די הייסע דעבאַטע אַרום דעם מוסולמענישן קהילה-צענטער אין 2009 |
Credit: Adi Mahalel |
איינער פֿון די הויפּט־קאָנפֿליקטן, וואָס האָט צעריסן די שטאָט ניו-יאָרק אין 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען דער סיכסוך צווישן די אײַנגעבוירענע און די אימיגראַנטן. די ערשטע גרופּע, אָנגעפֿירט פֿון די אַזוי גערופֿענע "עכטע אַמעריקאַנער", דאָס הייסט, קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, האָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט אויסגעדריקט די מורא קעגן די מיליאָנען קאַטוילישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אין יענע יאָרן פֿאַרפֿלייצט די שטאָט. די "עכטע אַמעריקאַנער" זענען אַרויס מיט אַ שׂינאה-קאָמפּאַניע, וואָס האָט געפֿאָדערט צו מאַכן אַן עק צו דער אימיגראַציע. דער סיכסוך איז אויך געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם פֿילם "ניו-יאָרקער באַנדיטן" (2002), וואָס האָט זייער בולט רעקאָנסטרויִרט די געשעענישן און דעם אויסזען פֿון דער שטאָט אין מיט־19טן יאָרהונדערט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געליטן פֿון אָט דער אַנטי-אימיגראַנטישער קאָמפּאַניע. עפּעס דערפֿון קען מען פֿאַרשטיין פֿון אַ סאַטירישער קאַריקאַטור פֿון פֿרעדעריק באָר אָפּער (1857—1937), אונטער דעם טיטל "אַ רמז צו די העברעערס: ווי זיי מאַכן זיך אומאָפּהענגיק פֿון די וואַרעמבעדער — האָטעלן", וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין 1881. דאָרט זעט מען דעם אויסגעטראַכטן "האָטעל דע דזשערוזאַלעם", וואָס טראָגט זיך בלית-ברירה איבערן וואַסער, מחמת דעם פֿאַרווער אַרײַנצולאָזן די ייִדן אין די שוין עקזיסטירנדיקע וואַרעמבעדער. אין "האָטעל דע דזשערוזאַלעם" מעגן די ייִדן פֿראַנק-און-פֿרײַ מאַכן אַ לעבן, באַקן זיך אויף דער זון, און מיט זייערע שטאָלצע נעזער צו "געניסן" פֿון זייער אָפּגעזונדערטן שטיקל אָרט.
אַן אַנדער סעקציע אויף דער אויסשטעלונג דערציילט די געשיכטע פֿון די יוניאָנס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. דער כּוח פֿון די יוניאָנס האָט זיך געשטאַרקט בפֿרט אין די יאָרן פֿון דער "גרויסער דעפּרעסיע"; זיי האָבן אַ סך געהאָלפֿן בײַם אײַנפֿירן רוזוועלטס "ניו-דיל" פּלאַן. עס ווערט,, למשל געצייכנט צום גוטן דער נאָמען פֿון סידני הילמאַן (1887—1946) — דער באַרימטער ניו-יאָרקער אַרבעטער־פֿירער, וואָס איז פֿריִער געווען טעטיק אין דעם "בונד" אין מיזרח-אייראָפּע, איידער ער האָט געדאַרפֿט אַנטלויפֿן פֿון דאָרטן נאָך דער ערשטער רעוואָלוציע אין 1905.
די רײַכע געשיכטע פֿון די באַקלייד-אינדוסטריע יוניאָנס ווערט דערציילט דאָרט על-רגל-אַחת. ווי אַ בײַשפּיל ווערט אויסגעשטעלט דער פּלאַקאַט אויף ייִדיש פֿון "מאַמעניו" — יוסף רומשיסקיס מוזיק־אַלבאָם לזכר די קרבנות פֿון דעם טרײַענגעל פֿײַער (1911).
די שטאָט ניו-יאָרק האָט אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די יאָרן פֿון דעם קאַמף קעגן דער סעגרעגאַציע צווישן ווײַסע און שוואַרצע. מע האָט, למשל, אין האַרלעם אָרגאַניזירט בענעפֿיטן מיט באַרימטע אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער פּערזענלעכקייטן לטובֿת דעם פֿינאַנצירן די גרויסע פּאַראַדן אין וואַשינגטאָן; און בכלל איז האַרלעם געוואָרן דער טעטיקסטער צענטער פֿון דעם אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער לעבן אין אַמעריקע.
איינער פֿון די הײַנטיקע געזעלשאַפֿטלעכע קאַמפֿן, וואָס ווערט דאָרט אויסגעשטעלט, איז דער קאַמף לטובֿת די וועלאָסיפּעד-פֿאָרסטעזשקעס. די שטאָטישע וועלאָסיפּעדיסטן פֿלעגן אָפֿט פֿאַלן אַ קרבן פֿון אַן אויטאָמאָביל. האָבן די שטיצער פֿון "גרינעם פֿאַרקער", זינט די 1970ער יאָרן, געפֿאָדערט אײַנשטעלן זיכערערע גאַסן פֿאַר אַלעמען דורך דער אויסברייטערונג פֿון די וועלאָסיפּעד-סטעזשקעס. דערצו האָט דער מייאָר קאָטש בעתן זײַן באַזוך אין כינע באַמערקט ווי נוצלעך די וועלאָסיפּעדן קענען זײַן ווי אַ פֿאַרקער-מיטל; און ווי זיי ענדערן ממש פֿון דאָס ניי די שטאָטישע גאַסן. אַ וויכטיקע אָרגאַניזאַציע וואָס איז טעטיק אין דעם תּחום הייסט, "פֿאַרקער ברירות" (Transportation Alternatives), וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיטן אָרגאַניזירן וועלאָסיפּעד-טורן איבער דער שטאָט.
אַ הייסע געזעלשאַפֿטלעכע דעבאַטע האָט זיך ווי באַוווּסט אַנטוויקלט אין 2009 אַרום דעם פּלאַן צו פֿאַרלייגן אַ מוסולמענישן קהילה-צענטער לעבן "גראַונד-זיראָ". וועגן דעם הייסן וויכּוח קען מען זיך דאָרט אויסלערנען אי פֿון די גיפֿטיקע אַנטי-מוסולמענישע פּראָפּאָגאַנדע-מאַטעריאַל, אי פֿון די פּראָ-טאָלעראַנץ־שילדן און פּלאַקאַטן, וואָס די ניו-יאָרקער פֿלעגן מיט זיי דעמאָנסטרירן.
די אויסשטעלונג "אַקטיוויסט ניו-יאָרק" (״Activist New-York״) גייט נאָך אָן. דער אַדרעס פֿון דעם "מוזיי פֿון שטאָט ניו-יאָרק" איז: 1220 וועסט 5טע עוועניו אין מאַנהעטן, טעלעפֿאָן-נומער: 212-534-1672. מער פּרטים געפֿינען זיך אויך אין דעם וועבזײַטל: http://www.mcny.org/exhibitions/current/Activist-New-York.html