|
בריטאַני ניומאַרק |
|
דער "פֿאָרווערטס" האָט לעצטנס דערציילט וועגן אַ נײַעם, גאָר אינטערעסאַנטן פֿענאָמען — די אַנטוויקלונג פֿון אַ בעלעטריסטישער ליטעראַטור, אָנגעשריבן פֿון חרדישע פֿרויען, אויף ייִדיש, ענגליש און העברעיִש (זעט: שלום בערגערס אַרטיקל, "אַ כּשרע קונסט", פֿונעם 7טן סעפּטעמבער).
צוליב דעם וואָס די שרײַבערינס זענען ענג פֿאַרבונדן מיט דער פֿרומער קהילה — זייערע קינדער לערנען זיך אין די אָרטיקע שולן, און די מאַמעס האָפֿן, ווי אַלע פֿרומע עלטערן, צו געפֿינען אַ גוטן שידוך פֿאַר זיי — האַלטן די פֿרויען תּמיד אין זינען געוויסע גרונט־כּללים בײַם שרײַבן זייערע דערציילונגען און ראָמאַנען: אויסמײַדן מאָרדן, גוואַלד־מעשׂים, אויסגעלאַסנקייט און גראָבע ווערטער; און פֿאַרזיכערן, אַז די העלדן, וועלכע האָבן געזינדיקט, זאָלן במשך פֿונעם ווערק תּשובֿה טאָן.
די פֿרומע שרײַבערין, בריטאַני ניומאַרק (אַ פּסעוודאָנים, פֿאַרשטייט זיך), איז אָבער פֿון אַ גאָר אַנדערן שניט. זי צענזורירט נישט די געדאַנקען און געפֿילן, וואָס ווערן אַריבערגעטראָגן אויפֿן פּאַפּיר. אין אירע דערציילונגען און פּאָעזיע, געפֿינען זיך נישט בלויז פֿרומע ייִדן, נאָר אויך סעקולערע אַקאַדעמיקער און באָהעמישע פֿרויען. אין דער דערציילונג, The Lost Girl [דאָס פֿאַרלוירענע מיידל], למשל, קומט פֿאָר אַ ליבע־סצענע צווישן אַ חרדישער חתונה־געהאַטער ביבליאָטעקאַרין און אַ צווייטער פֿרוי; און ווײַטער לייענען מיר אַ האַרץ־רײַסנדיקע סצענע, וווּ צוויי חסידישע בחורים פֿאַרגוואַלדיקן אַ מיידל אויף דער גאַס.
"מײַן פֿרומקייט און מײַן שרײַבן זענען בײַ מיר צוויי באַזונדערע זאַכן," האָט ניומאַרק דערקלערט, בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". "ווען איך שרײַב מײַנע שורות, בין איך הונדערט פּראָצענט אָפֿנהאַרציק," האָט זי געזאָגט. "אָבער ווען איך פֿאַרמאַך די העפֿט, בין איך ווידער די פֿרומע טאַנטע ביילע."
די מערקווערדיקסטע זאַך וועגן ניומאַרקס דערציילונגען איז אָבער ווי גוט זי שרײַבט. (זי איז הײַיאָר געווען אַ פֿינאַליסט פֿאַר דער אָנגעעזענער פּרעמיע פֿאַר קורצע דערציילונגען אויפֿן נאָמען פֿון פֿלאַנערי אָ׳קאָנאָר.) אין איר מעשׂה, The Good Chasidic Wife [דאָס גוטע חסידישע ווײַב], וועגן אַ סעקולערן שרײַבער, וואָס פֿאַרליבט זיך אין אַ חתונה־געהאַטער חסידישער פֿרוי, אַנטוויקלט ניומאַרק דעם סיפּור־המעשׂה אויף אַזאַ פֿעיִקן אופֿן, אַז דער לייענער בלײַבט געפּלעפֿט, ווען ער דערוויסט זיך דעם סוף פֿון דער מעשׂה, כאָטש ווען מע לייענט עס איבער אַ צווייט מאָל, כאַפּט מען שוין די רמזים, וואָס דערפֿירן צום אומגעריכטן, אָבער זייער לאָגישן סוף.
