די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה — "במדבר". די נעמען פֿון יעדן גרויסן תּורה־טייל, אַזוי ווי די נעמען פֿון די באַזונדערע פּרשיות, ווײַזן אָן אויף דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו, וואָס ווערט אין זיי באַהאַנדלט.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן פֿאָרגעזעצט די פּרטימדיקע חשבונות פֿון די ייִדישע שבֿטים און משפּחות, צוליב וועלכע דער גאַנצער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר פּקודים" — אַ ספֿר פֿון חשבונות. "נשׂא את ראש בני גרשון" — דער אייבערשטער האָבן געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די אייניקלעך פֿון גרשון — דער עלטסטער זון פֿון לוי. דערנאָך ווערן איבערגעציילט די אייניקלעך פֿון לויס אַנדערע צוויי זין — קהת און מררי.
ווען די ייִדן האָבן געוואַנדערט אינעם מידבר, האָבן די לויים געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער טראַנספּאָרטאַציע פֿונעם הייליקן מישכּן. די אייניקלעך פֿון גרשון האָבן געטראָגן די לעדערנע ווענט און פֿאָרהאַנגען פֿונעם מישכּן, ווי אויך דעם מזבח; די אייניקלעך פֿון מררי האָבן געטראָגן די ברעטער, זײַלן און אַנדערע פֿאַרבינדונג־טיילן, אויף וועלכע עס האָט זיך געהאַלטן דער גאַנצער הייליקער בנין; און די בני־קהת, צו וועלכע עס האָט געהערט משה רבינו אַליין, האָבן געטראָגן אויף זייערע פּלייצעס די הייליקסטע טיילן פֿון מישכּן, אַרײַנגערעכנט דעם אָרון־הברית מיט די צוויי לוחות, די גאָלדענע מנורה און דעם אינערלעכן גאָלדענעם מזבח פֿאַרן קטורת.
ווײַטער גייט אין דער פּרשה אַ רייד וועגן דער סוטה — אַ פֿרוי, וואָס ווערט ערנסט פֿאַרדעכטיקט, אין געוויסע פֿאַלן, אין אומגעטרײַשאַפֿט צו איר מאַן. אין די אוראַלטע צײַטן, אויב זי האָט נישט געוואָלט זיך גטן, וואָלט זי געקאָנט פֿרײַוויליק אויסגעפּרוּווט ווערן דורך אַ ספּעציעלן ריטואַל, טרינקענדיק אַ ספּעציעלן געטראַנק, צוגעגרייט דורך אַ כּהן. אויב זי האָט נישט געזינדיקט מיט אַן אַנדער מאַן, וואָלט דער ריטואַל געדינט ווי אַ ברכה צו האָבן געזונטע קינדער און אַריכות־ימים. אָבער, אויב זי האָט יאָ געזינדיקט, וואָלט זי געשטאָבן אויפֿן אָרט.
ווי אַ טייל פֿונעם ריטואַל, האָט מען געדאַרפֿט אויסמעקן אינעם ביטערן געטראַנק דעם הייליקן שם־השם, אָנגעשריבן אויף אַ פּאַרמעט. געוויינטלעך, וואָלט אַזאַ אַקט פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ גרויסער עבֿירה; מע טאָר נישט צעשעדיקן די הייליקע נעמען פֿונעם אייבערשטן. אין דעם פֿאַל, אָבער, ווערט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיצווה; דער אייבערשטער איז, כּבֿיכול, מוותּר אויף זײַן אייגענעם כּבֿוד, כּדי שלום צו מאַכן צווישן אַ מאַן און אַ ווײַב.
דער אַנדערער אינטערעסאַנטער מאָמענט איז די פּאַראַדאָקסישע נאַטור פֿונעם גאַנצן סוטה־ענין. די צווייפֿלהאַפֿטיקע אויפֿפֿירונג פֿון אַ פֿרוי אָדער די אייפֿערזיכטיקייט פֿון אַ מאַן איז גורם אַ מעשׂה, וואָס וואָלט אין אַן אַנדער סיטואַציע געווען אַן עבֿירה. מע מעקט אויס דעם אייבערשטנס נאָמען, כּדי דורכצופֿירן אַ ריטואַל, וואָס שרעקט, אָבער שטעלט דעם ציל צו ראַטעווען דעם שלום־בית צווישן אַ פּאָרפֿאָלק.
ווײַטער, ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה דערציילט וועגן דעם נזירות — אַן אַנדער אומגעוויינטלעכער ענין. אַ נזיר איז אַ מענטש, וועלכער זאָגט זיך אָפּ פֿון טרינקען ווײַן, צו שערן די האָר און אָנצורירן די טויטע. הגם דער ענין פֿון נזירות איז, אין פּרינציפּ, אַ מיצווה־דאורײַתא, דערקלערן די חז״ל, אַז ס׳איז נישט ריכטיק זיך אַזוי צו פֿירן פֿאַר אַ ייִד. די תּורה אַליין זאָגט, אַז אַ נזיר מוז ברענגען ספּעציעלע קרבנות, ווי אַ בעל־עבֿירה, כּדי אָפּצושאַפֿן זײַן מצבֿ און זיך אומקערן צום געוויינטלעכן לעבנס־שטייגער.
