פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

דער מאַמעס מעשׂהלע, דעם טאַטנס ניגון —

מײַן צוגעטיילטע, ערלעכע ירושה —

זיי קומען מיר אַ טרער אַראָפּצושיקן.

אין ביטערע מינוטן, אין דער פֿינצטער —

ווער קומט מײַן פּײַן מיר שטילן און פֿאַרוויגן?

דער מאַמעס מעשׂהלע, דעם טאַטנס ניגון —

מ. מ. שאַפֿיר "דער מאַמעס מעשׂהלע, דעם טאַטנס ניגון"

אַז דער מאָנטרעאָלער פּאָעט מ. מ. שאַפֿיר (1909 — 1988) האָט געשריבן אין אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל, האָבן אַלע קריטיקערס מסכּים געווען. און מיטן געדאַנק, אַז די שורות זײַנע האָבן אָפּגעשפּיגלט אַ דיכטערישן טאַלאַנט, דער עיקר, צוליב זײַן לשון, האָבן אויך אַלע אײַנגעשטימט. שאַפֿיר האָט ליב געהאַט אַרײַנצופֿלעכטן פֿאָלקלאָר אין זײַנע לידער, און אין געוויסע בענדער צוגעבן טעקטסן פֿון פֿאָלקלאָר וואָס ער האָט געדענקט פֿון זײַן יוגנט, אַ מאָל בײַם אָנהייב, אַ מאָל צום סוף.

למשל, אין דער זאַמלונג זײַנער "טראָפּנס טרייסט אין דער בידע", 1985, נעמט ער אַרײַן 42 דערציילונגען אין אַ געזעמל וואָס הייסט, "פֿון מײַן מאַמעס מעשׂהלעך" — וויצן, משלים און פֿאָלקס־מעשׂיות. שאַפֿיר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ גוטע "סחורה", עכט ייִדישער פֿאָלקלאָר, וואָס ס'וואָלט געווען שווער איבערצוגעבן אין אַן אַנדער לשון, און אַוודאי שווער צו געבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר אַן אַנדער פאָלק. למשל:

"אַ ייִנגעלע איז אַ מאָל געשטאַנען ראש־השנה נאָכן דאַווענען פֿאַר דער שיל, און געהערט, ווי דער שוחט ווינטשט איינעם: 'לשנה־טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו לאלתּר לחיים" — האָט עס דאָס ייִנגעלע נישט געקענט נאָכזאָגן — האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט פֿאַר דער שיל און אַלעמען געוווּנטשן: 'לאָז זײַן ווי דער שוחט זאָגט... לאָז זײַן ווי דער שוחט זאָגט..."

אַנדערע מעשׂהלעך שטעלן דעם טראָפּ פֿון זייער הומאָר אין ווערטערשפּילן — "געקומען אַ מאָל אַ ייִדענע צום רבֿ, זיך באַקלאָגן אויף איר מאַן: 'ער מיסחרט אין אַ דערבײַיִקער שטאָט, און ער שיקט מיר גאָרנישט אויף חיונה פֿאַר מיר מיט די קינדער.’ האָט דער רבֿ געשיקט אַ שליח און באַפֿוילן דעם ייִדן, אַז ער וויל אים זען. אַז דער ייִד איז געקומען, פֿרעגט אים דער רבֿ: 'סטײַטש, אַזוי פֿירט זיך אַ ייִד?’ זאָגט ער: 'רבי, איך שווער אײַך, אַז איך שיכּור און שיכּור און זי שרײַט, אַז איך שיק איר נישט...’" ("טראָפּנס טרייסט אין דער בידע", 1987, ז׳ 78)

וועגן דעם פֿאָלקס־לץ, "חוזק", האָט זײַן מאַמע דערציילט אַזאַ וויץ: "מ׳האָט אַ מאָל חוזקן געשיקט נאָך הייוון פֿאַרן פּורים־קוילעטש. האָט ער זיך געזאַמט און געזאַמט — און איז געגעבן אַ פֿאַל אַרײַן צום ערשטן סדר און געגעבן אַ וואָרף די הייוון אויפֿן טיש: "אוי, פֿון אײַלעניש קומט קיין גוטס נישט אַרויס!".

מ. מ. שאַפֿיר האָט געשטאַמט פֿון שאָץ, אַ חסידישע שטאָט, און איידער ער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון רומעניע אין די סוף 1920ער יאָרן, האָט ער פֿאַרצייכנט און פֿאַרשריבן פֿאָלקלאָר סײַ פֿון די טאַטע־מאַמע און משפּחה, סײַ פֿון אַנדערע פֿאָלקסטיפּן. דאָס ווײַטערדיקע טשיקאַווע מעשׂהלע, וואָס ווערט דאָ שטאַרק געקירצט און באַאַרבעט, האָט ער געהערט פֿונעם שמשׂ, הערשל, אין דער סאַדאַגערער שיל.

