- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש זענען שוין לאַנג ניט קיין נײַעס, נאָר געוויינטלעך ווערן זיי טראַנסמיטירט פֿאַר דערוואַקסענע, אין גרעסערע ייִדישע ייִשובֿים מיט קאָנצענטרירטע ייִדישע באַפֿעלקערונגען. שוועדן איז אין דעם פֿאַל אַ יוצא־מן־הכּלל. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז לפֿי־ערך קליין, און די "ייִדיש־ייִדישע", נאָך קלענער. אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק (2005) איז ייִדיש געוואָרן אויסגעקליבן ווי איינע פֿון די פֿינף "אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־לשונות" פֿונעם לאַנד, ווי אַן אָנערקענונג פֿונעם פֿאַקט, אַז מען רעדט שוין דאָרטן ייִדיש מער ווי 400 יאָר! ערשט בעתן חורבן האָבן זיי זיך באַוויזן אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישיסטן־גאַס, די "ייִדישיסטן־רעוויזיאָניסטן". וואָס אַן אמת, האָט יעדערער פֿון זיי שוין פֿון פֿריִער מיט עפּעס געהאַט אָנגעוויזן וווּהין ער צילט, נאָר אין גאַנצן באַוויזן זיך האָבן זיי זיך ערשט ווען דער חורבן איז שוין געווען אַ פֿאַרטיקער, אַ געחסמעטער און אַ דורכגעפֿירטער. יעדערער איז געווען אַ בעל־תּשובֿה לויט אַן אייגענעם "עד־כּאַן אומרים בשבת־הגדול", דאָס הייסט, אויף מער ווי אויף אַ געוויסער אַליין־באַשטימטער רעוויזיע פֿון ייִדישער וועלטלעכקייט זענען זיי ניט געווען פֿעיִק און זייערע חסידים זענען ניט געווען גרייט. לעצטנס האָט מען אינעם "אַלגעמיינער זשורנאַל" אָנגעמאַכט אַ רעש וועגן דעם, אַז גבֿריאל ווײַנרײַך, דער ייִנגערער זון פֿונעם באַרימטן מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969), האָט זיך פֿאַרגונען אַרויסצוגעבן אַ בוך וועגן דעם ווי ער איז, לפֿי־ערך לעצטנס, אַריבער צום עפּיסקאָפּאַלישן גלויבן און דאָרטן געוואָרן אַ גלח, רחמנא־יצילינו. מיר איז קלאָר, אַז דער גאַנצער טאַראַראַם בײַ אייניקע ייִדן אַרום גבֿריאל ווײַנרײַכן איז נישט מער ווי אַ תּירוץ אַרײַנצוזאָגן דעם ייִדישיזם בפֿרט און דער ייִדישער וועלטלעכקייט בכלל. ס׳פֿרעגט זיך: וויפֿל קינדער פֿון פֿרומע ייִדישע היימען זענען אין משך פֿון די לעצטע דורות נישט נאָר אַוועק פֿון פֿרומקייט נאָר פֿון ייִדישקייט בכלל, פֿון צוויי קליינע לענדער אין צפֿון־אייראָפּע, האָבן מיר גאָר לעצטנס און גאָר אומגעריכט באַקומען אַ שיינע און אַפֿילו אַן איבערראַשנדיקע ייִדיש־מתּנה. די מחברטע פֿונעם בוך וועגן וועלכן ס'רעדט זיך דאָ, פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער, איז אַן עלזאַסערין און דער פֿאַרלאַג אירער איז אַ שוועדישער. ביידע לענדער האָבן אַן אַלטן ייִחוס־עצמו לגבי ייִדיש. די עלזאַסער געגנט איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון אַלט־ייִדיש מיט טויזנט און עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, און האָט נאָך אַפֿילו ביז הײַנט אַ קליינעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן ייִשובֿ. אין שוועדן געפֿינט זיך דער "מולטיעטנישער פֿאָרשצענטער" אינעם אַלטן און באַרימטן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט. דער