געזעלשאַפֿט

דער "מאַשאַלו־דזשויִש־סענטער" איז הײַנט אַ שטאָטישער צענטער פֿאַר קינדער
דער "מאַשאַלו־דזשויִש־סענטער" איז הײַנט אַ שטאָטישער צענטער פֿאַר קינדער
אין די 1940ער יאָרן האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג באַטראָפֿן כּמעט אַ העלפֿט פֿון די אײַנוווינער אין דער בראָנקס. אַהין זענען די ייִדישע אימיגראַנטן געקומען ווען מע האָט שוין אַ ביסל פֿאַרדינט און מען איז אַנטלאָפֿן פֿון די אָנגעשטאָפּטע טענעמענט־הײַזער פֿון דער איסט־סײַד. אויפֿן "גראַנד־קאָנקורס" האָט מען געהאַט רחבֿותדיקע דירות, אָבער אַפֿילו אין די געוויינטלעכע דירות־הײַזער פֿון בראָנקס האָט מען געוווינט אין אַ סך אַ בעסערן מצבֿ ווי פֿריִער. די בראָנקס איז געוואָרן אַ ייִדישלאַנד, מיט נישט בלויז איין שיל, נאָר צוויי, דרײַ אין יעדער געגנט.
אַ ספֿרדישע קהילה האָט אויך געהאַט אירע שילן אין דרום־בראָנקס, און דער "ספֿרדישער ייִדישער צענטער" אויף וואָלטאָן־עוועניו האָט זיך דאָרטן געפֿונען ביז די 1970ער יאָרן, ווען זי האָט זיך אַריבערגעקליבן קיין פֿאָרעסט־הילס, קווינס. ס׳רובֿ ספֿרדישע בראָנקסער ייִדן זענען געקומען פֿון טערקײַ און גריכנלאַנד. אָבער אַחוץ דער רעלאַטיוו קליינער גרופּע האָבן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אָנגעפֿילט די שילן אין בראָנקס ביז די גרויסע ירידה האָט זיך אָנגעהויבן אין די סוף 1960ער יאָרן.
הײַנט איז שוין נישטאָ ווער עס זאָל אַנטלויפֿן. אין 2003 זענען געבליבן אין בראָנקס 45,000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דעם וואָס ס׳איז געווען מיט צען יאָר פֿריִער. אין 1948 זענען געווען מער ייִדן אין בראָנקס ווי אין דער נײַער ישׂראל־מדינה. הײַנט געפֿינט זיך די גרעסטע ייִדישע קהילה אין בראָנקס אין ריווערדייל, אָבער זעלטן ווען וועט אַ ריווערדיילער ייִד זיך אָנערקענען ווי אַ בראָנקסער. די ייִדישע קהילה אין פּעלהאַם־פּאַרקוויי איז געוואַקסן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, אַ דאַנק דער אימיגראַציע פֿון די סאָוועטישע ייִדן, אָבער עס זעט אויס, אַז דער צווייטער דור רוסישע ייִדן האָט זיך שוין אַריבערגעצויגן קיין ריווערדייל, קווינס און ברוקלין.
אויפֿן בולוואַר, דעם "גרענד־קאָנקורס", האָט מען אויפֿגעבויט ריזיקע, אימפּאָזאַנטע סינאַגאָגעס, וועלכע זענען מגולגל געוואָרן אין קלויסטערס. אַ טייל פֿון די נײַע באַלעבאַטים האָבן אָפּגעהיט די קאָלירטע וויטרינעס מיט אַ ייִדישן אינהאַלט און סימבאָלן; די אַנדערע — האָבן אין גאַנצן אָפּגעווישט דעם לעצטן סלעד פֿון ייִדישקייט אין דער אַרכיטעקטור. איך געדענק, אַז אַ מאָל האָב איך דערציילט מײַן ייִדישן שפּראַכקלאַס אין אוניווערסיטעט וועגן אַלע שילן וואָס זענען געוואָרן קלויסטערס, און די סטודענטן, דער עיקר, מאָדערן אָרטאָדאָקסישע ייִדן, האָבן פּראָטעסטירט, אַז "מע טאָר נישט!", "ס׳איז פֿאַרווערט לויט דער הלכה!". איך האָב זיי געענטפֿערט, אַז אַ ייִדישער קאָפּ גיט זיך אַן עצה, מע געפֿינט אַ פֿאַרמיטלער און מע פֿאַרקויפֿט אים די שיל, און ער פֿאַרקויפֿט זי שוין ווײַטער דעם קלויסטער.