"בריטאַני ניומאַרק איז טאַקע אַן אמתע שרײַבערין," האָט באַמערקט שלום דין, דער פֿאַרוואַלטער פֿון Unpious ("אָן פּאות") — אַ וועבזײַט, וואָס דרוקט די זכרונות און דערציילונגען פֿון "פֿאַרפֿאָרענע" ייִדן. "אין יעדער דערציילונג אירער, לעבט אויף די [פֿרומע] וועלט פֿאַר אונדזערע אויגן, אַ דאַנק די נואַנסירטע פּרטים פֿון איר שרײַבן."
ניומאַרקס פֿעיִקייט ווי אַ שרײַבער איז נישט קיין צופֿאַל. זי האָט אַ מאַגיסטער אין שיינער קונסט פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון ווירדזשיניע, און איז הײַנט אַ לערער פֿון שרײַבן און ייִדישער ליטעראַטור אין "אַשלאַנד־אוניווערסיטעט", אין אָהײַאָ. איז זי אַ בעלה־תּשובֿה? ניין. ניומאַרק איז דווקא געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דער פֿרומער קהילה פֿון מאָנסי. איר געשיכטע איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע. דער טאַטע האָט פֿאַרלאָזט די מאַמען, ווען בריטאַני איז געווען פֿיר יאָר אַלט, און די מאַמע (אַליין אַ ראַדיקאַלער באָהעמישער טיפּ — אַ "פֿרײַער פֿויגל") איז אויך אַנטלאָפֿן, ווען דאָס מיידעלע איז געווען אַכט יאָר אַלט. האָט די באָבע פֿונעם טאַטנס צד זי אַליין דערצויגן.
"כ׳האָב תּמיד געזאָגט מײַנע חבֿרטעס, אַז זי איז מײַן מאַמע," האָט ניומאַרק דערקלערט.
הגם די פֿרומע קהילה האָט זיך נישט באַצויגן ספּעציעל וואַרעם צו זיי, האָט מען זיי בדרך־כּלל געלאָזט צו רו — ביז מע האָט זיך דערוווּסט ווער ס׳איז איר מאַמע, און מע האָט אָנגעהויבן זיך שושקען וועגן דער מאַמעס "נישט־לײַטישן" אויפֿפֿיר.
"נישט איין מאָל האָט מען מיך, צוליב דער מאַמען, אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער שול," האָט ניומאַרק דערקלערט. "זיי האָבן מורא געהאַט, וואָס אַנדערע וועלן טראַכטן. אָבער בײַם געזעגענען זיך, פֿלעגן זיי בעטן בײַ מיר מחילה. זיי האָבן מיך אַפֿילו אַרומגענומען און געגעבן מתּנות. איין שול האָט מיר געשאָנקען אַ פּרעכטיקן ווינטער־מאַנטל. מיר דאַכט זיך, אַז דער גאַנצער ענין האָט זיי זייער וויי געטאָן."
צוליב דעם וואָס מע האָט זי אַזוי פֿיל מאָל אַרויסגעוואָרפֿן פֿון שול, האָט ניומאַרק זיך אין גאַנצן נישט אויסגעלערנט ווי צו לייענען — נישט ייִדיש און נישט ענגליש. די באָבע האָט איר נישט געקענט העלפֿן ווײַל זי איז אַליין געווען אַן אַנאַלפֿאַבעט, כאָטש בײַם חשבונען איז זי געווען זייער פֿעיִק.
איין מאָל איז דער באָבעס חבֿרטע אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: זי וועט לערנען דעם קינד לייענען דורך פּאָעזיע. "אין פּאָעזיע זענען דאָ ווייניקער ווערטער אין אַ שורה, האָט זי געמיינט, אַז ס׳וועט מיר אפֿשר זײַן גרינגער," האָט ניומאַרק געזאָגט. און ס׳איז טאַקע געווען אַזוי. ניומאַרק האָט זיך אויסגעלערנט לייענען, און גלײַכצײַטיק ליב באַקומען די פּאָעזיע פֿון לאָנגפֿעלאָו, דילאַן טאָמאַס און אַנדערע.
