קהילה־לעבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערנען זיך אין אַ טאָגשול איז אין די לעצטע יאָרן געוואָרן, אַפֿילו בײַ ניט־אָרטאָדאָקסאַלע משפּחות, אַ קען־צייכן פֿון ערנסטער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע, הן בײַ אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן און הן בײַ די תּלמידים. מער ווי בלויז אַ "לשון־קודש", איז עבֿרית געוואָרן דער דערציִערישער צענטער וווּ עס קומען זיך צונויף די אַלע איבערצײַגונגען און עמאָציעס וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדישער רעליגיע, קולטור און פֿאָלקזײַן, אי וואָס שייך זייער "אומר", אי וואָס שייך זייער "עושׂה".

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הוטו־פּליטים וואַרטן אינעם שולהויף פֿונעם לאַגער "קיבעהאָ", אַפּריל 1995

ס׳איז באמת ניט מעגלעך צו פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע בעת די 40ער יאָרן מיטן רוואַנדישן אין צענטראַל־אַפֿריקע בעת די 1990ער יאָרן. "אינה דומה ראיה לשמיעה", זאָגט די גמרא, אַז אַן אַליין דורכגעמאַכטן חורבן קען מען ניט פֿאַּרגלײַכן מיט אַן אויסגעפֿאָרשטן. אין ביידע פֿאַלן זענען נעבעך אומגעקומען מיליאָנען נפֿשות. נאָר אין איין פֿאַל זענען זיי אונדזערע אייגענע עלטערן, קרובֿים און פֿרײַנד; לערערס און רביים, וואָס מיר האָבן זיי אַליין גוט געקענט, און אינעם אַנדערן פֿאַל, זענען זיי אומבאַקאַנטע מענטשן, אָן אַ פּרצוף און אָן אַ פּנים. פֿרעג איך אײַך: וועלכער חורבן איז געווען אַן ערגערער, זייערער צי אונדזערער?

פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ניו־יאָרק — די שמאַלצגרוב פֿון פֿעלקער און שפּראַכן
רבותי! שוין לאַנג, לאַנג ווי ס’האָט אונדז ניט געטראָפֿן אַזאַ גליק! די שווערד וואָס איז געהאָנגען איבער אונדזערע קעפּ שוין אַ סך יאָרן (אַפֿילו, לויט דער פּאָפּולערער פּרעסע, אַ סך דורות!), איז נעלם געוואָרן און די ביידע גזירות וואָס דער גורל האָט אויף אונדז גוזר געווען איז אָפּגעשריגן געוואָרן. אָבער איידער מיר זאָגן מיטן פֿולן מויל "ברוך שפּטרני" לאָמיר זיך אַ ביסל בעסער באַקענען מיט דער "שוואַרצער רשימה", מיט אירע איצטיקע "לאָקאַטאָרן" און אויך מיט אירע באַלעבאַטים.

חורבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרימאָ לווי

פּרימאָ לווי (1919—1987) האָט געשטאַמט פֿון סאַמע צפֿון־איטאַליע (פֿון טורין, ניט ווײַט פֿון די אַלפּן) און האָט יונגערהייט זיך פֿאַרנומען מיט כעמיע. בעתן חורבן האָט דאָס אים זיכער אין אוישוויץ געראַטעוועט דאָס לעבן, ווײַל כעמיקערס זענען בײַ די דײַטשן געווען צו ווייניק, און ייִדן אַ סך מער ווי גענוג. פֿאַר זײַן אַ כעמיקער האָט ער געקענט באַקומען אַן אייגן בעט אויף צו שלאָפֿן און שפּײַז גענוג אויף "צו קענען טראַכטן". פֿאַר זײַן אַ ייִד האָט מען באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט ניט געדאַרפֿט זײַן קיין חכם כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ס׳איז כּדאַיער.

פּובליציסטיק, קולטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבן אין סיעראַ־טאַראַהומאָראַ, מעקסיקע

מײַן מאַמע פֿלעגט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך!", ווען זי האָט דערהערט אָדער דערזען עפּעס אַ חידוש. אין דער אמתן איז די וועלט טאַקע אַזאַ: פֿול מיט ניט־פֿאָרויסגעזעענעם וווּנדער, קליין און גרויס. ווויל איז יענעם, וואָס קען יעדן טאָג אַנטדעקן נײַעסן אין דער אייגענער סבֿיבֿה. און דאָס איז וואָס ציט מיך צו פֿאָרשונג: דאָס שפּאָגל נײַע וואָס איז אָפֿט אומדערוואַרט באַהאַלטן אינעם אַלטן און גוט־באַקאַנטן. די פֿון אונדז וואָס זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין שפּראַך־פֿאָרשונג, דער עיקר מיט פּרוּוון אויפֿצוהיטן לפֿי־ערך קליינע און שוואַכע לשונות, האָבן מיט רעכט געקענט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך" בשײַכות מיט דער אַרבעט פֿון אַ קליינער גרופּע קאָלעגעס,

