- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין אַרום אַ יאָר צענדליק, וואָס אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון שטאָט ניו־יאָרק, טרעפֿט זיך יעדן חודש אַן אומגעוויינטלעכע גרופּע מענטשן, כּדי זיך אַראָפּצורעדן פֿונעם האַרצן מכּוח זייערע פּאָליטישע און פּערזענלעכע פּראָבלעמען. זיי זעצן זיך אויס — ישראלים, פּאַלעסטינער, אַמעריקאַנער יִידן, אַמעריקאַנער קריסטן, מוסולמענער פֿון מיטל אַזיע, אַראַבער — און ברענגען אַרויס זייערע איבערלעבונגען, זייערע האָפֿענונגען און שוועריקייטן, זייער אַנאַליז פֿון פּאָליטישע און געשיכטלעכע געשעענישן, ווי אויך אַנדערע, טעמעס ווי די צײַט דערמעגלעכט. דאָס אַלץ געשעט בשעת די באַטייליקטע באַמיִען זיך, ווי ווײַט מעגלעך, צו שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון פֿאַרשטאַנד און מיט אַ שטרעבונג זיך צו לערנען איינער פֿונעם אַנדערן. די אָרגאַניזאַציע וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, הייסט "דער דיאַלאָג-פּראָיעקט", און דער מוח און די אָנפֿירערין פֿון דעם איז מאַרשאַ קאַנאַרי, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון ברוקלין. זי זאָגט אַז נאָכן וווינען אין ישׂראל און אַנדערע מקומות, האָט זי באַשלאָסן זיך צוריקבאַזעצן אין ברוקלין, וווּ ס’רוב אירע געשטאָרבענע קרובֿים זענען באַגראָבן, און זי דעפֿינירט זיך הײַנט צו טאָג פּשוט ווי "אַ ברוקלינערין". באַטראַכטנדיק אירע איבערלעבונגען אין ישׂראל און פֿאַרשטייענדיק, אַז דער נאַציאָנאַלער סיכסוך דאָרט איז נאָך ווײַט פֿון אַ סוף, האָט זי זיך מיישבֿ געווען, אַז מע דאַרף כאָטש עפּעס טאָן, כּדי צו פֿאַרמינערן די שׂינאה צווישן די צוויי פֿעלקער. ביידע צדדים האַלטן דעם זעלבן קליינעם שטח פֿאַר זייער "היימלאַנד". בשעת די געשעענישן אין מיטעלן־מיזרח הערן ניט אויף צו פֿאַרחידושן און צעטרייסלען די וועלט טרעפֿן זיך אַזעלכע "דיאַלאָג־גרופּעס" און פּראָבירן זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם פּראָצעס דורך אַרויסזאָגן דווקא אַן אייגענע מיינונג (זיי רופֿן עס דאָרט "רעדן פֿונעם איך"). דאָס איז איינער פֿון די וויכטיקסטע כּללים אינעם דיאַלאָג: מע מוז וואָס מער רעדן וועגן דער אייגענער פּערזענלעכער שטימונג און געפֿיל און וואָס ווייניקער פֿונעם כּלל, זאָל עס זײַן אַ נאַציאָנאַלע גרופּע, אַ שבֿט, אָדער די משפּחה — דער דאָזיקער כּלל בײַט זיך ניט. פֿאַר געוויסע מענטשן ברענגט עס שוועריקייטן, ספּעציעל פֿאַר די, וואָס זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין זייער נאַציאָנאַלן קאַמף, ווי די פּאַלעסטינער זענען הײַנט צו טאָג. ווי אויך דער פֿאַקט, אַז עקסטרעמע אינדיווידואַליזירונג איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די "שפּעט"־קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿטן, ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַן עקסטרעמער סאָציאַל־עקאָנאָמישער פּריוואַטיזאַציע. עס איז ניט לײַכטער פֿאַר אַזעלכע, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אונטער אַנדערע סאָציאַלע באַדינגונגען און אין ניט מערבֿדיקע לענדער. בכל־אופֿן, איז דאָס נאָך אַ באַווײַז פֿון דעם אמתדיקן געמיש פֿון קוקווינקלען און פּאַרשוינען וואָס זאַמלען זיך צונויף דאָרטן. איך אַליין (אַני־הקטן) נעם אָנטייל שוין אַ פּאָר חדשים אין דער מאַנהעטנער דיאַלאָג־גרופּע און קען עדות זאָגן, אַז בײַם אָנהייב איז מיר ניט געווען אַזוי לײַכט. פֿאַר אַ ישׂראלי, וואָס איז דערצויגן געוואָרן מיט דעם ייִדישן נאַראַטיוו, איז ניט תּמיד גרינג און פּשוט זיך צוצוהערן צו דעם נאַראַטיוו פֿונעם אַנדערן, דאָס הייסט, דעם פּאַלעסטינישן צד. אָבער איך זאָג זיך תּמיד, אַז עס קאָסט גאָרניט צו הערן און פֿאַרשטיין דעם שטאַנדפּונקט פֿונעם אַנדערן, הגם מע דאַרף ניט מסכּים זײַן מיט יעדן וואָרט; כּל־זמן מע לאָזט מיר פֿרײַ אַרויסזאָגן מײַן אייגענע מיינונג באַזירט אויף דעם עלעמענטאַרן כּלל פֿון דער דעמאָקראַטישער סיסטעם: פֿרײַהײַט פֿון אויסדרוק. בין איך שוין אַ סך מער צוגעוווינט צו דעם גאַנצן ענין און איך לאָז מײַן קול הערן מכּוח כּמעט יעדער דיסקוסיע־טעמע און איך קום אַרויס אַ צופֿרידענער נאָך יעדער טרעפֿונג אונדזערער. פֿונדעסטוועגן, מעג מען זיך פֿרעגן אָדער קריטיקירן אַפֿילו דעם ענין פֿון איבערגאַנג — פֿון דיבורים צו מעשׂים און דער פּראַקטישקייט פֿון אַזעלכע טרעפֿונגען. למשל, ווי אַזוי גייט מען אַריבער פֿון דעם רעדן פֿון יחידים צו באַײַנפֿלוסן אַ מאַסע מענטשן, וואָס זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט זוכן די וועגן צום שלום, אַנשטאָט שטיצן בלינדערהייט די גענעראַלן פֿון מלחמה? עס רעדט זיך וועגן אַ ניט־לײַכטער זאַך בכלל. און דערצו, ווי אַזוי גייט מען פּראַקטיש אַריבער פֿון סתּם רעדן (זאָל עס זײַן צווישן יחידים אָדער צווישן גרעסערע גרופּעס) צו ממש יסודותדיקע מעשׂים. אַזעלכע פֿראַגעס, דאַרף מען מודה זײַן, בלײַבן צום מערסטנס אָפֿן אָדער, לכל־הפּחות, האַלב געבאַקן, לויט מײַן מיינונג. סע ווענדט זיך אפֿשר פֿון דעם, צי מען גלייבט טאַקע אין דער נײַ־אַלטער לינקער פֿראַזע, אַז דער פּערזענלעכער קען מען ניט אָפּטיילן פֿונעם פּאָליטישן (The personal is the political). פֿאַר מער פּרטים וועגן "דעם דיאַלאָג פּראָיעקט", גיט אַ קוועטש אויף זייער וועבזײַטל: http://www.thedialogueproject.org |