בײַ 17 יאָר איז ניומאַרק אַוועק קיין ישׂראל, וווּ זי האָט חתונה געהאַט מיט אַ ראַדיקאַלן, סעקולערן זשורנאַליסט. "איך האָב ווײַטער געהיט כּשרות און שבת," האָט זי געזאָגט. "כ׳האָב נישט געגלייבט מײַן מאַן, ווען ער האָט געזאָגט, אַז ער איז אַן אַטעיִסט. כ׳האָב געמיינט, ס׳איז גלײַך ווי מע זאָגט: ׳איך בין אַ מאַרקסיסט׳, און אַז מיט דער צײַט וועט ער אַרויסוואַקסן פֿון דעם."
דאָס זיווג־לעבן איז אָבער געגאַנגען באַרג־אַראָפּ, זיי האָבן זיך געגט און זי איז געבליבן אַליין מיטן קינד. אַ חבֿרטע פֿון מאָנסי האָט איר אָנגעקלונגען און געזאָגט, אַז זי האָט פֿאַר איר אַ שיינעם מאַן פֿון 39 יאָר. ער איז פֿון אַ פֿרומער ליטווישער משפּחה און האָט שטאַרק ליב צו לייענען ליטעראַטור. זיי האָבן חתונה געהאַט און הײַנט וווינען זיי אין אָהײַאָ מיט איר טאָכטער און צוויי הינטלעך — "שפּרינצע פֿרומע־לאה" און "שמעון שאַפּיראָ".
"מײַנע פֿרײַנד האָבן שוין עטלעכע מאָל אונדז פֿאַרבעטן זיך אַריבערצוקלײַבן קיין לייקוווּד" — אַ פֿרומע ליטווישע קהילה אין ניו־דזשערזי — "אָבער זיי זאָגן, אַז איך דאַרף, צו ערשט, פּטור ווערן פֿון מײַנע הינט. דאָס קען איך נישט."
שטעלט זיך די פֿראַגע: זאָרגט זי זיך נישט, אַז ס׳וועט שטערן צום שידוך פֿון איר טאָכטער, אויב די פֿרומע וועלט וועט זיך דערוויסן, אַז איר מאַמע שרײַבט אַזוינע אָפֿן־האַרציקע דערציילונגען וועגן דער פֿרומער וועלט?
"קוק, אַלץ קען שטערן אַ שידוך," האָט ניומאַרק באַמערקט. "אויב מע געפֿינט אויס, אַז דײַן זיידע האָט אָפּגעגט זײַן ווײַב, וועט עס שטערן צום שידוך. אויב דו באַדעקסט דאָס טישטעך מיט דורכזעעוודיקן פּלאַסטיק, מיינט עס, אַז דו האָסט נישט גענוג געלט אָפּצוגעבן דאָס טישטעך מע זאָל עס ריין מאַכן, וועט דאָס שטערן דעם שידוך. און אויב דײַן באָבע שטופּט אַ וועגעלע דורך דער גאַס צום סופּערמאַרק, שטערט עס אויך דעם שידוך, ווײַל אין אַ ׳לײַטישער׳ משפּחה וואָלטן די קינדער און אייניקלעך עס דאָך געטאָן פֿאַר איר."
"קאָנפֿאָרמיזם איז דאָ דער גרעסטער טרײַב־כּוח, און צוליב דעם האָב איך אַ סך יאָרן טאַקע באַהאַלטן מײַנע לידער און דערציילונגען אין אַ קעסטל," האָט זי געזאָגט. "כ׳האָב אָבער אויפֿגעהערט צו טראַכטן אַזוי, ווײַל איך זע, אַז קאָנפֿאָרמיזם הרגעט אַוועק די שאַפֿערישקייט."