אַ זײַט פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ־טראַנסמיסיע אין שוועדן פֿאַר קינדער |
ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש זענען שוין לאַנג ניט קיין נײַעס, נאָר געוויינטלעך ווערן זיי טראַנסמיטירט פֿאַר דערוואַקסענע, אין גרעסערע ייִדישע ייִשובֿים מיט קאָנצענטרירטע ייִדישע באַפֿעלקערונגען. שוועדן איז אין דעם פֿאַל אַ יוצא־מן־הכּלל. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז לפֿי־ערך קליין, און די "ייִדיש־ייִדישע", נאָך קלענער. אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק (2005) איז ייִדיש געוואָרן אויסגעקליבן ווי איינע פֿון די פֿינף "אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־לשונות" פֿונעם לאַנד, ווי אַן אָנערקענונג פֿונעם פֿאַקט, אַז מען רעדט שוין דאָרטן ייִדיש מער ווי 400 יאָר! און שוועדן מיינט עס ערנסט מיט די "אָפֿיציעלע מינאָריטעטן־לשונות" [די אַנדערע פֿיר זענען פֿיניש, סאַמיש (עסקימאָסיש), דער נאָרוועגישער דיאַלעקט וואָס ווערט גערעדט אין אַ טייל פֿונעם לאַנד, און ציגײַנעריש (אויך דאָס לאָקאַלע שטום־לשון — Swedish sign language)]. זיי האָבן אַלע "באַקומען דאָס רעכט צו ווערן געשטיצט, כּדי אַלע אײַנוווינער פֿון לאַנד זאָלן האָבן די מעגלעכקייט צו באַנוצן און אַנטוויקלען אָט די לשונות". אפֿשר דער הויפּט־אויפֿטו פֿון דעם אַלעמען איז דערווײַל די קינדערצענטרישע טראַנסמיסיעס וואָס זענען אויפֿגעקומען. די נײַע שוועדישע באַמיִונגען לטובֿת ייִדיש זענען איצט באמת די איינציקע פֿון דעם מין אויף דער גאָרער וועלט.
לעצטנס, האָט מען גענומען טראַנסמיטירן פּראָגראַמען יעדע וואָך אויף אָט די אַלע אויבן־אויסגערעכנטע לשונות און מע גיט אויך אַרויס צוזאַמען מיט די טראַנסמיסיעס, ספּעציעל צוגעגרייטע לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר עלטערע און ייִנגערע קינדער. אויף להבא וועט מען אויף די זעלבע פֿינף לשונות אויך לערנען מיט תּלמידים אין די עפֿנטלעכע קינדער־שולן און מיטלשולן, כאָטש ס'איז נאָך דערווײַל ניט קלאָר וויפֿל צײַט ס'וועט אויף אַזעלכע פֿאָרמעלע לימודים אָפּגעגעבן ווערן. די דערווײַל צוגעגרייטע לערן־מאַטעריאַלן, וואָס זייער ציל איז צו באַגלייטן און דערגאַנצן די טראַנסמיסיעס, באַשטייען פֿון אינפֿאָרמאַטיווע פּאַראַגראַפֿן און אילוסטרירטע קיצורים, אויף ייִדיש און אויף שוועדיש, וואָס ווערן צוזאַמען פֿאַרשפּרייט דורך דער אינטערנעץ. די אילוסטראַציעס זענען שיינע און שפּילעוודיקע, און די קיצורים און אַנדערע טעקסטן זענען בדרך־כּלל קאָרעקט און אינטערעסאַנט אָנגעשריבן (כאָטש אַ ביסל מיט טעותן און אַנדערע ניט־פּינקטלעכקייטן, אי אינעם אויסלייג, אי אינעם ווערטער־אָפּקלײַב).
