פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הוטו־פּליטים וואַרטן אינעם שולהויף פֿונעם לאַגער "קיבעהאָ", אַפּריל 1995
הוטו־פּליטים וואַרטן אינעם שולהויף פֿונעם לאַגער "קיבעהאָ", אַפּריל 1995

ס׳איז באמת ניט מעגלעך צו פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע בעת די 40ער יאָרן מיטן רוואַנדישן אין צענטראַל־אַפֿריקע בעת די 1990ער יאָרן. "אינה דומה ראיה לשמיעה", זאָגט די גמרא, אַז אַן אַליין דורכגעמאַכטן חורבן קען מען ניט פֿאַּרגלײַכן מיט אַן אויסגעפֿאָרשטן. אין ביידע פֿאַלן זענען נעבעך אומגעקומען מיליאָנען נפֿשות. נאָר אין איין פֿאַל זענען זיי אונדזערע אייגענע עלטערן, קרובֿים און פֿרײַנד; לערערס און רביים, וואָס מיר האָבן זיי אַליין גוט געקענט, און אינעם אַנדערן פֿאַל, זענען זיי אומבאַקאַנטע מענטשן, אָן אַ פּרצוף און אָן אַ פּנים. פֿרעג איך אײַך: וועלכער חורבן איז געווען אַן ערגערער, זייערער צי אונדזערער?

פּונקט אַזעלכע פֿראַגעס קען מען פֿרעגן "וועגן וועמען דאַרף מען געדענקען?", "ווער האָט זיי אומגעבראַכט?" און צי קען מען בכלל מוחל זײַן און פֿאַרגעבן די אַמאָליקע שׂונאים?" אין ביידע פֿאַלן זײַנען די אמתע ענטפֿערס אַ סך קאָמפּליצירטערע און מטושטשדיקערע ווי די אָפֿיציעלע. און די עיקר פּראָבלעם איז, וואָס די ענטפֿערס ווערן אונדז צוגעשטעלט דורך צדדים; און די צדדים האָבן זיך ממילא זייערע אייגענע פּניות. וועלכע פּניות וועלן מיר גיכער פֿאַרקוקן, זייערע (למשל פֿון די טערקן), צי אונדזערע (פֿון די ישׂראלים)?

עטלעכע פֿונדאַמענטאַלע פֿאַקטן וועגן דעם רוואַנדע־סיכסוך

רוואַנדע איז אַן אָרעם מדינהלע, אַ ביז־דעמאָלטדיקע פֿראַנצויזישע קאָלאָניע, וואָס האָט אין יענער צײַט (1994) געציילט וואָסערע 7.5 מיליאָן. אירע מערסטע אײַנוווינערס האָט מען דעמאָלט באַצייכנט ווי "טוציס" און ס׳רובֿ פֿון די אַנדערע — ווי "הוטוס". די פֿראַנצויזן האָבן בעת זייער ממשלה אין רוואַנדע זייער שטאַרק פּרעפֿערירט, באַרײַכערט און געגעבן פֿאַּרשיידענע פּריווילעגיעס די הוטוס. פֿון דעם זײַנען נאָך פֿאַרן אויפֿקום פֿון דער מדינה שוין אויפֿגעקומען פֿאַרשיידענע ערנסטע קריגערײַען, מחמת די הוטוס זענען געווען רײַכער, בעסער דערצויגענע (לויט מערבֿדיקן שניט), און פֿלעגן אָפֿטער דינען אין דעם מיליטער, און נאָך ווי אָפֿיצירן דערצו. פּונקט אַזוי ווי די ענגלענדער האָבן אין פּאַלעסטינע געהאַט געטאָן אַלץ אין דער קאָרט כּדי צו שטאַרקן די אַראַבער קעגן די ייִדן, אַזוי האָבן די פֿראַנצויזן אַלץ געטאָן וואָס זיי האָבן נאָר געקענט, כּדי אויפֿצורייצן די הוטוס קעגן די טוציס, משמעות כּדי די פֿראַנצויזן זאָלן דאָרטן קענען איבערלאָזן אַ שטאַרקן צד. אויב זיי וועלן, חלילה, טאַקע געצוווּנגען ווערן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, זאָלן זיי דאָרטן כאָטש איבערלאָזן אַ גוטן פֿרײַנד מיט וועלכן מע קאָן גיין צום טיש (כּדי ווײַטער אָנצופֿירן מיט די אַלע געשעפֿטן פֿונעם לאַנד, אַפֿילו אויב נאָר פֿון הינטער די קוליסן). ווען די פֿראַנצויזן האָבן זיך, סוף־כּל־סוף, ראַפּטום צוריקגעצויגן, זענען דאָרטן, לכתּחילה, נאָך געבליבן אַ ביסל "יו־ען"־פֿאָרשטייערס, כּדי צו "האַלטן די אָרדענונג" ביז אַ נײַע רעגירונג וועט זיך קענען שטעלן אויף די פֿיס. די קליינע צאָל "יו־ען"־פֿאַּרטיידיקערס האָט אָבער ניט געקענט אַליין האַלטן די אָרדענונג קעגן די אָנגערייצטע המונען און האָט בלית־ברירה געמוזט זיך צוריקציִען און פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. און דעמאָלט ערשט האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַר די טוצים דער אמתער גיהנום!

