געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ייִדן ווערן אײַנגעשוווירן ווי אַמעריקאַנער בירגער, 1950ער יאָרן, ("פֿאָרווערטס"־פֿאָטאָ־אַרכיוו)
ייִדן ווערן אײַנגעשוווירן ווי אַמעריקאַנער בירגער, 1950ער יאָרן, ("פֿאָרווערטס"־פֿאָטאָ־אַרכיוו)
די וועלט טיילט זיך אויף "מיר" און "זיי." "מיר", זײַנען דער "עסטאַבלישמענט," די עטאַבלירטע, אָנגענומענע געזעלשאַפֿט, דאָס געזעמל, דאָס קרײַזל, די חבֿרותא וואָס רעדט און פֿירט כּמעט אַן ענלעך לעבן. "זיי", פּאַסן זיך נישט אַרײַן. "זיי" זײַנען מחוץ הגדר, פֿון דער צווייטער זײַט פּלויט. "זיי" זעען אויס אַנדערש, רעדן אַנדערש, טראַכטן אַנדערש און פֿירן זיך אַנדערש. פֿאַר "זיי" צו ווערן "מיר" מוז מען צופּאַסן זיך, און נישט אַלע "זיי" זײַנען דאָס מסוגל צו טאָן. דער עיקר, דער וואָס האָט זיך נאָך נישט אויסגעקאָכט אינעם שמעלצטאָפּ וואָס רופֿט זיך אַמעריקע, איז נאָך נישט אַ "הינעדיקער" ווי די קאַרפּאַטן־ייִדן פֿלעגן רופֿן די דרויסנדיקע. און אַזוי ווי איך בין געווען אַ דרויסנדיקע, ווייס איך ווי שווער עס איז אָנגעקומען אַרײַנצופּאַסן זיך אין די רייען פֿון דער גייענדיקער פּיעכאָטע.
סאַמע אָנהייב פֿופֿציקער יאָר בין איך אַרײַן אין זיבעטן קלאַס פֿון אַ לאָקאַלער שולע אין דער בראָנקס. אַלע אין דער פֿרי פֿלעגט מען זיך פֿאַרזאַמלען אין אַלגעמיינעם זאַל אָפּצוגעבן די שבֿועה צו דער אַמעריקאַנער פֿאָן, זינגען די קריסטלעכע "גאָטעס־תּפֿילה," און אַזוי ווי כ׳האָב ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען, בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס איז אַמעריקע. די לערערינס האָבן אַלע אויסגעזען ווי צווילינג־שוועסטער. זיי האָבן געמוזט אַרויסקומען פֿון דעם זעלבן קאַטוילישן סעמינאַר ווײַל פֿון זיי האָט געווייעט מיט נאָנעשאַפֿט. זיי האָבן זיך געקליידט אין טונקל געוואַנט וואָס איז געהאָנגען אויף זיי ווי אויף אַ וועשלקע. די אויגן — אויסגעברענטע לאַמטערנס, דאָס פּנים באַשאָטן מיט בראָדעווקעס, מיט אַ מעדאַליאָנטשיק אַרום דעם האַלדז. אונדזערס איז געווען אַ מיידלשע שולע, האָבן אַלע מיידלעך אויסגעזען דראָנגעוואַטע. פֿון פֿאָרנט פּלאַטשיק ווי אַ ברעטל, פֿון הינטן אײַנגעקאָרטשעט. געווען צווישן די סטודענטקעס אויך אַ פּאָר שיינע, זגראַבנע און געשיקטע ייִדישע מיידלעך, אָבער זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס; פֿאַרריסן בײַ זיך און שטאָלץ וואָס זיי זײַנען עכטע אַמעריקאַנער קנאָספּן, און מיר, די "גרינע," האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו זיי. רעדן מיט "גרינע" האָט זיי נישט געפּאַסט, האָבן זיי צו אונדז צוגעשמייכלט ווי צו אַ קראַנק לאָשיקל.