"דער פֿאַרכּישופֿטער עקראַן: דערציילונגען פֿאַר קינדער אויף ייִדיש אויפֿן שוועדישן ראַדיאָ"
מיט אָט דעם קעפּל (אויף שוועדיש) הייבן זיך אָן די געדרוקטע ידיעות פֿונעם 23 אַפּריל 2008. דערנאָך קומט אַ קורצער ברוך־הבא ("שלום־עליכם!"), אויך אויף שוועדיש, מיט דער אַרײַנפֿיר־פֿראַגע "פֿאַרשטייסטו אַ ביסל, קענסטו רעדן אָדער ווילסטו קענען מער ייִדיש?" תּיכּף דערנאָך קומט דאָס ווײַטערדיקע קעפּל, פֿריִער אויף שוועדיש און באַלד איבערגעחזרט אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות: "די פֿאַרכּישופֿטע פּישקע (pishke!) — דערציילונגען פֿאַר קינדער אויף ייִדיש אויפֿן שוועדישן ראַדיאָ". דער ווײַטערדיקער ייִדישער טעקסט לייענט זיך אַזוי:
"אָנהייבנדיק דעם זונטיק 13ן (!) אַפּריל ווערן פֿינף דערציילונגען אַרויסגעשיקט אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם שוועדישן ראַדיאָ. די סעריע איז פֿאַר אַ ביסל עלטערע קינדער און מיר וועלן הערן (רעקאָרדירט אויף דער וועבזײַט), צווישן אַלע אַנדערע, ישׂראל ראַם און סאָלאָמאָן שולמאַן לייענען (!) און דערציילן וועגן "חנהלעס שבת", ווי מען האָט געפּראַוועט פּסח אין דעם יאָר 1945, און (אויך) די אויפֿגעציטערטע (!) מעשׂה פֿונעם גולם, דעם ריז".
ווײַטער קומט אַ קיצור פֿון אַ מעשׂהלע וואָס הייסט "אליהו הנבֿיא — 1945", פֿריִער אויף שוועדיש און באַלד דערנאָך, דער זעלבער קיצור אויף ייִדיש, געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות. צום סוף, קומט שוין דער קיצור אַ דריט מאָל, דאָס מאָל מיט ייִדישע אותיות ממש, בזה־הלשון:
"אליהו הנבֿיא — 1945, אַ דערציילונג פֿאַר גרעסערע קינדער וועגן אַ פֿאַרשיידענעם (!) סדר־נאַכט אין אַ שווערער צײַט".
עס זענען די לעצטע טעג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאַצי־דײַטשלאַנד, וואָס איז שולדיק פֿאַר דעם חורבן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, האַלט אין צונויפֿפֿאַלן (זיך) אונטער דעם דרוק פֿון די אַליִיִרטע כּוחות. אין אַ גרענעץ־שטעטל צווישן בעלגיע און פֿראַנקרײַך זיצן עטלעכע ייִדישע קינדער, מיט זייער לערער, באַהאַלטן אין אַ ווײַנקעלער. זיי האָבן זייער מורא אַז געסטאַפּאָ, היטלערס אָפֿיציעלע קאָמאַנדע (!), וועט זיי געפֿינען. דער לערער וויל טרייסטן די קינדער און טאָן (!) אַז זיי וועלן פֿאַרגעסן די הײַנטיקע צרות. עס איז פּסח, אָבער ווי (קען מען) פּראַווען יציאת־מצרים, זיצנדיק אין אַ תּפֿיסה אין אַ קעלער (!), אָן עסנוואַרג, אָן ליכט און אָן האָפֿענונג?
באַטייליקט: ישׂראל ראַם
פּראָדוצענט (!): לודוויג יאָסעפֿסאָן
עס וואָלט זיך זייער וועלן אויסגעפֿינען וועגן אָט די צוויי מיטאַרבעטער פֿון די קינדער־טראַנסמיסיעס און פֿון די בײַגעלייגטע דערקלער־מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. אפֿשר וואָלטן אונדז אייניקע פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער אין שוועדן (אָדער אַפֿילו די מיטאַרבעטער אַליין) געקענט עפּעס דערציילן וועגן זיי און זייערע פּלענער און דערגרייכן.
נאָך דער פּסח־מעשׂה קומט אַ קיצור פֿון דער אַלטער און אין תּוך טרויעריקער מעשׂה וועגן דעם "גולם פֿון פּראָג". די מעשׂה קען מען אויך באַלד הערן פֿאָרלייענען און אויסשפּילן דורך דער אינטערנעץ. מען קען דערנאָך זיך אויסלערנען לייענען "צען ווערטער אויף ייִדיש" (געשריבן אויף ייִדיש ממש און אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות און איבערגעזעצט אויף שוועדיש). מען קען אויך הערן אַ קורצע און מסתּמא קאָמישע פּראָגראַם, ווי אַזוי מאַלפּעלעך רעדן אויף ייִדיש, זען צען פֿאָטאָגראַפֿיעס אויפֿן "כּישוף־עקראַן" פֿון דער "ביראָבידזשאַנער אויטאָנאָמער געגנט" (אַרײַנגערעכנט די סקאַבראָווע דאָרטיקע סימנים פֿונעם עפֿנטלעכן ייִדיש־שבכּתבֿ) און די פּראָגראַם, אָנגעגעבן בלויז אויף ענגליש (!), מכּוח זומער 2008 אין ביראָבידזשאַן און אין כאַרבין, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט, ישׂראל.