פֿאַרצײַטיקער לינעוס האָט נאָך דאָרטן געפֿאָרשט, אין זײַן פּרעכטיקן גאָרטן, און באַוויזן ווי עס גיבן זיך איבער בײַ פֿלאַנצן, געוויקסן און גרינסן די מענדעליאַנער גענעטישע ירושה־אייגנשאַפֿטן. אַרײַנפֿיר אַז מען קען מיט ייִדיש אויספֿאָרן די וועלט האָט גרינג געקענט פֿאַרשטיין יעדער איינער וואָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש קען, פּראָסט־און־פּשוט, ניט זײַן קאָנצענטרירט אויף בלויז איין אָרט, כּל־זמן אַפֿילו אירע געטרײַסטע באַניצערס קענען זיך ניט קאָנצענטרירן אין איין לאַנד צי אין איין געגנט פֿון דער וועלט. צו זײַן אַ ייִדישיסט האָט דעמאָלט (אָנהייב 1930ער ביז 1950ער יאָרן) ניט געמיינט אַזעלכע ייִדן וואָס קענען סתּם רעדן ייִדיש, נאָר אַזעלכע ייִדן, וואָס זײַנען געווען גרייט זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַרן כּבֿוד, וווילזײַן און שיינזײַן פֿון ייִדיש. די צעשוווּמענקייט פֿון אָט דער דעפֿיניציע איז אי דעמאָלט, אי איצט ניט דווקא געווען קיין מעלה, נאָר קיין גרויסע עבֿירה איז עס אויך ניט געווען. אַ שלעכטע בשׂורה? "פֿון יעדן איינעם קען מען זיך אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל", פֿלעג זאָגן מײַן מיטלשול־ (און דערנאָך מײַן פּריוואַטער) לערער, פֿישל הערשטיין, און דערנאָך צוגעבן, בדרך־הלצה — "אַפֿילו פֿון פֿרויען אויך". האָט ער שוין מיט אַ ברייטערן שמייכל דערקלערט, אַז דאָס האָט ער ווי אַ מסורה פֿון זײַן אייגענעם רבין. יענער פֿלעג אויפֿקלערן — "והוא ימשל בך" — מיטן טײַטש — "ער זאָל זיך בײַ איר אַראָפּנעמען אַ משל"! אָט דער שפּאַסיקער טײַטש איז מיר אײַנגעפֿאַלן בעתן לייענען אייערנעכטן אויפֿן לשונות־אַדרעס פֿון דער ייִדישער אינטערנעץ־זײַט — "מענדעלע" — אַ ידיעה וועגן מײַנע אַלטע באַקאַנטע, די קאָרנישלײַט: די תּושבֿים פֿון קאָרנישלאַנד אין סאַמע דרומדיקסטן טייל פֿון ענגלאַנד. לית־מאַן־דפּליג, אַז צו האָבן אַ גרויס און באַרימט לשון איז געזינטער, ווי צו האָבן אַ רעלאַטיוו קליינס און אַ נישט באַקאַנטס; און אַ שם, אַז וואָס ווייניקער מען האָט צו טאָן מיט זיי איז געזינטער. און אַזוי ווי ס׳איז נישטאָ קיין סיבה זיך צו פֿאַרלאָזן, אַז אויפֿן עולם־הלשונות איז פֿאַראַן מער יושר ווי מען האָט בײַ אונדז אין דער היים, צי אויף דער גאַס, צי אין דער שיל, מוזן מיר זיך אונטערגאַרטלען, כּדי אַליין זיך קענען מער אָפּגעבן לטובֿת דעם וווילזײַן פֿון אונדזערע קלענערע און גאָר קליינע לשונות. דער סוד פֿון ייִדישקייט ליגט דאָך אין מער אַקטיוויזירן זיך אַליין און איז געבויט מער אויפֿן אייגענעם אַקטיוון מוסטער און ווייניקער אויף אידעאָלאָגיע. און נאָך עפּעס: וויפֿל אַזעלכע קלענערע ייִדישע לשונות ס׳זענען אין גאַנג פֿון דער ייִדישער געשיכטע געווען, און אַפֿילו וויפֿל ס׳זענען אַזעלכע נאָך געבליבן נאָך דער גאַנצער שבֿטישער און גלותדיקער ייִדישער געשיכטע אונדזערער, איז דאָס זיכער אַ שטח, אויף וועלכן מען מעג זיך ווינטשן "ס׳זאָל אונדז נאָר צוקומען דאָס וואָס אונדז פֿעלט!" ווען מיר נעמען זיך רעדן וועגן “נאַציאָנאַליזם" טוען מיר פּונקט דאָס זעלביקע ווי ס'האָבן