- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איינער פֿון די הויפּט־קאָנפֿליקטן, וואָס האָט צעריסן די שטאָט ניו-יאָרק אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען דער סיכסוך צווישן די אײַנגעבוירענע און די אימיגראַנטן. די ערשטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון די אַזוי גערופֿענע "עכטע אַמעריקאַנער", דאָס הייסט, קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, האָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט אויסגעדריקט די מורא קעגן די מיליאָנען קאַטוילישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אין יענע יאָרן פֿאַרפֿלייצט די שטאָט. די "עכטע אַמעריקאַנער" זענען אַרויס מיט אַ שׂינאה-קאָמפּאַניע, וואָס האָט געפֿאָדערט צו מאַכן אַן עק צו דער אימיגראַציע. דער סיכסוך איז אויך געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם פֿילם "ניו-יאָרקער באַנדיטן" (2002), וואָס האָט זייער בולט רעקאָנסטרויִרט די געשעענישן און דעם אויסזען פֿון דער שטאָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט. אין דער אמתן, וואָלט מען אין ברײַטאָן ביטש געקאָנט מאַכן יום-טובֿדיק, ווײַל — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — האָט מען אַ קײַלעכדיקע דאַטע: מיט פֿערציק יאָר צוריק זײַנען אין דעם בײַ-ימיקן טייל פֿון ברוקלין אָנגעקומען די ערשטע אימיגראַנטן (אָדער, אָפֿיציעל, “פּליטים") פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזוי איז פֿאַרלייגט געוואָרן דער יסוד פֿון דעם איצטיקן “קליין אָדעס" צי “קליין רוסלאַנד", ווי מע האָט גענומען רופֿן די געגנט. אין משך פֿון די פֿיר יאָרצענדליק האָט ברײַטאָן ביטש באַקומען אַן אַנדער פּנים און גענומען רעדן אַן אַנדער לשון — רוסיש. איך האָב זיך אין ברײַטאָן ביטש אַרײַנגעכאַפּט צום ערשטן מאָל אין מײַ 1990, ווען כ’בין געקומען קיין ניו-יאָרק לויט אַן אײַנלאַנדונג פֿון “פֿאָרווערטס" און “אַרבעטער-רינג". דערנאָך פֿלעג איך קומען פֿון מאָל צו מאָל, אָבער די לעצטע צען יאָר וווין איך ממש בײַם ים, לעבן דעם וועלט-באַרימטן פּראָמענאַד, “באָרדוואָרק". אין משך פֿון די 22 יאָר — אַזאַ טיפֿקייט האָט מײַן אימאַזש פֿון דעם דאָזיקן ווינקל — האָט זיך אַ סך געביטן. דאָס “קליינע רוסלאַנד" האָט געלאָזט וואָרצלען און געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ באַקוועמע סבֿיבֿה, וווּ אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, ווערט געלייזט אויפֿן אָרט.
דער מחבר פֿונעם בוך, Allein Unter Deutschen [אַליין אונטער דײַטשן], איז טובֿיה טענענבוים, אַ תּל־אָבֿיבֿ־געבוירענער קאָלומניסט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג "די צײַט" (Di Zeit). די רובריק, וואָס באַהאַנדלט ענינים וועגן ספּאָרט און געזונט, קומט אַרויס צוויי מאָל אַ חודש, און שפּיגלט אָפּ טענענבוימס חוש פֿאַר הומאָר און איראָניע, ווײַל ער אַליין איז אַ דיקלעכער און רייכערט אַ פּעקל פּאַפּיראָסן אַ טאָג. טענענבוים איז אויך דער גרינדער, רעזשיסאָר און פּראָדוצענט פֿון אַ מאָדערניסטישן ענגליש־שפּראַכיקן ייִדישן טעאַטער, The Jewish Theater of New York. זײַן געטרײַער אַסיסטענט בײַ דער טעאַטער־אַרבעט איז זײַן פֿרוי, מרים. הגם דאָס געפֿינען אַ פֿאַרלאַג אַרויסצוגעבן דאָס בוך איז דעם מחבר אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, זעט מען דאָס נישט אָן אויף זײַן פּנים. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" אין זײַן ביוראָ אין מאַנהעטן, האָט ער גאַסטגעבעריש דערלאַנגט טיי, און זיך געוויצלט וועגן זײַן לאַגע, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן. דער ביוראָ שפּיגלט אָפּ זײַן פֿילפֿאַרביקע געשיכטע: אויף איין וואַנט הענגען די פּלאַקאַטן פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען, The Last Jew in Europe [דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע] און The Last Virgin [די לעצטע בתולה]; און אויף אַ צווייטער וואַנט — צענדליקער רעצענזיע־אויסשניטן פֿון זײַנע ווערק. בײַ דער דריטער וואַנט זעט מען אַ הילצערנעם שראַנק מיט ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אַרײַנגערעכנט עפּעס אין גאַנצן אומגעריכטס: ספֿרים אויף לשון־קודש. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער קאָסמאָפּאָליטישער טענענבוים קומט דווקא פֿון אַ חרדישער משפּחה אין בני־ברק. "׳חזון־אישניקעס׳, חסידים פֿונעם ראַדזינער רבין," האָט ער באַטאָנט. אין דער אמתן אָבער האָט די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון מדינת־ישׂראל אין לויף פֿון די אַכט טעג גענומען אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז און פֿאַרמינערן דעם ציל פֿון דער, דאָס מאָל, זאָרגפֿעליק צוגעגרייטער מלחמה אונטערן נאָמען "וואָלקן־זײַל", וואָס האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָלקן־ברוך. זי איז אויסגעבראָכן אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון די ייִשובֿים אויפֿן דרום, וואָס האָבן געליטן פֿון דעם ראַקעטן־טעראָר מצד דעם הערשנדיקן "כאַמאַס" און די אַנדערע פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־אָרגאַניזאַציעס אין עזה, און האָט גענאָסן — אַזוי ווי יעדע מלחמה אין איר אָנהייב — פֿון דער מאַסיווער אונטערשטיצונג מצד דער גרויסער מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און דער פּאָליטישער אונטערשטיצונג פֿון דער מערהייט פּאַרטייען, אײַנגעשלאָסן די "עבֿודה", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שעלי יאַכימאָוויטש. אַזוי ווי ערבֿ דער פֿריִערדיקער מלחמה־אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" קעגן עזה מיט זעקס יאָר צוריק, האָבן אויך דאָס מאָל די דעמאָנסטרירנדיקע מאַסן געשריִען: "דערלאַנגט זיי, שלאָגט זיי, לאָזט דער אַרמײַ מנצח זײַן!" אאַז״וו. און צה״ל האָט דערלאַנגט און די רעגירונג האָס מאָביליזירט 60.000 זעלנער רעזערוויסטן, גרייט אַרײַנצומאַרשירן אין דעם געדיכט באַוווינטן עזה־שטרײַף. דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, דער פֿירער פֿון דער ספֿרדיש־רעליגיעזער ש"ס־פּאַרטיי, האָט אינעם רעגירונגס־קאַבינעט געפֿאָדערט חרובֿ צו מאַכן די שטאָט עזה; און אין זייערע אויפֿטריטן האָבן די מיניסטאָרן, בראָש מיט דעם אויף ס׳נײַ אויפֿגעריכטן אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון נתניהו, ברק און ליבערמאַן פֿאַרזיכערט, אַז דאָס מאָל וועט דער "כאַמאַס" נישט קענען מער אויפֿהייבן דעם קאָפּ: ער וועט ווערן