דעם אמת געזאָגט האָט זיך די גרינקייט אויף אונדז שטאַרק אָנגעזען, סײַ לויט דער קליידונג, סײַ לויט דער פֿריזור, שוין אָפּגערעדט פֿון לשון. די מיידלעך האָבן מיך גערופֿן "שוירלי טעמפּל" מיט אַ חוזק־שמייכעלע, צוליב מײַנע לעקעלעך וואָס האָבן זיך געבאָמבלט אויף מײַן קאָפּ ווי אַ קרוין אויף אַ קודלאַטן הונט. ווען די מאַמע פֿלעגט זיך אַוועקשטעלן באַוווּנדערן מײַן קוטשעראַוון (curly) קאָפּ האָר, איז איר צוגעקומען אַ שטיק געזונט:
"אַך, ווי איך האָב דאָס ליב אַ קענדזשע־קאָפּ." דאָס האָט געמיינט אויף לאָדזשער ייִדיש, אַ געקרײַזלטן קאָפּ האָר. דאָס וואָס אין אַמעריקע האָבן דעמאָלט יונגע מיידלעך געטראָגן אויסגעצויגענע דרענגער מיט אַ שרונט אויף דער זײַט, ווי וועראָניקאַ לייק, האָט אויף מײַן מאַמען קיין שום אײַנדרוק נישט געמאַכט. דער עיקר, איר טעכטערל באָדט זיך אין לעקעלעך ווי די גלעקעלעך. איין שיינעם פֿרימאָרגן האָב איך באַשלאָסן, צײַט צו ווערן אַ טייל פֿון דער פּאַנאָראַמע — אַראָפּ מיט די לאָקן. די קאָנספּיראַציע קעגן דער מאַמעס ווילן האָט מיך אָפּגעקאָסט אַ שטיק געזונט, אָבער די לאָקן האָבן געמוזט גיין. איך האָב זיך אײַנגערעדט אַז ווי נאָר איך וועל זיי אָפּשערן וועל איך ווערן אַן עכטע אַמעריקאַנערין און קיינער וועט אַפֿילו זיך נישט כאַפּן, אַז איך בין אַמאָל געווען אַ גרינע. האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז איך האָב געהאַט אַ חבֿרטאָרין אין ברוקלין, פֿרידע גייער האָט זי געהייסן. אויך אַ גרינע ווי איך, נאָר מיט איין אונטערשייד. זי האָט אַמאָל ריזיקירט, אַרײַן אין אַ פֿריזורע און זיך אָפּגעשוירן די צוויי שוואַרצע לאַנגע צעפּ. מיר מיידלעך, האָבן אַלע באַוווּנדערט איר מוט. בין איך אַוועק אַזש קיין ברוקלין, אין זעלבן "ביוטי־פּאַרלאָר" און געהייסן זיך אָפּהאַקן די לאָקן. די שערערין האָט קאַלטבלוטיק געהאַקט מײַנע לאָקן ווי מ׳האַקט שפּענער, און זיי זײַנען געפֿאַלן אויף דר׳ערד ווי צאַפּלדיקע וועזנס בײַ וועמען מ׳האָט אָקאָרשט אָפּגעהאַקט דעם אָטעם. איך בין געזעסן אַ פּריטשמעליעטע. מיט אַ מאָל איז מיך באַפֿאַלן אַ מעלאַנכאָליע. אפֿשר איז די מאַמע פֿאָרט געווען גערעכט. אפֿשר האָבן די לאָקן טאַקע באַשײַנט מײַן קליין פּנימל. איך האָב זיך נישט דערקענט, אַ נײַער אויסזען. די נאָז — צו ברייטלעך, די אויגן־אַפּלען — מיד און מאַט, האָבן ווי כוואַליעס פֿאַרדעקט מײַנע וויִעס. דער שטערן — צו הויך און דער האַלדז — צו שמאָל. דער שרונט בײַ דער זײַט איז געווען אַ פּאַס וואָס האָט אָנגעזאָגט דער וועלט — נאַט! קוקט! דאָס מיידל איז אַ פֿאַרזעעניש! איך האָב באַלד חרטה געקראָגן אויפֿן מוטיקן שריט. אָבער ס׳איז געווען פֿאַרפֿאַלן. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מאַמע איז אַרויס פֿון די כּלים מיט דער מינוט וואָס זי האָט מיך דערזען. די הויט אויף מיר איז מיט אַ מאָל געוואָרן גערונצלט ווי אַ פֿלוים. זי האָט גענומען שיסן מיט רייד:
"נו אַוודאי, די חבֿרטאָרינס דײַנע. נישט געקענט פֿאַרנעמען, אַז דו ביסט שענער פֿון זיי."