געטאָן אונדזערע פֿאָרגייער (קאַרל דויטש, פֿלאָריאַן זנאַניעצקי, אלי קאַדורי, מיראָסלאַוו הראָף און אַנדערע פֿאָרשער, אַגבֿ, ס'רובֿ פֿון זיי ייִדן וועלכע זענען לכתּחילה געקומען פֿון דער עסטרײַך־אונגאַרישער מאָנאַרכיע) און דערפֿאַר (?) זענען מיר אַזוי גרייט צו באַטראַכטן צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע ווי דער מקור פֿון אונדזערע טעאָריעס, באַווײַזן און אויספֿירן וועגן נאַציאָנאַליזם. נאַציאָנאַליזם געפֿינט מען שוין אין אַלע וועלט־טיילן, ווי ס'איז באמת קלאָר געוואָרן ערשט, ווען די פֿריִערדיקע אַפֿריקאַנער קאָלאָניעס האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָלאָניאַלער הערשאַפֿט (בעת די 60ער יאָרן און נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). איך געדענק נאָך, פֿון קינדווײַז אָן, ווי שטאָלץ מיר זענען געווען, ווען מען האָט אונדז דערציילט אַז "מיט ייִדיש קען מען אויספֿאָרן די וועלט!" הײַנט איז דאָס שוין, ליידער, ניט אַזוי. אָבער עבֿרית האָט גאָר לעצטנס צובאַקומען אַ שטיקל נײַע פֿונקציע: די פֿונקציע פֿון זײַן אַן אַלץ אָפֿטערע "לינגוואַ פֿראַנקאַ" בײַ אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן פֿון מומחים אויפֿן שטח פֿון ייִדישע לימודים. וואָס איז דאָס אַזוינס, אייגנטלעך, אַ "לינגוואַ־פֿראַנקאַַ", און צי "איז דאָס גוט פֿאַר ייִדן" צי ניט? וואָס מיינט "ספּאָנטאַנקייט"? אין גאָר א פֿריִער סטאַדיע פון די אַלע סאָציאַלע וויסנשאַפֿטן איז "ספּאָנטאַנקייט" געווען אַן אָפֿטער און אַן אָנגענומענער באַגריף. מיינען האָט עס געמיינט: אַ פּועל־יוצא וואָס קומט פֿאָר "פֿון זיך אַליין", אָן אַ גורם. דער בײַטעם דערבײַ איז געווען, אַז די וויסנשאַפֿטלעכע וועלט איז נאָך ווײַט ניט פֿעיִק צו פֿאַרשטיין דעם מענטשנס יחידיש לעבן און וועגן דעם בציבורדיקן לעבן, ס'ווערט אַלץ שווערער און שווערער פֿאַר קליינע לשונות זיך צו ספּראַווען מיט דער קאָנקורענץ פֿון די גרויסע אין אונדזער תּקופֿה פֿון גאַלאָפּירנדיקער גלאָבאַליזאַציע. דאָ רעדט זיך ניט נאָר וועגן די ענג־פֿאַרבונדענע וועלטן פֿון מיסחר, פּראָדוקציע, פֿאַרקויף ("דיסטריבוציע") און פּראָדוקטן־פֿאָרשונג, ווען מיר באַטראַכטן בלויז "האַרטע" סחורות, נאָר אַפֿילו די וועלטן פֿון "ווייכע" סחורות, ווי אַ שטייגער צײַטונגען און ביכער, לידער, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אוניווערסיטעט־לימודים, בפֿרט אויף דעם גראַדויִר־ניוואָ, וווּּ עס הייבן זיך אָן די קורסן וואָס האָבן אַ קאַריערע־שײַכות. פֿון צײַט צו צײַט נעם איך זיך אַ פֿרײַען האַלבן טאָג און פֿאַרבלאָנדזשע בכּיוון אין מײַנס אַ באַליבטער ביכערקראָם. קיל איז דאָרטן אַ מחיה, און שטיל אויך (פֿאַרן מוֹכר־ספֿרים, שוין אַ ביסעלע צו שטיל). דער באַלעבאָס האָט עפּעס אַ ידיִעה (צי אַ חוש) לגבי מײַנע אינטערעסן און איך געפֿין אָפֿט בײַ אים שוין אַוועקגעלייגט פֿון מײַנעטוועגן זאַכן וואָס האָבן טאַקע אַ שײַכות צו "מײַנס" אַ טעמע. אָבער, דעם אמת געזאָגט, ציט מיך צו דער ביכערקראָם ניט אַזוי די ביכער וואָס איך געפֿין דאָרטן ווי דער קרעמער אַליין. |