קהילה־לעבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערנען זיך אין אַ טאָגשול איז אין די לעצטע יאָרן געוואָרן, אַפֿילו בײַ ניט־אָרטאָדאָקסאַלע משפּחות, אַ קען־צייכן פֿון ערנסטער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע, הן בײַ אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן און הן בײַ די תּלמידים. מער ווי בלויז אַ "לשון־קודש", איז עבֿרית געוואָרן דער דערציִערישער צענטער וווּ עס קומען זיך צונויף די אַלע איבערצײַגונגען און עמאָציעס וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדישער רעליגיע, קולטור און פֿאָלקזײַן, אי וואָס שייך זייער "אומר", אי וואָס שייך זייער "עושׂה". לעצטנס האָבן זיך סאָציאָלינגוויסטן אויך גענומען אָפּגעבן מיטן גאַנצן עמאָציאָנעלן קאָמפּאָנענט פֿון אָט דעם קנופּ שײַכותן און בפֿרט מיט דער פֿאַרבינדונג צווישן עבֿרית און דער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע פֿון די יונגע דורות אין די תּפֿוצות. אַלע היסטאָריש־אײַנגעפֿונדעוועטע ייִדישע דורות אין די תּפֿוצות האָבן געוואָרצלט אין אַן אייגן ייִדיש לשון, צוזאַמען מיט דער לאַנדשפּראַך פֿון איין זײַט און מיט לשון־קודש פֿון דער אַנדערער. אָט די ספּעציפֿישע "דרײַלינגען" (למשל פֿון פּויליש־ייִדיש־העברעיִש, צי פֿון שפּאַניש־דזשודעזמאַ־העברעיִש) האָבן זיך געשאַפֿן די קאָמפּליצירטע לאָקאַלע אויטענטישקייטן פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישקייטן איבער דער גאָרער וועלט, וואָס פֿון זיי איז נסימדיק פֿאָרט אַרויסגעוואַקסן איין מער־ווייניקער פֿאַראייניקט ייִדיש פֿאָלק. נאָר אַזוי ווי די לאַנדשפּראַכן און די לאָקאַלע ייִדישע רעדשפּראַכן בײַטן זיך פֿון אָרט צו אָרט און פֿון איין יאָרהונדערט צום צווייטן, קען מען איצט זאָגן אַז ניט נאָר האָבן ייִדן אומעטום אויפֿגעהיט לשון־קודש, נאָר אַז לשון־קודש האָט אומעטום געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע אינעם קיום פֿון ייִדן און ייִדישקייט גופֿא. דער אויפֿקום פֿונעם גערעדטן עבֿרית האָט אַרײַנגעבראַכט נײַע שפּאַנונגען אינעם צונויפֿלעב פֿונעם קלאַסישן "דרײַלינג". אייניקע געלערנטע האָבן גענומען טײַטשן אַז לשון שטײַגט אַפֿילו איבער די תּורה, וואָס שייך וויכטיקייט פֿאַר קיום־האומה. און מיטן אויפֿקום פֿון עבֿרית איז נאָך צוגעקומען "גערעדטקייט", אַ דימענסיע וואָס האָט פֿריִער געפֿעלט וואָס שייך לשון־קודש שוין אין משך פֿון יאָרטויזנטער.