די הוטו־קאָנטראָלירטע אַרמיי און פּאָליציי (און אויך סתּם צעווילדעוועטע מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע אַנדערע קלענערע שבֿטים) האָבן זיך אַרויסגעלאָזט אויסקוילענען, אויסשיסן און מיט לאַנגע מעסערס אויסצושעכטן די צעטומלטע און ניט־באַשיצטע טוצים. די בעלגיער און די ענגלענדער פֿון שכנותדיקע לענדער און קאָלאָניעס האָבן זיך געמאַכט ניט־זעענדיק און די אַנדערע ערשט־באַפֿרײַטע אַפֿריקאַנער מלוכות האָבן פּשוט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן, און ניט געהאַט מיט וואָס עפּעס צו טאָן; כאָטש גיי שרײַ חי־וקים. דער ביטערער סוף איז געווען, אַז ס’האָט זיך באַקומען אַ שחיטה וואָס די וועלט האָט זעלטן פֿריִער, צי דערנאָך, געזען אירס גלײַכן. מען קען נאָך אַפֿילו הײַנט ניט באַקומען קיין פֿאַרלאָזלעכע און גענויע שאַצונגען פֿון דער צאָל געפֿאַלענע, וואָס האָבן זיכער דעמאָלט געציילט מער ווי אַ מיליאָן, ניט ציילנדיק די פֿאַרוווּנדעטע און פֿאַרטריבענע וואָס האָבן געציילט נאָך אַ מיליאָן, פֿון אַ באַפֿעלקערונג וואָס האָט אַרום און אַרום געציילט אין 1994 ניט מער ווי ס’האָבן דעמאָלט געלעבט מענטשן אין דער ניו־יאָרקער גרויסשטאָט.

די טעג פֿון דערמאָנונג און פֿאַּרגעבונג

פֿון די ערשטע אויפֿטוען פֿון דער נײַער רעגירונג איז געווען דאָס אײַנשטעלן צערעמאָניעס און טעג פֿון דערמאָנונג און פֿאַּרגעבונג. די שווערע הונדערטער טויזנטער געפֿאַלענע, וואָס זענען אומעטום נאָך געלעגן וווּ זיי זענען פֿריִער אַנידערגעפֿאַּלן, האָט מען קודם־כּל אַריבערגעפֿירט אין זיבן גרעסערע מאַסן־קבֿרים (אין איינעם אַליין, גאָר אַ גרויסן, "קיגאַלי", האָט מען באַגראָבן מער ווי 300,000 מתים) אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד. מען האָט אויך אויפֿגעשטעלט אַן ערך 200 קלענערע רעגיאָנעלע בית־עולמס איבערן לאַנד. זיי זעען אויס ווי קליינע פּאַרקן, צוגעדעקטע מיט בעטאָן, מיט קליינע צלמימלעך און מיט ווײַס־באַפֿאַרבטע שטיינער בײַ די גרענעצן. אין אָט די קבֿרים־ערטער פֿירט די רעגירונג דורך יאָריקע "טעג פֿון געדענקען און פֿאַּרגעבונג", כּדי מזכּיר צו זײַן די געפאַלענע. יעדער לעבן־געבליבענער אײַנוווינער פֿון רוואַנדע האָט בעת די "אומרוען" פֿאַרלוירן כאָטש איין משפּחה־מיטגליד. די צערעמאָניעס באַמיִען זיך צו אַנטוויקלען בײַ אַלעמען אַ נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן און אידענטיטעט ווי רוואַנדער, מיט וועלכער צו פֿאַרבײַטן די אַלטע צעטיילערישע אידענטיפֿיקאַציע ווי הוטוס און טוציס.

די ריטואַלן פֿון דערמאָנונג און פֿאַּרגעבונג

בײַ די ריטואַלן הערט מען ווייניקער תּפֿילות ווי נײַע נאַציאָנאַלע לידער, רעדעס פֿון "געדענקערס" און בעלי־תּשובֿה. עס באַטייליקן זיך אין אָט די נײַע ריטואַלן אַנשים נשים ותף. עס קומען צו פֿאָרן אויף זיי גאַנצע קינדער־שולן, מיטל־שולן, און אוניווערסיטעטן. ס’מערקט זיך בעת־מעשׂה אַ געוויסער המשך צווישן די פֿאַרשפּרייטסטע לאָקאַלע מינהגים וואָס זענען איבערגעבליבן פֿון די אַלטע, אַמאָליקע משפּחהדיקע איבערלעבונגען פֿון טרויער און די נײַערע מלוכישע צערעמאָניאַלן, כּדי אי צו געדענקען די געפֿאַלענע, אי צו שאַפֿן דאָס נײַע רוואַנדישע פֿאָלק און פֿאָלקס־געפֿילן.