"אינעם בעל־שמס צײַטן איז געווען אַן אָרעמע ייִדענע, וואָס האָט געהאַט אַ טײַערן זון. דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען חסידות איז נאָך נישט געווען אָנגענומען אַזוי פֿאַרשפּרייט, און אָפֿט האָבן די חסידים געליטן צרות פֿון אַנדערע ייִדן. דער זון איז געפֿאָרן מיט צוויי חבֿרים אויף אַ יריד, און דאָרטן זיך באַקאַנט מיט חסידים און 'דאָס התנהגות זייערס איז אים זייער געפֿעלן געוואָרן’ און ער איז געבליבן. אָבער די צוויי חבֿרים האָבן מורא געהאַט צו דערציילן דעם זונס מאַמע, אַז ער איז געוואָרן אַ חסיד, ווײַל מע האָט געהאַלטן דעמאָלט, אַז ס׳איז אַפֿילו ערגער פֿון שמד. האָבן זיי געטראַכט — שוין בעסער איר זאָגן, אַז ער איז דערהרגעט געוואָרן פֿון רוצחים אויפֿן וועג. די מאַמע האָט שטאַרק געקלאָגט און נאָך דער שיבֿעה, האָבן די צוויי חבֿרים איר דערציילט דעם אמת, אַז 'ער איז אַריבער צו דער כּתּ.’ [חסידות]

ווען זי האָט דאָס דערהערט, האָט זי געוויינט און געקלאָגט נאָך מער, "הלוואי וואָלטן אים שוין בעסער די רוצחים געווען דערהרגעט, איידער אַזאַ חרפּה!" און זי איז געזעסן שיבֿעה אויף ס׳נײַ. אויף דעם זאָגט רש״י: השׂינאה מקלקלת את שורה... די שׂינאה מאַכט קאַליע דעם (נאָרמאַלן) גאַנג פֿון דער וועלט. (פֿונעם בוך "אַ רגע רו געפֿינען" זײַט 109)

שאַפֿיר האָט זיך פֿאַרליבט, ווי אַ סך בוקעווינער שרײַבער, אין דער לאַנדשאַפֿט פֿון בוקעווינע און אינעם רומענישן פֿאָלקלאָר. ער האָט פֿאַר אונדז אין דער היים פֿאָרגעזונגען מיט זײַן שיין, אָבער דין קולכל, אַ דוינע, וואָס ער האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַ טרויעריקער רומענישער דוינע־מעלאָדיע.

שטייט אין טאָל אַן אַלטע מיל,

וויין איך דאָרטן אין דער שטיל

שטייען דאָרטן ווערבעס צוויי,

וויין איך אויס מײַן האַרץ פֿאַר זיי.

ערגעץ ווײַט, אין שניי און קעלט,

ערגעץ ווייס איך וווּ, עק וועלט,

ערגעץ ווײַט, אין קעלט און שניי

איז געפֿאַלן מײַן אַנדריי.


האָט זײַן האַרץ זיך אָפּגעשטעלט

ערגעץ אויף אַ וויסטן פֿעלד,

ערגעץ ווײַט, אין קעלט און שניי —

אוי, ס׳איז ווינד מיר, אויס, ס׳איז וויי.

("בײַ דער חלום־מולטער") 1983 זײַט 72, די מעלאָדיע זײַט 73.

בײַם אָנהייב פֿונעם זעלבן ביכל, טוט שאַפֿיר עפּעס אַזוינס, וואָס ס׳איז אַ נײַעס אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק — ער גיט איבער אַ מעשׂהלע פֿון ר׳ אלימלך מליזענסק מיט דער "מעלאָדיע" פֿונעם דערציילער, זײַן פֿעטער יאַנקל שטאַמלער, שמשׂ בײַם רבין ר׳ משהלע האַגער פֿון שאָץ, בוקעווינע. פֿאַרן חורבן האָט דער פֿאָלקלאָריסט שמואל לעהמאַן געזאַמלט "פֿאָלקס־מעשׂהלעך און אַנעקדאָטן מיט ניגונים" (מע רופֿט דאָס אויך "קאַנט־פֿאַבל"; דבֿ נוי און מאיר נוי האָבן וועגן דעם געשריבן), אָבער "קאַנט־פֿאַבל" זענען לידלעך אַרײַנגעפֿלאָכטן אין מיטן פֿון אַ מעשׂה, נישט דער דערציילערישער ניגון פֿון דער מעשׂה גופֿא. הלוואי וואָלטן מיר געהאַט נאָך אַזוינע מוסטערן, ווי אַזוי מע דערציילט אַ מעשׂה אָדער אַ וויץ אויף ייִדיש.

ווען מע לייענט מ. מ. שאַפֿירס 18 ביכער פּאָעזיע מיט אַ פֿאָלקלאָרישן אויג, האָט מען גרויס הנאה, און עס קומט אים אַ גרעסערע לייענערשאַפֿט צוליב זײַנע אויפֿטוען אויף דעם פֿעלד.