דער וווּקס פֿון דער טאָגשול

אויף אָט דער דימענסיע האָט זיך זינט דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל גענומען פֿאַרמעסטן די אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשול, כּדי מיט די נײַסטע פּעדאַגאָגישע מעטאָדן און מכשירים, סוף־כּל־סוף, באַווײַזן אַ קונץ וואָס אַפֿילו די ישיבֿה האָט דערווײַל ניט געקענט ווײַט און ברייט באַווײַזן: באַרעדעוודיק צו מאַכן עבֿרית אין די מײַלער פֿון אירע תּלמידים. צו הילף האָבן די טאָגשולן געבראַכט אויך די נײַע זומער־לאַגערן וואָס זענען מיט זיי אומעטום פֿאַרבונדן און אַ גאַנצע אַרמיי פֿון יונגע און ענטוזיאַסטישע ישׂראלדיקע (דאָס הייסט, מלכתּחילהדיקע עבֿרית־רעדנדיקע) לערערס און קאָנסולטאַנטן. און אַ חוץ אַלעמען, האָבן די טאָגשולן זיך פֿאַרלאָזט אויף ישׂראל גופֿא, אויף וויזיטן קיין ישׂראל און אויף "אַווירא־דישׂראל" (די לופֿט פֿון ישׂראל). אַן ערך אַ פֿערטל פֿון דער גאַנצער צײַט און פֿון די אַלע פֿאָנדן פֿון די פֿאַרשיידענערליי טאָגשולן זענען אויף אָט דעם חשובֿן ציל אָפּגעגעבן געוואָרן. ווען די טאָגשולן וואָלטן באַוויזן די קונץ פֿון מאַכן כאָטש אַ היפּשן חלק פֿון זייערע 200,000 תּלמידים פֿאַר דובֿרי־עבֿרית, וואָלט דאָס דאָך געביטן דעם גאַנצן גאַנג פֿון אַלע צוקונפֿטיקע ייִדישע דורות וואָס שייך זייער כּסדר וואַקסנדיקן קאָנטאַקט מיט די כּוחות און ווירקונגען פֿון דער מאָדערנקייט און פֿונעם גלאָבאַליזם. וויפֿל זיי גייען זיך ניט פֿונאַנדער לגבי אַלץ מיט אַן אַנדער, זענען אָבער די טאָגשולן פֿאַראייניקט אין זייער טאָטאַלער איבערגעגעבנקייט צום עבֿרית־לימוד! מען מעסט, מען וועגט, מען ציילט און מען שאַצט אָפּ און ס׳איז געקומען די העכסטע צײַט צו פֿרעגן, צי זענען מיר כאָטש אויף אַ דרך?

די לעצטע גרויסע פֿאָרשונגען אויף אָט דער טעמע

די פֿאָרשונג אויף וועלכער איך וויל זיך איצט אָפּשטעלן, איינע צווישן צענדליקער, איז זייער אַ רעפּרעזענטאַטיווע. זי גיט זיך אָפּ מיט די זיבעטע און אַכטע קלאַסן פֿון אַ גוט־אָרגאַניזירטער און דערפֿאַרענער טאָגשול אין ניו־יאָרק און מיט ידיעות אויפֿגעקליבענע דורך אינטערוויוען און אָבסערוואַציעס (און פֿילמירונגען) פֿון קינדער, עלטערן און לערערס אין משך פֿון 18 חדשים, אי אין די קלאַסן פֿון די ייִדישע און פֿון די וועלטלעכע לימודים, אין די שול־קאָרידאָרן, אין די היימען, אַלע שטאַרק באַפּוצטע מיט בילדער פֿון ייִדישן און העברעיִשן אינהאַלט, אויף די הפֿסקות אין די שפּילערטער אַרום דער שול, אין די אוידיטאָריעס בעת יום־טובֿים, שׂימחות און, לסוף, בעת אַ צוויי־וואָכיקער עקסקורסיע קיין ישׂראל.