מיר זײַנען געווען פֿינף חבֿרטעס, דרײַ אין דער בראָנקס און צוויי אין ברוקלין. מיר האָבן זיך געהאַלטן אין איינעם נישט ווײַל מיר זײַנען געווען צוגעפּאַסט איינע צו דער אַנדערער, נאָר ווײַל מיר זײַנען געווען מלחמה־קינדער; האָבן גערעדט דאָס זעלבע לשון, פֿאַרשטאַנען זיך אויפֿן וווּנק און זיך געפֿילט פֿאַרלוירן אין דעם פֿרעמדן אַמעריקע. די וועלט אַרום איז נישט געווען צו פֿרײַנדלעך, האָבן מיר זיך געכאָוועט אויף פֿילמען און טעלעוויזיע. עס האָבן דעמאָלט דאָמינירט אַ חבֿרה יונגוואַרג אויפֿן האָליוווּדער עקראַן. צווישן זיי מיקי רוני און דזשודי גאַרלאַנד, עליזאַבעט טיילאָר און דזשיין פּאַועל. זיי זײַנען געווען אונדזערע העלדן. פֿאַרן זעלבן געלט האָט מען געקאָנט אויסזיצן צוויי פֿילמען. דער צווייטער פֿילם האָט אַלע מאָל געהאַט צו טאָן מיט "קאַובויס" און "אינדיענס," וווּ מ׳האָט געהאַלטן אין איין שיסן און קנאַלן. אויף טעלעוויזיע האָט דעמאָלט געקיניגט "אײַ־לאַוו־לוסי," און "ליבעראַטשי," דער פֿראַנטישער, אויסגעפֿיאָקעוועטער, פּיאַניסט מיטן יאָלדישן שמייכל. מײַן מאַמע איז געווען אַנטציקט פֿונעם אויסגעפּוצטן פֿאַרווײַלער. ער איז געווען אַן אויסטערלישער פּאַרשוין, אַלע מאָל זיך באַוויזן אין אַ טײַערן פֿוטערנעם מאַנטל, באַהאָנגען מיט גאָלד און בריליאַנטן. זײַן פּיאַנע איז געווען באַצירט מיט אַן אָנגעצונדענער קאַנדעלאַברע און אויף דער פּיאַנע אַ פּאָרטרעט פֿון זײַן מאַמען. מײַן מאַמע האָט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען:
"זעסט, מירעשי, דאָס הייסט אַ געטרײַער זון. ער גרויסט זיך מיט זײַן מאַמען און גיט איר אָפּ כּבֿוד." איך האָב זיך געפֿילט שולדיק. נאָך אַלעמען, איך האָב זיך דאָך אָפּגעשוירן די לאָקן.
אין "הײַסקול" האָב איך זיך באַקענט מיט אַן אַמעריקאַנער בחור. ער איז מסתּמא געווען נישט מער ווי זעכצן אָדער זיבעצן. ס׳גייען אַוועק אַ פּאָר חדשים און ער לאָזט מיר וויסן, אַז ער וואַרפֿט אַוועק דאָס לערנען און גייט זיך אַרומשלײַערן. איך האָב אויפֿגעציטערט. ווי קען מען אַוועקוואַרפֿן אַזאַ פּריווילעגיע. זיכער האָט "מאָריס־הײַסקול" נישט געהאַט קיין גוטן שם. די גימנאַזיע האָט זיך געפֿונען אין אַ שלעכטער געגנט, ס׳רובֿ סטודענטן זײַנען באַשטאַנען פֿון נעגער, פּאָרטאָריקאַנער און "רעפֿיודזשי"־קינדער ווי איך. די לערער האָבן זיך צוגעפֿוילט צו לערנען. זיי האָבן אָנגעקוקט דעם עלעמענט און ס׳איז זיי פֿאַרגאַנגען דער אַפּעטיט פֿון לערערײַ. ווי ס׳זאָל נאָר נישט זײַן, צוזאַמען מיט מיר האָט זיך געלערנט דער צוקונפֿטיקער גענעראַל קאָלען פּאַועל, איינער פֿון די מיליטערישע מומחים אין דער "גאָלף־מלחמה."