פֿאַרגעבן, נאָר ניט פֿאַרגעסן

די רוואַנדער דאַרפֿן אויך האָבן אין זין, אַז ניט אַלע הוטוס זענען געווען רודפֿים. בעת די גרויליקע טעג האָבן אויך אייניקע הוטוס פֿאַרלוירן זייערע אייגענע פֿרײַנד און משפּחה־מיטגלידער און זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר און אויסבאַהאַלטן טוציס. דאָך איז איין אָפֿטער נוסח פֿון דערמאָנען יענע פֿינצטערע צײַטן, זיי אָנצורופֿן "די צײַט פֿון די הוטו־מאָרדן" און אַזאַ נוסח שטערט זייער די אָנגייענדיקע פּרוּוון צו פֿאַראייניקן אַלעמען אין איין בשותּפֿותדיק פֿאָלק: דאָס "רוואַנדער פֿאָלק", וואָס דאַרף איצט דעפֿינירט ווערן ווי דאָס פֿאַראייניקטע פֿאָלק פֿון די הוטוס פּונקט ווי פֿון די טוציס. דערפֿאַר איז אַזוי וויכטיק צו זײַן זייער אָפּגעהיט בײַם אָפּקלײַבן און אײַנלערנען לידער, פּאָעמעס און זכרונות לגבי די שרעקלעכע צײַטן פֿון ערשט מיט 15—16 יאָר צוריק. די וווּנדן זענען בײַ אַלעמען נאָך זייער פֿריש און זייער ווייטיקדיק און מען כאַפּט זיך אַפֿילו אַרויס, ניט־וויסנדיק, מיט אַ סטערעאָטיפּישן פּיזמון וואָס איז ווײַט ניט בהסכּם מיט דער נײַער פּאָליטיק און אַפֿילו אויך ניט דווקא בהסכּם מיט דעם וואָס אַ געוויסער בעל־דבֿר האָט געוואָלט זאָגן און וויל זאָגן אין אַ געגעבענעם מאָמענט אָדער קאָניונקטור.

דער ריינער אמת ליגט בײַ קיינעם ניט אין דער אייגענער קעשענע און איז באמת זייער קאָמפּליצירט. מערסטע מענטשן הייבן ביסלעכווײַז אָן צו פֿאַרשטיין דעם "בזמן ההם" אַנדערש ווי זיי אַליין האָבן אים, לכתּחילה, פֿאַרשטאַנען. מען דאַרף אויך דאָקומענטירן די הריגות, נאָר בפֿרט דערגיין צו דער מסקנא, אַז די מאַסן־קבֿרים אַליין העלפֿן איצט אפֿשר גאָר ניט צו דערגריבלען זיך צום לכתּחילותדיקן אמת פֿון דעם וואָס איז אין רוואַנדע פֿאַּקטיש פֿאָרגעקומען. מאַסן־קבֿרים קענען זײַן נאָר פֿאַרשיידענערליי נאַטירלעכע קאַטאַסטראָפֿעס אויך (ערד־ציטערנישן, הוראַגאַנען, אונטערוואַסער־נאַפֿטאויסגוסן, וווּלקאַנישע אויפֿרײַסן, פֿאַרפֿלייצונגען, צונאַמיס, עפּידעמיעס אאַז״וו). קיין איינע פֿון זיי פֿירט ניט צו קיין חשבון־הנפֿש און דאָס איז דער הויפּט־חילוק אויף וועלכן מען מוז אי מקפּיד זײַן, אי דערנאָך פֿאַראייניקן די געמיטער. ווי האָט געזאָגט (און מיט רעכט) דער גרויסער היסטאָריקער און פֿילאָסאָף ערנעסט רענאַן? "אַ מפּלה קען האָבן אַ גרעסערן נוצן ווי אַ נצחון פֿאַרן באַשאַף פֿון אַ נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן". דאָס איז ווײַל אַ מפּלה רופֿט כאָטש אַרויס התחײַבֿותן פֿון ווידעראויפֿבוי, פֿאַרגעבונג און משווה זײַן זיך, אי מיט דער פֿאַּרגאַנגענהייט און אי איינער מיטן אַנדערן. דאָס איז די גרויסע און שווערע עובֿדה וואָס די רוואַנדער רעגירונג און דאָס גאַנצע רוואַנדער פֿאָלק נעמען זיך אונטער אין משך פֿונעם לעצטן יאָרצענדלינג. ווינטשן מיר זיי אַ יישר־כּוח פֿאַר דעם וואָס זיי האָבן דערווײַל דערגרייכט. ווער ווייסט מער ווי מיר, ווי שווער אַזאַ אַרבעט קומט אָן די וואָס פּרוּוון זיך מיט איר ערנסט אָפּצוגעבן. פּונקט איצט, ווען עס קומען, סוף־כּל־סוף, פֿאָר אין רוואַנדע פּראָצעסן קעגן די וואָס האָבן די הריגות אָנגעפֿירט, איז ספּעציעל וויכטיק און כּדאַי אַרויסצוּווײַזן אונדזער אַחדות מיט די געליטענע פֿון רוואַנדע. ווער־ווער, נאָר מיר דאַרפֿן פֿאַרשטיין און דערפֿילן זייער ווייטיק און פֿאַרדראָס!