ליטעראַטור

David Bezmozgis.
The Free World.
Toronto: Harper Collins, 2011


דער מאַרשרוט דורך ווין און רוים איז באַקאַנט פֿאַר אַלע ייִדישע עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין אַמעריקע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. דאָס איז געווען אַ פּועל–יוצא פֿון אַ פּאָליטישער פּשרה אין דער קאַלטער מלחמה. אַנשטאָט צו לאָזן אַלע די, וואָס האָבן באַקומען וויזעס צו מאַכן עליה קיין ארץ־ישׂראל, קומען צו פֿליִען דירעקט קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען אײַנגעאָרדנט אַ טראַנזיט־סטאַנציע אין ווין. דאָס האָט געגעבן יעדן די מעגלעכקייט צו דערקלערן, אַז אַנשטאָט ישׂראל וויל מען זוכן גליקן ערגעץ־וווּ אַנדערש.

אַזאַ מין שיטה האָט געבראַכט עגמת־נפֿש פֿאַר ישׂראל, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשטאַנען אויף דעם רעכט פֿון פֿרײַער ברירה. די צאָל פֿון אַזעלכע "נושרים" ("אָפּגעפֿאַלענע בלעטער", ווי מען האָט זיי גערופֿן אויף העברעיִש) האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, און צום סוף פֿון די 1970ער יאָרן דערגרייכט צו פֿופֿציק פּראָצענט. דער ערשטער אָפּשטעל אויפֿן וועג צו פֿרײַהייט איז געווען אין רוים, וווּ די אַמעריקאַנער ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן אַ ספּעציעלן טראַנזיט־פּונקט, מען זאָל קענען וואַרטן אויף אַרײַנפֿאָר־וויזעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע.

די "רוימישע וואַקאַציעס" זײַנען געווען ניט מער ווי אַן עפּיזאָד אינעם לאַנגן עמיגראַנטישן סיפּור־המעשׂה, אַ קורצע הפֿסקה צווישן דער סאָוועטישער און דער אַמעריקאַנישער תּקופֿות. און דווקא אין משך פֿון אָט דער דאָזיקער צווישנצײַט שפּילט זיך אויס דער ערשטער ראָמאַן פֿונעם קאַנאַדער שרײַבער דוד בעזמאָזגיס. אַ געבוירענער אין ריגע, האָט ער, זײַענדיק אַ קינד, דורכגעמאַכט די דאָזיקע רײַזע מיט זײַן משפּחה אין 1979, און דרײַסיק יאָר נאָך דער געשעעניש, זיך אומגעקערט צו יענער דערפֿאַרונג.

בעזמאָזגיס געהערט צו דער גרופּע פֿון די "יונגע" (דהײַנו, ייִנגער פֿאַר פֿערציק) ענגליש־שפּראַכיקע מחברים פֿון רוסיש־ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָבן זיך לעצטנס קונה־שם געמאַכט מיט זייערע ביכער וועגן עמיגראַציע. מערסטנס, באַשרײַבן זיי זייער אייגענע דערפֿאַרונג פֿון וואַקסן און צופּאַסן זיך צו דער נײַער סבֿיבֿה. בעזמאָזגיס האָט אָבער אויסגעקליבן אַן אַנדער קוקווינקל. ער באַטראַכט די עמיגראַציע דורך די אויגן פֿון די עלטערע דורות אין דעם מאָמענט פֿון אומבאַשטימטקייט, ווען מען שטעקט צווישן נעכטן און מאָרגן.

די דערציילונג פֿאַרמאָגט עטלעכע שטימען, וואָס געהערן צו די מיטגלידער פֿון דער משפּחה קראַסניאַנסקי פֿון ריגע. דער סאַמע אינטערעסאַנטער פֿון זיי איז דער זיידע שמואל, אַ געשטאַלט מיט אַ פּינטעלע פֿון טבֿיה דער מילכיקער. ער איז דער איינציקער "ייִדישער" ייִד אין דער משפּחה. אָבער דערבײַ איז ער אַ געטרײַער קאָמוניסט, וואָס האַלט בײַ זײַן אמונה, ניט געקוקט אויף דער עמיגראַציע. אין זײַנע זכרונות אַנטפּלעקט זיך דאָס לעבן, וואָס איז געווען גאַנץ טיפּיש פֿאַר זײַן דור. ווי אַ קינד איז ער אַנטלאָפֿן פֿון אַן אוקראַיִניש שטעטל, וווּ די ווײַסע האָבן דערהרגעט זײַן זיידן און זײַן טאַטן, קיין ריגע, און דאָרטן איז ער געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם קאָמוניסטישן אונטערגרונט. געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי בעת דער מלחמה און געמאַכט אַ גוטע קאַריערע דערנאָך.