אויסגעוואָרצלט און עס וועט פֿון אים קיין זכר נישט בלײַבן. מיט אַ וואָך צוריק האָט די שפּאַנישע רעגירונג מודיע געווען אַז די ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון די אַרויסגעטריבענע ספֿרדים, וועלן זיך צונויפֿשטויסן מיט ווייניקער מניעות אויפֿן וועג צו ווערן שפּאַנישע בירגער. פֿריִער האָט מען אויך געקאָנט זיך אומקערן קיין שפּאַניע. ביז אַהער איז דער דאָזיקער פּראָצעס געווען רעגולירט דורך אַ געזעץ, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1982. לויט אים נאָך, האָבן ספֿרדישע ייִדן, בירגער פֿון טערקײַ און ישׂראל, געהאַט די רעכט אָנצוגעבן זייערע פּאַפּירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט, נאָר אויב זיי האָבן געהאַט אָפּגעוווינט אין לאַנד נישט ווייניקער ווי אין משך פֿון, לכל-הפּחות, צוויי יאָר. איצט, אָבער, וועט דער דאָזיקער פּראָצעס גיין אַנדערש: מע וועט קענען אָנגעבן די געהעריקע פּאַפּירן אַפֿילו אויב מע האָט קיין מאָל ניט געוווינט אין שפּאַניע. די בירגערשאַפֿט וועלן קענען באַקומען אויך מיטגלידער פֿון דער משפּחה פֿון די ספֿרדישע ייִדן — זייער ווײַב צי מאַן, ווי אויך זייערע קינדער אין עלטער ביז 18 יאָר. גאָר ניט יעדער איינער וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ ספֿרדישן ייִד קען קריגן אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער בײַם אַפּליקירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. מע מוז אַזוי אָדער אַנדערש באַווײַזן, אַז אײַערע אָבֿות זײַנען טאַקע געווען אַרויסגעטריבן פֿון שפּאַניע. אַ סבֿרא, אַז דאָס קען זײַן גאָר ניט קיין פּשוטער ענין אין פֿינף יאָרהונדערט שפּעטער. שפּאַנישע אָנגעשטעלטע וועלן זיך צוקוקן צו די משפּחה-נעמען, צו די גענעאָלאָגישע ביימער (טאָמער אַזעלכע זײַנען פֿאַראַן) און מע וועט זיך צוהערן צו דער שפּראַך. מע האַלט, אַז אַרום אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן היטן נאָך אָפּ זייער שפּאַניש “ייִדיש", וואָס איז באַקאַנט ווי לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ. געווען בײַ אונדז אין שטעטל אַ ייִד, וואָס מע פֿלעגט אים רופֿן זיסיע־קוקורוזע. און כאָטש די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין כרושטשאָווס צײַטן, ווען דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק האָט אויף לינקס און אויף רעכטס פֿאַרזייט קוקורוזע, האָט זײַן צונאָמען "קוקורוזע", קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו כרושטשאָווס עקאָנאָמישער פּאָליטיק. זיסיע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך, אין וועלכן ס’האָבן געאַרבעט נאָר פֿרויען. איז כּדי צו מאַכן אויף די שנײַדערקעס אַן אײַנדרוק, פֿלעגט ער טראָגן אין אַ הויזן־קעשענע אַ קוקורוזע־קאַטשן, אַז די נייטאָרינס זאָלן מיינען, אַז ער האָט אין די הויזן אַ "גרויסע ווערט". ווען ס’פֿלעג שוין אָבער קומען צום ווײַזן וואָס ער קען מיט זײַן אייגענער "קוקורוזע" האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ מאַמעליגע. די אָנפֿירער פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן, דערמאָנען מיר איצטער דעם דאָזיקן זיסיע־קוקורוזע. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע וואַל־קעשענעס ריזיקע פּראָגראַמען, מע זאָל מיינען, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאָר ווערטלעכע זאַכן. און מע פֿאָכעט איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די פּראָגראַמען־"קוקורוזעס", מע גייט איבער פֿון איין פּאַרטיי אין אַ צווייטער, מע פֿאַראייניקט זיך, מע צעטיילט זיך — ס’טוט זיך חושך. אַ טייל צענטריסטן גייט איבער אין לינקן לאַגער, אַן אַנדער טייל — אין רעכטן; אָבער ניט דערפֿאַר, וואָס די אידעאָלאָגיע, צי די פּראָגראַם פֿון דער, אָדער יענער, פּאַרטיי איז זיי נענטער צום האַרצן, נאָר מע זוכט אַ פּלאַץ אין די פּאַרטיי־רשימות, וואָס זאָל זײַן נענטער צום אָנהייב פֿון דער רשימה, און קאָן גאַראַנטירן צו ווערן אַ חבֿר־הכּנסת. דאָס איז דער עיקר! געוועזענע דעפּוטאַטן בײַטן זייערע אידעאָלאָגיעס ווי דער ישׂראלדיקער וועטער בײַט זיך אום ווינטער. אָבער ווען מע קומט שוין אין כּנסת און מע דאַרף דאָרט עפּעס טאָן מיט די פּראָגראַמען פֿון די קעשענעס, לאָזט זיך אויס — אַ מאַמעליגע. שוין ווידער מלחמה־שפּאַנונג אויף די גרענעצן צום גליק, זענען אין ישׂראל ביז איצט ניט געווען קיין ערנסטע מענטשלעכע קרבנות, בלויז אַ צאָל הײַזער זענען שטאַרק באַשעדיקט געוואָרן. ס׳רובֿ ראַקעטן זענען געפֿאַלן אויף ליידיקע פּלעצער. אין די שטעט און ייִשובֿים, ווי שׂדרות, אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע א״אַנד הערשט אַ גרויסע שפּאַנונג. די שולן זענען געשלאָסן, די קראָמען — פֿאַרמאַכט; מען הערט שוין ווידער, פֿון צײַט צו צײַט, די אַלאַרם־וואָרענונגען "צבֿע אָדום". די באַפֿעלקערונג שטייט טאָג און נאַכט גרייט צו לויפֿן אין די שוצקעלערן. צה״ל, די ישׂראל־אַרמיי, האָט געענטפֿערט אויף די דאָזיקע בלוטיקע ראַקעטן־אַטאַקעס פֿון איבער די גרענעצן. אַ צאָל אַראַבישע טעראָריסטן און ציווילע בירגער זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, די מיטגלידער פֿון זײַן קאַבינעט און הויכע מיליטער־לײַט האָבן אָן אויפֿהער זיך באַראַטן און געלאָזט וויסן די אָנפֿאַלער איבער די גרענעצן, די אַראַבישע לענדער און דער וועלט בכלל, אַז "...ישׂראל וועט ניט בלײַבן זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט קעגן די דאָזיקע אַטאַקעס פֿון די ראַקעטן אויף אונדזער סוּווערעניטעט". אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז אַלאַ אַקסעלראָד אַ מוזיקער, און אירע לעבנס-איבערלעבענישן נעמט זי אויף עמאָציאָנעל, בעיקר נאָכן געהער; מער דורך געפֿילן איידער דורך אַ פּראָצעס פֿון זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אַרום איר. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זי, אַ פּנים, אַרויסגעטראָגן אַ טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג, וואָס איז בײַ איר באַזונדערס בולט אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט שוועריקייטן צו קריגן אַשר-יצר-פּאַפּיר און מיט נוצן צײַטונגען פֿאַר אָט דער באַדערפֿעניש. מיט אַן אימפּעט דערמאָנט זי זיך וועגן דער דאָזיקער טראַוומע, און מע פֿילט, אַז זי האָט, נעבעך, מורא איבערצולעבן דאָס זעלבע נאָך מאָל, ווײַל אַזאַ געפֿאַר — די געפֿאַר פֿון סאָציאַליזם, און דאָס הייסט, בפֿרט, פֿון פֿאַרלירן צוטריט צו טואַלעט-פּאַפּיר — לויערט אויף אַמעריקע, אויב