די טרויעריקע טעמע פֿון די אַמאָליקע שילן אין בראָנקס איז נישט קיין נײַע; ווי קען עס דען זײַן אַ חידוש, אַז סע וואַרפֿט זיך אין די אויגן, ווען מע גייט דורך די גאַסן? קיין פֿאָטאָבוך האָט מען ביז הײַנט נישט אַרויסגעגעבן, אָבער אויף אַ גוטער וועבזײַט Remembrance of Synagogues Past, צונויפֿגעשטעלט פֿון אַ לאַנגיאָריקן בראָנקסער לערער ד״ר סימאָר פּערלין, קען מען זען כּמעט אַלע שילן אין בראָנקס, ווי זיי האָבן אויסגעזען אין די 1980ער יאָרן. אין די 1930ער יאָרן האָט די WPA־אינסטאַנץ פֿון פּרעזידענט רוזוועלט קאַטאַלאָגירט אַלע קלויסטערס און סינאַגאָגעס אין בראָנקס און, ניצנדיק די אינפֿאָרמאַציע, איז דער מחבר פּערלין אַרומגעפֿאָרן איבער יעדן אַדרעס און אַראָפּגענומען בילדער. צו יענער צײַט האָט פּערלין אויסגעפֿונען, אַז אַ העלפֿט פֿון די בנינים ווערן געניצט ווי קלויסטערס. זיבן זענען צעשטערט געוואָרן ווען מע האָט געבויט דעם שאָסיי "קראָס־בראָנקס־עקספּרעסוויי" (אַגבֿ, איז די ערשטע דירה פֿון מײַנע טאַטע־מאַמע אין בראָנקס אויך "נעלם" געוואָרן צוליב דער קאָנסטרוקציע), פֿינף זענען פּאַרקן, 54 — פּוסטע שטחים, 27 — פּריוואַטע היימען.
פֿאַר די איבער 20 יאָר וואָס פּערלין האָט דאָקומענטירט די שילן, האָבן די באַלעבאַטים און דער באַנוץ פֿון די אַמאָליקע שילן זיך געביטן. אין דער געגנט, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, איז די יפֿיפֿיה פֿון אַלע שילן געווען דער "מאַשאָלו־דזשויִש־סענטער" אויף האָל־עוועניו, געבויט אין 1926.
הרבֿ הערשל שעכטער איז דאָרטן געווען דער לאַנגיאָריקער רבֿ. ער איז געבליבן באַקאַנט ווי דער ערשטער רבֿ וואָס איז אַרײַן מיט די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן און באַפֿרײַט דעם לאַגער אוישוויץ . ער האָט פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט נישט בלויז בײַ די בראָנקסער ייִדן, נאָר אין דער בראָנקסער געזעלשאַפֿט בכלל. הײַנט דינט די ריזיקע שיל ווי אַ צענטער פֿון דער שטאָטישער קינדער־סאָציאַל־פּראָגראַם "העד־סטאַרט" [מיטן קאָפּ פֿאָרויס]. פֿון דרויסן האָט מען, צום גליק, געלאָזט די וווּנדערלעכע ייִדישע אָרנאַמענטאַציע.
דער "נתן שטראַוס־ייִדישער צענטער" אויף דעקאַלב־עוועניו איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1952. פּערלין האָט פֿאַרשריבן, אַז די שיל האָט מען געניצט ווי אַ קינדערהיים, אָבער הײַנט האָט דער מאָנטעפֿיאָרע־שפּיטאָל זי איבערגענומען, און די אינטערן־דאָקטוירים האָבן דאָרטן זייער ביוראָ. שוין עטלעכע יאָר וואָס מײַן משפּחה דאַוונט מיט אַ חבֿרה אין וועסטטשעסטער, אַ רעלאַטיוו אָרעמער מנין; די ספֿר־תּורה פֿונעם מנין שטאַמט פֿון דער שיל "נתן שטראַוס".

