרק, נאָרוועגיע און פֿינלאַנד זיך אַרויסגעזאָגט קעגן ברית־מילה; קיין פּאַרטיי האָט אָבער דערווײַל נאָך נישט פֿאָרגעלייגט אַ געזעץ־פּראָיעקט קעגן דעם ריטואַל.
די פֿײַנטלעכע באַשרײַבונגען אין דער מעדיאַ זענען אַ קליינע זאָרג, אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע אַנדערע קעגנער. אינעם יאָר 2003 האָט די דענישע מלוכישע קינדער־אָרגאַניזאַציע "אָמבוסטמאַן" דערקלערט, אַז ברית־מילה איז אַ פֿאַרברעכן קעגן די רעכט פֿון קינדער. אַן ענלעכע אָרגאַניזאַציע אין נאָרוועגיע האָט אָנגענומען דעם זעלבן באַשלוס, און דער פֿינישער "פֿאַרבאַנד פֿאַר קינדער־וווילזײַן" האָט אײַנגעשלאָסן דעם דאָזיקן ריטואַל אין דער רשימה פֿון "גוואַלד־אַקטן".
שוואַרץ איז פֿאַרזאָרגט, אַז אויב די דענישע רעגירונג וועט טאַקע פֿאַרווערן די ברית־מילה, וועט אַזאַ פּרעצעדענט אַרויסרופֿן אַ כוואַליע פֿון ענלעכע פֿאַרבאָטן אין אַנדערע סקאַנדינאַווישע לענדער. סאָפֿיע לאָדע, די ספּיקערין פֿון "ווענסטרע", די גרעסטע פּאַרטיי אין דענמאַרק, שטיצט דעם פֿאַרבאָט־פּלאַן, אַזוי ווי די ספּיקערס פֿון אַנדערע פּאַרטייען אינעם לאַנד, לויט דער ידיעה פֿון דער צײַטונג "קריסטעליגט דאַגבאָלד". די ייִט״אַ האָט זיך, אָבער, פֿאַרבונדן מיט אַלע פּאַרטייען, וואָס זענען רעפּרעזענטירט אינעם דענישן פּאַרלאַמענט; קיין פּאַרטיי האָט נישט באַשטעטיקט, אַז זיי קלײַבן זיך אָנצונעמען אַזאַ פֿאַרווער.
לאַוראַ גלאַווינד, אַ וואָרטזאָגערין פֿון "ווענסטרע", האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז איר פּאַרטיי ווייסט נאָך נישט גענוג וועגן דעם ענין, און וועט קאָנען אָננעמען אַ באַשלוס בלויז נאָך אַ קאָנסולטאַציע מיטן געזונט־מיניסטעריום.
בענט לעקסנער, דער דענישער הויפּט־רבֿ, האָט דערקלערט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו, אַז אויב די רעגירונג וועט פֿאַרווערן ברית־מילה, וועט עס מיינען דעם סוף פֿון דער 400־יאָריקער ייִדישער געשיכטע אינעם לאַנד. "די ייִדן וועלן מוזן צונויפֿפּעקלען זייערע טשעמאָדאַנען און אַוועקפֿאָרן פֿון דענמאַרק".
שוואַרץ האָט צוגעגעבן, אַז אַ טייל פֿון דער קאַמפּאַניע קעגן ברית־מילה קומט פֿון קעגנער פֿון דער מוסולמענישער אימיגראַציע. די מוסולמענישע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט איצט בערך 210,000 נפֿשות צווישן 5.5 מיליאָן דענישע אײַנוווינער. אַדרבה, שוואַרץ האַלט, אַז ווען נישט די ייִדן, וואָלט די רעגירונג שוין לאַנג אָנגענומען דעם פֿאַרבאָט. די רעכטע פּאַרטייען רעדן נישט וועגן דעם, כּדי מע זאָל זיי נישט באַשולדיקן אין אַנטיסעמיטיזם.
מאַרטין קראַסניק, אַ דענישער זשורנאַליסט און איינער פֿון די אָרטיקע אַקטיווע ייִדישע פֿאַרטיידיקער פֿון ברית־מילה, האָט אויסגעלאַכט די דעבאַטן אַרום דעם ענין, און אָנגעשריבן אין אַן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אויך אין דער דערמאָנטער צײַטונג "פּאָליטיקען", אַז די דאָקטוירים און פּאָליטיקער, וועלכע זענען באַטייליקט אין דער פֿאַרווער־קאַמפּאַניע, "לײַדן פֿון אַ שווערן גײַסטיקן און קולטורעלן פֿימאָז" — אַ קרענק, וואָס טרעפֿט זיך מיט אַ טייל נישט־געמלטע מענער.
קראַסניק האָט געטענהט, אַז די קאָמענטאַרן און בריוו פֿון די לייענער קעגן ברית־מילה אין דער דענישער פּרעסע זעט אויס ווי אַ "ספּעקטאַקל פֿון ווילדע משוגעתן" און דעמאָנסטרירט דעם אויפֿשטײַג פֿון "ראַדיקאַלער קסענאָפֿאָביע". די קעגנער פֿונעם ריטואַל באַטאָנען, פֿון זייער זײַט, אַז זיי זאָרגן זיך בלויז וועגן דעם געזונט־מצבֿ פֿון די קינדער.
יונה מעצגער, דער ישׂראלדיקער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ, האָט דינסטיק באַזוכט דײַטשלאַנד, און פֿאָרגעלייגט, אַז די מוהלים קאָנען באַקומען צערטיפֿיקאַטן פֿון די דאָקטוירים, נאָך אַ ספּעציעלער צוגרייטונג־פּראָגראַם. דער דײַטשישער פּאַרלאַמענט האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ער וועט פֿאַרטיידיקן דאָס רעכט פֿון ייִדן און מוסולמענער מל צו זײַן זייערע קינדער, אויב דער ריטואַל ווערט דורכגעפֿירט אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי די איצטיקע אָפֿיציעל־אָנערקענטע מוהלים אין דײַטשלאַנד — בסך־הכּל צען דאָקטוירים־אוראָלאָגן, אַרײַנגערעכנט פֿרויען — וועלן קאָנען באַקומען אַ רעליגיעזן צערטיפֿיקאַט פֿון רבנים. אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער דײַטשישער צײַטונג "די וועלט", האָט מעצגער באַטאָנט, אַז אַ ריכטיק־דורכגעפֿירטער ברית ברענגט נישט דעם קינד קיין ווייטאָג, און נישט קיין מעדיצינישע פּראָבלעמען.
אויפֿן סמך פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)
און פּאָל בערגער (דער ענגלישער "פֿאָרווערטס")