דאָס לאַנד וועט אויסקלײַבן באַראַק אָבאַמאַן. באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג. פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן. פֿון זיצן אַזוי לאַנג אין דער היים און קוקן אויף די פֿיר ווענט, הערן נאָר ווי דער ווינט ווויעט כּסדר און דער רעגן קלאַפּט אין פֿענצטער, קען מען טאַקע משוגע ווערן. נאָר צום גליק, האָב איך געהאַט וואָס צו לייענען: אויף מײַן שרײַבטיש ליגט אַ טוץ וויכטיקע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס וואַרטן איך זאָל זיי נעמען אין דער האַנט אַרײַן און רעצענזירן פֿאַרן "פֿאָרווערטס". איך האָב שוין לאַנג בדעה געהאַט די ביכער צו לייענען, און איצט איז סוף־כּל־סוף געקומען די געלעגנהייט. אָבער באַלד ווי איך האָב גענומען דאָס ערשטע בוך אין האַנט, אָפּגעבלאָזן דעם שטויב, וואָס איז געלעגן אויף אים נאָך פֿיל חדשים, און אָנגעהויבן לייענען די הקדמה, וווּ דער מחבר באַדאַנקט די טויזנטער מענטשן וואָס זײַנען אים געקומען צו הילף אין אַלע ביבליאָטעקן און אַרכיוון פֿון דער וועלט, ווי אויך זײַנע קאָלעגן־פּראָפֿעסאָרן, וואָס די שמועסן מיט זיי האָבן אַזוי באַרײַכערט זײַן פֿאָרשונג, און זײַן געטרײַ ווײַב און קינדער, וואָס האָבן אים אויסגעהאַלטן אין משך פֿון די אַלע יאָרן וואָס ער האָט געהאָרעוועט אויף דעם בוך, נעבעך; און נאָך און נאָך ביז די אויגן מײַנע האָבן שוין גענומען זיך פֿאַרמאַכן פֿון מידקייט און איך האָב באַשלאָסן צו רעצענזירן עפּעס אַנדערשס. די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט. דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער. די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט. ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן. פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון." אַ ספֿרדישע קהילה האָט אויך געהאַט אירע שילן אין דרום־בראָנקס, און דער "ספֿרדישער ייִדישער צענטער" אויף וואָלטאָן־עוועניו האָט זיך דאָרטן געפֿונען ביז די 1970ער יאָרן, ווען זי האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין פֿאָרעסט־הילס, קווינס. ס׳רובֿ ספֿרדישע בראָנקסער ייִדן זענען געקומען פֿון טערקײַ און גריכנלאַנד. אָבער אַחוץ דער רעלאַטיוו קליינער גרופּע האָבן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אָנגעפֿילט די שילן אין בראָנקס ביז די גרויסע ירידה האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף 1960ער יאָרן. הײַנט איז שוין נישטאָ ווער עס זאָל אַנטלויפֿן. אין 2003 זענען געבליבן אין בראָנקס 45,000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דעם וואָס ס׳איז געווען מיט צען יאָר פֿריִער. אין 1948 זענען געווען מער ייִדן אין בראָנקס ווי אין דער נײַער ישׂראל־מדינה. הײַנט געפֿינט זיך די גרעסטע ייִדישע קהילה אין בראָנקס אין ריווערדייל, אָבער זעלטן ווען וועט אַ ריווערדיילער ייִד זיך אָנערקענען ווי אַ בראָנקסער. די ייִדישע קהילה אין פּעלהאַם־פּאַרקוויי איז געוואַקסן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, אַ דאַנק דער אימיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן, אָבער עס זעט אויס, אַז דער צווייטער דור רוסישע ייִדן האָט זיך שוין אַריבערגעצויגן קיין ריווערדייל, קווינס און ברוקלין. |