ווען איך האָב דערהערט, אַז בילי וואַרפֿט אַוועק דאָס לערנען האָב איך עס אים נישט געקענט שענקען:
"ס׳הייסט!" — האָב איך געטענהט — "ווי נעמט מען און מ׳וואַרפֿט אַוועק בילדונג?" און ווי אַ צוגאָב האָב איך אָפּגעהאַקט אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט. דער בחור האָט זיך אָנגעצונדן ווי אַ צוויקל. דאָס פּנים באַגאָסן מיט אַ קאַלטן שווייס, די אויגן מיט בלוט, האָט ער זיך נישט געקאָנט באַהערשן און אַרויסגעפּלאַפּלט:
"אויב אַזוי וועל איך דיך מוזן שיסן. קיינער זאָגט מיר נישט קיין דעות!"
איך געדענק, אַז איך האָב זיך גוט דערשראָקן פֿון זײַנע רייד, און באַלד אַוועק צום "גײַדס קאַונסעלאָר" (בעל־עצהטע) אין שול. יענע האָט מיר געראַטן:
"אַזוי ווי איר דרײַ מיידלעך קומט אין שול אין איינעם מיטן אויטאָבוס, זאָל איינע דיך היטן פֿון פֿאָרנט, די צווייטע פֿון הינטן."
יעדן פֿרימאָרגן האָט מיך באַגלייט מײַן חבֿרטע באַשקע פֿון איין זײַט און פֿייגעלע פֿון דער צווייטער. און אַזוי האָבן מיר זאַלבע דריט מאַרשירט צוזאַמען צום אויטאָבוס, און די שרעק אין האַרצן האָט נישט אָפּגעלאָזט. ווער ווייסט, אפֿשר לויערט ער צווישן די קוסטעס, אפֿשר טשאַטעוועט ער הינטער אַ ליקע, אפֿשר צילעוועט ער אָן זײַן רעוואָלווער און קנאַלט מיר אַרײַן אַ קויל אין קאָפּ. עס זײַנען אַוועק אַ פּאָר לאַנגע וואָכן ביז דער עפּיזאָד האָט זיך אײַנגעשטילט. אַ מזל וואָס געווער איז נישט געווען בנימצא און די שרעק פֿאַר אויטאָריטעט איז געווען גרויס.
הײַנט, ווען עס שרײַען אַראָפּ די קעפּלעך פֿון די טעגלעכע צײַטונגען, וועגן יונגוואַרג וואָס שיסט און ממיתט, מאַכט אומגליקלעך אומשולדיקע קרבנות, לערער, און טאַטע־מאַמעס, קען מען וואַרפֿן די שולד וווּ עס לאָזט זיך. דער עיקר, מיט דער מינוט וואָס די יוגנט האָט דערשפּירט דעם פּולס פֿון הפֿקרות אין דער היים צי אין גאַס, אויפֿן עקראַן צי אין דער מוזיק, אויף טעלעוויזיע צי אויף דער אינטערנעץ, זײַנען זיי אַראָפּ פֿון דער קייט און ווילדעווען, אַז עס קערט זיך איבער דער מוח. נישט אַנדערש ווי יוגנט נייטיקט זיך נישט אַזוי אין דער שטרענגער השגחה אָדער האַרטער פֿויסט, ווי אין אַן אידעאָלאָגיע, אין אַ זינען אין לעבן, אין זײַן נוצלעך. וווּ נעמט מען אָבער אַן אידעאָלאָגיע ווען אַלע אידעאָלאָגיעס זײַנען שוין אויסגעשפּילט און דער איינציקער ציל אין לעבן איז די קאַסע.