רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די שפּײַז־עקספּערטין דזשאָן נייטען האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט אַ קאָכבוך Quiches, Kugels and Couscous (קיש, קוגל און קוסקוס), וועגן איר זוכעניש פֿון ייִדישע מאכלים אין פֿראַנקרײַך. אַ צאָל פֿון אירע רעצעפּטן זענען מילכיק און דערפֿאַר זייער פּאַסיק פֿאַרן יום־טובֿ שבֿועות, ווען ס׳איז אַ טראַדיציע צו עסן מילכיקע פּאָטראַוועס.

בײַ די פֿרומע ייִדן איז, אַגבֿ, אַ ביסל אַנדערש: אַז מע קומט אַהיים פֿון שיל, עסט מען טאַקע מילכיקס, אָבער נאָך דעם זעצט מען זיך צו אַ פֿליישיקער סעודה, ווײַל פֿליישיקס איז פֿאַררעכנט פֿאַר מער יום־טובֿדיק.


4 רויע בוריקעס

2 ציבעלעס

2 גאַנצע ציינדלעך קנאָבל

1 לעפֿל צוקער

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

3 לעפֿל באַלזאַמישע עסיק

1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע

4 לעפֿל קריפּ (קראָפּ)

שיילט אָפּ די בוריקעס און ציבעלעס. צעשנײַדט זיי אויף שטיקער און שיט זיי אַרײַן אין אַ זופּטאָפּ מיט 8 טעפּלעך וואַסער. גיט אַרײַן דעם קנאָבל, צוקער, זאַלץ און פֿעפֿער.

הייצט אָן דאָס וואַסער ביז עס זידט. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט מליִען בערך 1 שעה צײַט, אָדער ביז די בוריקעס ווערן דורכגעקאָכט. מישט אַרײַן דעם עסיק און לאָזט עס זיך אָפּקילן.

אויב איר האָט ליב אַ גלאַטיקן, געדיכטן באָרשט, גיט אַרײַן די גרינסן און אַ ביסל פֿונעם גיסעכץ אין אַ בלענדער, און מאַכט אַ פּירע; דערנאָך מישט עס אויס מיט דער איבעריקער זופּ. אויב אָבער אײַך איז ליבער עסן די שטיקלעך בוריקעס, דאַרפֿט איר עס נישט אויסמישן אינעם בלענדער.

דערלאַנגט דעם באָרשט צום טיש אין זופּטעלער, מיט אַ לעפֿל סמעטענע באַשאָטן מיטן קריפּ.

(ייִט״אַ)