דער רמב״ן האַלט, אַז די דאָזיקע קרבנות זענען אַ כּפּרה פֿאַר דעם, וואָס אַ נזיר שטייט אויף אַ העכערער גײַסטיקער מדרגה, דערפֿאַר ווערט פֿאַר אים דאָס אומקערן זיך צום פּשוטן לעבן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ חטא. דער רמב״ם זאָגט אָבער פּונקט פֿאַרקערט: דאָס נזירות גופֿא איז אַ חטא, ווײַל ס׳איז נישט כּדאַי פֿאַר אַ מענטש אַרויפֿצולייגן אויף זיך קינסטלעכע באַגרענעצונגען. אין דעם פֿאַל, איז שווער צו פֿאַרשטיין, וווּ ליגט די גרענעץ צווישן מיצווה און חטא.
דערנאָך ווערט אין דער פּרשה באַשריבן די ברכה, מיט וועלכער די כּהנים דוכענען דעם עולם, און בײַם סוף געגעבן נאָך אַ חשבון — די רשימה פֿון קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די שבֿטים האָבן געבראַכט לכּבֿוד דער חנוכּת־הבית פֿונעם נאָרוואָס־אויסגעבויטן מישכּן. אַ טייל דערקלערן, אַז די דאָזיקע קרבנות זענען געווען אַ כּפּרה פֿאַרן חטא־העגל. דער חשבון בײַם אָנהייב פֿון אונדזער סדרה איז אויך געווען אַ רעזולטאַט פֿונעם דאָזיקן חטא. ווען די ייִדן וואָלטן זיך נישט געבוקט פֿאַרן גאָלדענעם קאַלב, וואָלט די שכינה גערוט איבער אַלע ייִדישע מחנות, און נישט בלויז אינעם מישכּן. אַחוץ דעם, וואָלטן די בכורים געדינט אינעם בית־המיקדש. די כּהנים און לוויים האָבן פֿאַרדינט די דאָזיקע גרויסע מיסיע צוליב דעם, וואָס זיי האָבן נישט געדינט דעם עגל.
דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה הייסט "נשׂא" — "הייב אויף". דער ספּעציעלער חשבון האָט "אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ" — דאָס הייסט, צוגעגעבן אַ באַזונדער חשיבֿות — צום שבֿט־לוי. מע קאָן אָבער זאָגן, אַז דאָס דאָזיקע חשיבֿות איז געקומען ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם חטא־העגל, און אָפּטײַטשן דאָס וואָרט "נשׂא", ווי אַן אָנזאָג אויפֿצוהייבן דעם גײַסט פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן חרטה געהאַט פֿאַר זייערע עבֿירות. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך ייִדן זענען געשטאָרבן צוליב זייערע זינד, האָט דער אייבערשטער זיי מכבד געווען מיט ספּעציעלע חשבונות און אויפֿגעוויזן, ווי אַזוי אויפֿצובויען די הייליקסטע געבײַדע אויף דער וועלט.
ווי מיר האָבן אָנגעהויבן דאָס באַטראַכטן די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז די טעמע פֿון וואַנדערונגען אין אַ מידבר, בגשמיות און ברוחניות, דער לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "במדבר". דאָס וואָרט "סוטה" שטאַמט פֿון אַ שורש, וואָס מיינט אַראָפּגאַנג פֿון וועג — וואַנדערונג. און אַ נזיר איז אויך אַ מין וואַנדערער, הגם ער פֿירט זײַן אומגעוויינטלעך לעבן לשם־שמים; אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגן די נזירים לעבן אָפֿט דווקא אין מידבריות און אַנדערע פֿאַרוואָרפֿענע, איזאָלירטע ערטער.
די הײַנטיקע פּרשה ווײַזט אָבער אָן, אַז לאַחר־המעשׂה, ווען מע טוט תּשובֿה און מע זוכט דעם וועג צוריק צום ג־טלעכן שורש פֿון דער נשמה, טראָגט דער אייבערשטער יעדן מענטש אַרויף, נעמט אים אַרײַן אין אַ ספּעציעלן חשבון און מאַכט פֿון זײַנע וואַנדערונגען אָדער אַפֿילו בפֿירושע ירידות אַ גאַנצע פּרשה אין דער תּורה — ווען מע זוכט דעם וועג אינעם אינערלעכן אָדער דרויסנדיקע "מידבר" טאַקע ערנסט און לשם־שמים.