דער מאָנטעפֿיאָרע־שפּיטאָל ניצט הײַנט די אַמאָליקע "נתן שטראַוס"־שיל
דער מאָנטעפֿיאָרע־שפּיטאָל ניצט הײַנט די אַמאָליקע "נתן שטראַוס"־שיל

דער מאָנטעפֿיאָרע־שפּיטאָל האָט אויך איבערגענומען א שילכל וואָס קוקט אַרויס אויפֿן פּאַרק "רעזערוואַר אָוואַל", און וואָס האָט געהייסן "גאָן־היל־דזשויִש־סענטער", אַ מנין וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1933. מע האָט אויפֿגעבויט דעם מאָדערנעם בנין אין 1952. אין פּערלינס רשימה ווערט אָנגעוויזן, אַז דער בנין שטייט ליידיק, אָבער דער שפּיטאָל ניצט אים פֿאַר אַ ביוראָ. קיין סימן, אַז דאָס איז געווען אַ מאָל אַ שיל איז נישט געבליבן, און אין דעם זענען שולדיק די בויער פֿון דער שיל, וועלכע האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן מאָדערניזם און נישט אויף ייִדישקייט אין זייער פּלאַן. אין די 1980ער יאָרן, האָט מען געבראַכט אַ רבֿ פֿון אַן אַנדער שטאָט אויף די ימים־נוראָים, און ער איז אײַנגעשטאַנען בײַ אונדז.
ווען מע גיט אַ טראַכט, וווּ עס געפֿינען זיך ייִדן אין בראָנקס, דאַרף מען נישט פֿאַרגעסן אין די מושבֿ־זקנימס. מײַנע מחותּנים האָבן אויסגעלעבט זייערע לעצטע יאָרן אין אַ בראָנקסער מושבֿ־זקנים אויף קינגסברידזש־עוועניו, און מײַן פֿרוי נחמה פֿלעג לײַען ביכער בײַ דער שטאָטישער ביבליאָטעק עטלעכע גאַסן פֿון זיי, אויף אימס־פּלייס. די ביבליאָטעק איז געשטאַנען לעבן אַ שטאָטישער מלוכה־שול, און איין מאָל האָב איך אַ קוק געטאָן און געזען אַ דאַטע, אַ גרונטשטיין מיט ייִדישע אותיות פֿון 1926 — די שיל איז געוואָרן אַ שול פֿאַר קינדער פֿון זעקס ביז צוועלף יאָר אַלט.
די שיל האָט אַ מאָל געהייסן "קינגסברידזש־הײַטס־דזשויִש־סענטער" און האָט זיכער געקענט האַלטן 500 מתפּללים. לויט פּערלין האָט זי נאָך געהאַט אַ מנין אין די 1980ער יאָרן, אָבער הײַנט לערנען זיך דאָרט קינדער אין דער "לויִזע פּיניערע פֿוענטאָס שול פֿון וויסנשאַפֿט און אַנטדעקונג". לויט דעם געבוי פֿון די פֿענצטער און אַמאָליקן אַרײַנגאַנג זעט מען בולט, אַז דאָס איז געווען אַ שיל.
לאָמיר דערמאָנען כאָטש איין בײַשפּיל פֿון אַ שיל, וואָס איז געוואָרן אַ קלויסטער ווײַל, ווי דערמאָנט, איז דאָס געווען דער גורל פֿון ס׳רובֿ סינאַגאָגעס אין בראָנקס. נישט ווײַט פֿון דער שיל/שול אויף אימס־פּלייס, אויף דער 190סטער גאַס און גרענד־עוועניו, געפֿינט זיך "דער מעטראָפּאָליטאַנער קלויסער", אַן אומאָפּהענגיקע באַפּטיסטישע גרופּע. אין פּערלינס רשימה איז זי נישט פֿאַראַן, אָבער לויטן גרונטשטיין האָט מען זי פֿאַרלייגט אין 1931, און מע זעט, וואָס פֿאַר אַ פּראַכט די שיל איז אַ מאָל געווען. אַ סך פֿון די ייִדישע סימבאָלן, ווי די עשׂרת־הדיברות, האָבן די נײַע קריסטלעכע באַלעבאַטים פֿאַרהיט, ווײַל זיי האַלטן אויך פֿון דעם חומש פאַר געשיכטע. בפֿרט פֿאַר די שוואַרצע אַמעריקאַנער איז משה רבינו געווען דער העלד פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ.
דאָס פֿאַרלאָזן שילן און זיי פֿאַרקויפֿן איז נישט בלויז אַ בראָנקסער פֿענאָמען; ער איז פֿאָרגעקומען אין אַ צאָל געגנטן אין ברוקלין ווי בראָנזוויל און איסט־ניו־יאָרק, און אין אַלע שטעט, וווּ די ייִדישע אימיגראַנטישע באַפֿעלקערונג האָט זיך אַריבערגעקליבן צו די פֿאָרשטעט, "די סאָבורבס". אָבער די בנינים זענען געבליבן — אַ שטאַרקע דערמאָנונג פֿון אַ רײַכער בליִענדיקער געשיכטע.