דער הויכפּונקט פֿון דער גאַנצער פֿאָרשונג איז געווען אויסצוגעפֿינען ניט נאָר וויפֿל עבֿרית די תּלמידים קענען (אייגנטלעך, גאָר אַ סך, ווי מען האָט שוין געוווּסט פֿון פֿריִערדיקע כּסדרדיקע מעסטונגען), נאָר וויפֿל עבֿרית ס׳ווערט צווישן זיי באַנוצט בעת די ניט־פֿאָרמעלע שעהען פֿון יעדן מעת־לעת. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע ייִנגעלעך האָבן געטראָגן יאַרמלקעס און אַלע תּלמידים האָבן געדאַוונט אי שחרית, אי מינחה אין דער שול אין משך פֿון די זעקס טעג אין וואָך וואָס די שול איז כּסדר געווען אָפֿן און אין משך פֿון דער גאַנצער ישׂראל־נסיעה. דער לערן־מעטאָד פֿון דער שול איז געווען דורכויס לויט דער שיטה "עבֿרית בעבֿרית" אין די יודאַיִקע־קלאַסן און אין אַלע מודעות, פֿון די סאַמע פֿריסטע יאָרן ביז דער גראַדויִרונג. אַ חוץ עבֿרית, לערנען זיך די תּלמידים תּנ״ך און אַראַמעיִש בײַם לערנען זיך תּלמוד, און אַלץ לויט דער סאַמע בעסטער און זיכערסטער מעטאָדיק.

האַרץ, מוח און כּוונה

די תּלמידים, זייערע עלטערן און די לערערס אויך, פֿאַרשטייט זיך, זענען געווען און געבליבן איבערצײַגט, אַז אָן עבֿרית קען מען קיין גוטער ייִד ניט זײַן און אַז עבֿרית איז אינעם סאַמע צענטער פֿון אַלע זייערע ייִדישע געפֿילן, איבערצײַגונגען און קענטענישן. "עבֿרית איז אַ טייל פֿון אונדזער DNA", האָבן אַלע ליב צו זאָגן, וואָס דאָס מיינט, אַז עס איז אַן אָרגאַנישער טייל פֿון זייערע לעבנס, אויף אייביק און אויף תּמיד. אָן עבֿרית, האַלטן זיי, קען ניט געמאָלט זײַן קיין ייִדישע צוקונפֿט, פּונקט ווי אָן עבֿרית וואָלט דער גאַנצער ייִדישער נעכטן חרובֿ און נעלם געוואָרן. ווען אַ תּלמיד האָט זיך איין מאָל בלחש שפּאַסיק באַקלאָגט, אַז עבֿרית איז "צו שווער" און אַז אָן דעם וואָלט אים "דאָס לעבן געווען גרינגער", האָט זיך דער לערער באַלד אָפּגעשטעלט אין סאַמע מיטן פֿון דער לעקציע און געפֿאָדערט, אַז דער תּלמיד זאָל זיך פֿאַר אַלעמען אַנטשולדיקן און יענער האָט עס באַלד געטאָן, און צוגעגעבן אַז ס׳איז געווען פֿון זײַנט וועגן ניט מער ווי אַ וויץ און אַ שלעכטער וויץ דערצו.

דער ישׂראלדיקער פּרוּוושטיין

אין משך פֿון דער גאַנצער צײַט, בעת מען האָט זיך גענומען אינטענסיוו גרייטן אויפֿן וויזיט קיין ישׂראל, האָבן די לערערס ספּעציעל געמוטיקט אַלעמען צו רעדן נאָר עבֿרית איינער צום אַנדערן אין משך פֿונעם טאָג בכלל, בפֿרט נאָך אין דער שול גופֿא. אָט די מוטיקונגען און דערמאָנונגען האָבן קנאַפּ געהאָלפֿן. אָבער די לערערס האָבן נאָך אַלץ געהאָפֿט, אַז ווען זיי וועלן אַלע שוין זײַן צוזאַמען אין ישׂראל, וועט ערשט דעמאָלט קומען דער אמתער לאַנג־געגאַרטער דורכבראָך וואָס שייך דעם אַקטיוון שפּראַכבאַנוץ אויף עבֿרית. די תּלמידים האָבן דאָרטן באמת טיף איבערגעלעבט, גוט פֿאַרשטאַנען און זיך גערן באַטייליקט אין די לאַנגע צערעמאָניעס פֿון יום־השוא און יום־הזכּרון, אַלע דורכויס אויף עבֿרית. נאָר דער לאַנג־געזוכטער פּערזענלעכער דורכבראָך צו עבֿרית־שבעל־פּה איז פֿאָרט ניט געקומען; ניט בעת אָדער נאָך די ביידע אויבן־דערמאָנטע עמאָציאָנעלע איבערלעבונגען, ניט בעת זייערע יחידישע באַגעגענישן מיט קיבוץ יוגנטלעכע אָדער אַפֿילו ניט בעת אַ באַזוך אויף אַ מיליטערישן בית־עולם וווּ עס ליגן אַ סך געפֿאַלענע.