דאָס איז מסתּמא דער סאַמע סימפּאַטישער, און דערבײַ, סאַמע געטרײַער, פּאָרטרעט פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן קאָמוניסט אין דער ענגליש–שפּראַכיקער ליטעראַטור. נישט ער האָט באַשלאָסן צו עמיגרירן, אָבער ער האָט ניט געוואָלט בלײַבן אַליין אין ריגע. ער איז ווײַט ניט קיין אידעאַלער מענטש, אָבער ווי אַ כאַראַקטער, איז ער אַ סך שטאַרקער איידער אַלע זײַנע משפּחה־מיטגלידער.

"די פֿרײַע וועלט" איז דאָס סאַמע געראָטענע ווערק אין דער בראַנזשע פֿון רוסיש־ייִדישער עמיגראַנטישער ליטעראַטור. דער ראָמאַן האָט ניט קיין געשפּאַנטע אינטריגעס אָדער זאַפֿטיקע פּרטים. ער איז פּשוט גוט אָנגעשריבן, אינעם טראַדיציאָנעלן רעאַליסטישן סטיל. דער מחבר האָט אַ סך פֿאַרשטאַנד און מיטלײַד פֿאַר זײַנע העלדן, דערפֿאַר אָבער שילדערט ער זיי אָן שום ראָמאַנטישקייט אָדער סענטימענטאַלקייט.

להיפּוך צו אַלע אַנדערע שרײַבער פֿון זײַן בראַנזשע, איז בעזמאָזגיס זייער אַקוראַט און פּינקטלעך אין די פּרטים פֿון סאָוועטישן לעבן, און אַפֿילו עטלעכע קורצע פּסוקים אויף ייִדיש ווערן איבערגעגעבן אָן גרײַזן. דאָס איז ניט סתּם אַ סימן פֿונעם מחברס פּעדאַנטישקייט, נאָר אַ וויכטיקער עלעמענט פֿון זײַן דערציילערישן סטיל, וואָס מאַכט דעם ראָמאַן באַגלויבלעך און לעבעדיק.

איין רעצענזענט האָט אַרויסגעזאָגט אַ סבֿרה, אַז בעזמאָזגיס האָט פֿאַרפֿאַסט זײַנע דיאַלאָגן, צוערשט, אויף רוסיש און דערנאָך זיי איבערגעטײַטשט אויף ענגליש. מײַן אײַנדרוק איז דווקא אַ פֿאַרקערטער׃ די דיאַלאָגן לאָזן זיך ניט לײַכט פֿאַרטײַשטן אויף רוסיש, זיי קלינגען ריין און אידיאָמאַטיש ענגליש, און דווקא דערפֿאַר לייענט זיך דער ראָמאַן אַזוי פֿליסיק.

בעזמאָזגיס פֿאַרמאָגט אַ זעלטענעם טאַלאַנט זיך אַרײַנצולעבן אין זײַנע פּערסאָנאַזשן און דערבײַ אָפּהיטן אַן איראָנישע דיסטאַנץ פֿון זיי. ער פֿירט ניט קיין חשבונות מיט זיי, קיין עדיפּוס־קאָמפּלעקס, וואָס פֿאַרנעמט אַזאַ חשובֿ אָרט אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. הגם אין גאַנצן הײַנטצײַטיק אין סטיל און שטימונג, געהערט "די פֿרײַע וועלט" צו דער קלאַסישער רעאַליסטישער טראַדיציע, באַגלײַך מיט די גרויסע ייִדישע משפּחה־ראָמאַנען פֿון דער נסתּר, י. י. זינגער, שלום אַש און יוסף אָפּאַטאָשו.