כּל־זמן ישׂראל און אַמעריקע זוכן ווייטיקלעך אַ פּשרה, ווי אַזוי צו באַוואָרענען די פּאַלעסטינער מיט אַן אייגענער מלוכה (דערבײַ זאָלן אויך די שעפּסן בלײַבן גאַנץ און די וועלף — זאַט); זוכט רוסלאַנד אַ וועג אַרײַנצושטעלן אַ פֿוס אין דער נאָך נישט געשאַפֿענער פּאַלעסטינער מלוכה (לויט אַן אַנדער ווערטל: פֿון אַ חזיר אַ האָר). צוליב דעם לאָזט מאָסקווע אין גאַנג אירע שוין אויסגעפּרוּווטע מיטלען (אויסגעפּרוּווט נאָך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) צו דערנענטערן צו זיך די פּאַלעסטינער, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער טראַדיציאָנעלער פֿרײַנדשאַפֿט מיט די אַראַבישע ברידער.
אַזוי, למשל, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער מאָסקווע אַ צונויפֿקומעניש צווישן די פֿירער פֿון פֿאַרשידענע פּאַלעסטינער גרופּירונגען, אָרגאַניזירט כּלומרשט דורכן אינסטיטוט פֿון מיזרח־פֿאָרשונגען בײַ דער רוסלענדישער אַקאַדעמיע. אמת, אין דער דאָזיקער טרעפֿונג האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די מיטאַרבעטער פֿון אויסערן־מיניסטעריום, אָבער דאָס זײַנען שוין קלייניקייטן. דער הויפּט־ציל איז דאָך געווען אַרויסצוהעלפֿן רויִק, אָן אַ דראַנג פֿון דרויסן, צו פֿאַרפֿעסטיקן דעם "דערפֿאָלג", וואָס איז דערגרייכט געוואָרן אין קאַיִר צווישן די צוויי גרעסטע פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס — "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס".
די פֿאָרשטייער פֿון "כאַמאַס" זײַנען שוין לאַנגע אַרײַנגייער אין די הויכע רוסלענדישע טירן; זייער באָס, כאַליד מאַשאַל האָט זיך אַפֿילו פֿאַראַיאָרן, אין מײַ־חודש, געטראָפֿן מיטן פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו. ווער זשע זײַנען געווען די געסט לעצטנס אונטער מאָסקווע, חוץ די באַקאַנטע "כאַמאַס"־טוער? פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָלקס־פֿראָנט צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינע", "דעמאָקראַטישער פֿראָנט צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינע", דעלעגאַטן פֿון "אַש־שאַאַב" — די געוועזענע קאָמוניסטישע פּאַרטיי פֿון פּאַלעסטינע, "פּאַלעסטינער נאַציאָנאַלע איניציאַטיוו"...
הגם דאָס אויסערן־מיניסטעריום, ווי געזאָגט, איז נישט געווען צווישן די שותּפֿים פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, האָט דער אויסערן־מיניסטער, סערגיי לאַווראָוו, געהאַלטן פֿאַר נייטיק אויפֿצונעמען אייניקע געסט, פֿאַרשטייט זיך לויט זייער ביטע. מיט גאַסטפֿרײַנדלעכקייט שמט דאָך רוסלאַנד זינט קדמונים, בפֿרט אַזעלכע פֿײַנע געסט! שפּעטער האָט דער מיניסטער דערקלערט, אַז די פּאַלעסטינער פֿירער האָט זיך אײַנגעגעבן צווישן זיך צונויפֿרעדן און דורכצופֿירן צוזאַמען די מוניציפּאַלע וואַלן אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין עזה אין אָקטאָבער. מער פּרטים האָט לאַווראָוו נישט אַרויסגעבראַכט אויף אַ קול.
צי האָט טאַקע די שיינע נאַטור אונטער מאָסקווע און פֿרישע לופֿט געווירקט צום גוטן אויף די "כאַמאַס"־פֿירער איז געבליבן נישט קלאָר; יעדנפֿאַלס, איינער אַ הויכגעשטעלטער טשינאָווניק אינעם אויסערן־מיניסטעריום, סערגיי ווערשינין, האָט געזאָגט, אַז "כאַמאַס" איז גרייט זיך אָפּצוזאָגן פֿון זײַן הויפּט־לאָזונג פֿון פּראָקלאַמירן אַן איסלאַמישע מלוכה אויפֿן גאַנצן שטח פֿון דער אָקופּירטער פּאַלעסטינע, אײַנגעשלאָסן יהודה און שומרון, עזה און... ישׂראל; איצט איז "כאַמאַס" גרייט צו אַ פּשרה, דהײַנו: שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה אין די גרענעצן פֿון יאָר 1967. גאָר אַן היפּוכדיקע דערקלערונג האָט געמאַכט מוסאַ אַבו מאַרזוק, אַן אַקטיווער טעראָריסט, וואָס האָט זיך אויך באַטייליקט אין דער צונויפֿקומעניש. ער האָט בפֿירוש באַשטעטיקט די פֿריִערדיקע שטעלע פֿון די עקסטרעמע פּאַלעסטינער כּוחות, אַז "דאָס אָנערקענען ישׂראל איז פֿון אָנהייב אָן געווען אַ היסטאָרישער פֿעלער".
ווי עס זאָל נישט זײַן, האַלט דער רוסלענדישער אויסערן־מיניסטער, אַז "כאַמאַס" מוז זיך באַטייליקן אין דער קומענדיקער רעגירונג. "אַזאַ באַטייליקונג, — דערקלערט ער, — וועט דערמעגלעכן צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלן אַחדות צווישן די פּאַלעסטינער און העלפֿן צו פֿירן מיט ישׂראל פּראָדוקטיווע פֿאַרהאַנדלונגען..." אַז ישׂראל איז נישט מסכּים צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַזאַ "פֿאַראייניקטער רעגירונג", איז שוין נישט וויכטיק, אַבי מאַכן אַן אײַנדרוק, אַז רוסלאַנד האָט שוין אַלץ דערליידיקט, כּל־זמן באַראַק אָבאַמאַ און בנימין נתניהו אַמפּערן זיך דאָרט אין וואַשינגטאָן.