אַ מין דורכבראָך איז אָבער יאָ געקומען אינעם לעצטן טאָג פֿון זייער וויזיט, ווען מען האָט זיך אומגעריכטערהייט אַרײַנגעכאַפּט אין אַ כּשרן "בערגער־קינג"־רעסטאָראַן, וווּ מען האָט געשמאַק הנאה געהאַט אי פֿון די פֿליישיקע דעליקאַטעסן און אי פֿון די מילכיקע ("פּאַרעווע") "מילקשייקס". דאָרטן האָט מען זיך ספּאָנטאַן צערעדט און אַפֿילו הויך צעזונגען אויף... ענגליש! דער "בערגער־קינג" איז געווען אַ באמת ספּאָנטאַנער צאתּכם לשלום מיט ישׂראל, און אפֿשר אויך אַ מער עמאָציאָנעלע איבערלעבונג ווי דער כּותל־המערבֿי אַליין!

פֿאַר וואָס האָט זיך דאָס אַלץ אויסגעלאָזט אַזוי, דאַרף מען נאָך לאַנג איבערטראַכטן. אפֿשר אַהין, אפֿשר אַהער! אפֿשר האָט מען נאָך יאָרן־לאַנג און מיט יאָרן פֿריִער געווען געדאַרפֿט די תּלמידים צוגעוווינען צו שמועסן אויף עבֿרית מיט אמתע מענטשן וועגן ענינים וואָס פֿאַראינטערעסירן זיי פּערזענלעך. אפֿשר דאַרף מען גאָר מער באַקענען די אימפּאָרטירטע ישׂראלדיקע לערערס מיטן אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן־שטייגער. אפֿשר דאַרף מען גאָר צוגעוווינען ישׂראלים ניט צו רעדן אויף אַ צעבראָכענעם ענגליש מיט אַמעריקאַנער געסט! איינס איז אָבער קלאָר: דערווײַל האַלטן מיר אַ פּנים נאָך גאַנץ ווײַטלעך פֿון פּראָדוצירן אין אַמעריקע, בײַ ענגליש־רעדנדיקע עלטערן פֿון טאָגשול־תּלמידים, אַן עבֿרית־רעדנדיקן דור (אַפֿילו אין אַ טראַדיציאָנעל־ייִדישלעכן קאָנטעקסט).

ייִדיש האָט מען פֿון די טאָגשולן פֿאַרטריבן, נאָר ווײַזט אויס אַז ס׳איז גרינגער צו צעשטערן ווי אויפֿצובויען. דעם פּאַראָל "עבֿרי דבר עבֿרית" איז געווען לפֿי־ערך גרינג אַרויפֿצוצווינגען, נאָר קיין פֿאַרבײַט פֿאַר ייִדיש האָבן מיר נאָך אין די תּפֿוצות ניט אײַנגעפֿעדעמט!

באַטייליקט אין

באַטייליקט אין די לאַנגע צערעמאָניעס פֿון יום־השוא
Ich denk az dem Yom Hashoa men zol redn yidish vail umgebrachte yidn hobn alle geredt yidish un nisht kein hebreish. Hebreish iz a shprach funm umbakanten opshtam un a sort funm arabishen dialekt - fast yedes hebreish vort hot an enlech arabish vort. Tzurikgeredt, yidish iz di echte yidishe shprach vos yidn hobn geredt in di letzte 1,000 yoren, nisht kein ivrit.

Es gleybt zikh nit az eyner

Es gleybt zikh nit az eyner ken shraybn az hebreyish iz an arabishn dialekt un nor yidish iz di ekhte shprakh un di redatsye drukt es in tsaytung.