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די היסטאָריקער האָבן פֿאַרצייכנט אַז ס׳איז געווען אַ קאַלטער, רעגנדיקער טאָג (דער 14טער פֿעברואַר, אינעם יאָר 842, ניט לאַנג נאָכן טויט פֿון "קאַרל דעם גרויסן", וואָס אויף ענגליש איז ער באַקאַנט ווי Charlemagne), ווען צוויי פֿון די דרײַ זין זײַנע זענען זיך צונויפֿגעקומען אין דער עלזאַסער שטאָט סטראַסבורג, און האָבן איינער פֿאַרן אַנדערן אָפּגעגעבן שבֿועות, אַרויסגערעדט הויך און קלאָר כּדי זייערע טרופּן זאָלן גוט הערן און פֿאַרשטיין דאָס געזאָגטע. איינער פֿון זיי (לויִ — Louis), האָט גערעדט אויף אַ ראָמאַניש לשון פֿון וועלכן ס׳איז לסוף אויסגעוואַקסן דאָס הײַנטיקע פֿראַנצויזיש.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַן מאַמעס שטעטל, אַלט־קאָנסטאַנטין (ניט ווײַט פֿון בערדיטשעוו), איז מיר אַרײַן אין די געדאַנקען און וויל פֿון דאָרטן ניט אַרויס! וואָס עפּעס מיט אַ מאָל? איך האָב לעצטנס געהערט און געזען חיים ביידערס ז״ל קאָמפּאַקטל וועגן די דרײַ שטעט(לעך) — "אַלט־קאָנסטאַנטין, סאָטענעוו, טשערנאָביל" און ס’האָט אויף מיר געמאַכט אַ גאָר גרויסן רושם. ס’איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך זע בילדער פֿון די דאָרטיקע הײַזער, גאַסן, שילן און בית־עלמינס.

פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מ. מינקאָווסקי — "אויפֿן וועג"

ייִדן לעבן אין גלות, ווי באַוווּסט. דאָס איינציקע וואָס מיר ווייסן אָפֿט ניט, איז אַקוראַט וואָס "גלות" איז און צי אַנדערע פֿעלקער געפֿינען זיך אויך אין גלותן (צי מיר זענען אין דעם פּרט אויך אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק).

דאָס ערשטע מאָל וואָס מיר געפֿינען דאָס וואָרט "גלות" אין די אַלטע ייִדישע מקורים איז בײַ דעם נבֿיא ישעיה (קאַפּיטל מ"ה). דאָרטן מיינט דאָס וואָרט אַן ערך "אָרט פֿון פֿאַרטריבנקייט". פֿון אָט דעם שורש נעמט זיך אויך דאָס וואָרט "גולה", דאָס אָרט (אָדער ערטער) וווּהין ייִדן וועלן פֿאַרטריבן ווערן.

ייִדיש־וועלט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט דעם חפֿץ־חיימס ספֿר "שמירת־הלשון" טאָר קיינער קיין שלעכט וואָרט ניט זאָגן אויף קיינעם, אַפֿילו ניט אויף זיך אַליין און אַפֿילו ניט ווען ס׳איז אמת. "מיט אַ קרום פֿון דער נאָז קען מען אַ ייִדן 'אַוועקהרגענען’ און וועגן אָנמאַכן יענעם געברענטע צרות איז דאָך אָפּגערעדט". איך פּרוביר זיך צו פֿירן לויט אָט דעם דרך־הישר, אַפֿילו לגבי אידעאָלאָגישע אָפּאָנענטן; סײַדן, עמעצער טרעט מיר אָן פּונקט דאָרטן וווּ ס׳טוט מיר וויי.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט.

קולטור
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך קען זיך מער ניט דערלעבן צו וואַרטן אויף אַ "קײַלעכדיקער דאַטע". "וווּק" סטעפֿאַנאָוויטש קאַראַדזשיצעס 150סטע יאָרצײַט — פֿון איצט אָן וועלן מיר אים רופֿן, ווי ס׳טוען עס זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט, פּשוט "וווּק" (וואָלף) — פֿאַלט אויס ערשט אין 2014. היות ווי ער איז געווען אַ גרויסער אוהבֿ־לשונות (ספּעציעל פֿון קלענערע און שוואַכערע) און היות ווי איך קען אפֿשר זײַן דער איינציקער אין דער גאַנצער ייִדיש־וועלט, וואָס איז באַקאַנט מיט זײַנע אויפֿטוען, אײַל איך זיך וועגן דעם איבערצוגעבן איידער עס ווערט פֿאַר מיר צו שפּעט דאָס צו טאָן. און אַ חוץ אַלעמען, איז אַ 145סטע יאָרצײַט אויך אַ דאַטע וואָס איז ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט!

פּובליציסטיק, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי ווי בײַ אונדז אינעם "פֿאָרווערטסקרײַז" זענען קיין גרעסערע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש ניט פֿאַראַן, און היות ווי בײַ אונדז אַליין גייט ייִדיש בדרך־כּלל "מיט דער פּוטער אַרויף" איז בײַ אונדז געוואָרן אַ מין צײַטפֿאַרטרײַב זיך צו טשעפּען צום אַ"ג "חסידישן ייִדיש". משמעות, אַז אויב בײַ זיי איז שלעכט ווערט דערפֿון אַליין בײַ אונדז אַ ביסעלע בעסער! איז אָבער די אמתע מעשׂה גאָר אַן אַנדערע: זייער ייִדיש איז גאָר ניט אַזוי שלעכט (לכל־הפּחות, ניט דער געדרוקטער) און טאָמער יאָ,