דאָס פּעקל לערן־מאַטעריאַלן פֿאַרמאָגט אויך אַ האַנט־געשריבענעם בריוו, אַגבֿ געשריבן מיט זייער אַ שיינער "מעכאַנישער האַנטשריפֿט", וועגן דער זומער־פּראָגראַם פֿון ייִוואָ אין ניו־יאָרק (דאַטירט זומער 2004). אַ שאָד נאָר וואָס דער בריוו איז אָנגעפּיקעוועט מיט אויסלייג־ און גראַמאַטיק־טעותן, וואָס פֿאַר אָנהייבער־לייענער קענען זיי זײַן ספּעציעל פֿאַרפֿירעריש.
צום סאַמע סוף קומט אַ דאַנק־אויסדרוק, גראָד אין גאַנצן אויף ענגליש, צו די אַלע פֿון ישׂראל (לויט די פֿאַמיליע־נעמען, מערסטנס געקומענע פֿון רוסלאַנד) און פֿון רוסלאַנד גופֿא, "וואָס האָבן געגלייבט אין אונדז און האָבן אונדז אַרויסגעהאָלפֿן". דער איינציקער אַמעריקאַנער אויף דער רשימה איז דער גוט־באַקאַנטער "שטעלפֿאַרטרעטער בײַם רעדאַקטאָר" פֿון "פֿאָרווערטס", איציק גאָטעסמאַן.
עטלעכע אָפּשאַץ־ווערטער
די טראַנסמיסיעס און זייערע בײַגעלייגטע לערן־מאַטעריאַלן זענען זיכער ניט גרינג אָנגעקומען די צוגרייטער און צוזאַמענשטעלער. ס'איז אין זיי קענטיק אַרײַנגעלייגט געוואָרן אַ סך מי, אַ סך קאָפּ און ניט ווייניק געלט. דער געמיש פֿון די מאַטעריאַלן איז אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער: אי תּוכיק, אי שפּראַכיק, אי וויזועל. פֿאַרשיידענע ניוואָען פֿון ייִדיש זענען פֿאַרטראָטן (ייִדיש פֿאַר אָנהייבער און ייִדיש פֿאַר מיטנדיקע), פֿאַרשיידענע מדרגות (פֿאַר אַזעלכע וואָס קענען בלויז פֿאַרשטיין טעקסטן מיט לאַטײַנישע אותיות, אַזעלכע וואָס קענען שוין לייענען טעקסטן מיט געדרוקטע אותיות, און לסוף פֿאַר אַזעלכע וואָס קענען פֿאַרשטיין טעקסטן מיט געשריבענע אותיות — וואָס דאָס איז שוין הײַנט צו טאָג געוואָרן די זעלטענע מדרגה). די אילוסטראַציעס זענען באמת שיינע און אַפֿילו פֿאַרכאַפּנדיקע. הכּלל, מען האָט ניט געקאַרגט קיין הוצאָות און ווען מײַנע אַלע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען וואָלטן בײַ מיר אין דער היים "געקלאַפּט" אַזוי ווי זיי וואָלטן געדאַרפֿט קלאַפּן, שטעל איך זיך פֿאָר אַז כ'וואָלט געהאַט נאָר גוטס צו זאָגן וועגן דעם קלאַנג פֿון די גערעדטע און אויסגעשפּילטע טעקסטן און וועגן די קאָלירן פֿון די אילוסטראַציעס. שוועדן איז אַ לאַנד פֿון אַוואַנסירטער טעכנאָלאָגיע און מע האָט ייִדיש געגעבן יעדן צוטריט צו אַלע מעגלעכע רעסורסן.
לסוף, אַ ביסל קריטיק, פּשוט ווי צדה־לדרך:
עס וואָלטן געדאַרפֿט זײַן אַ ביסל לידער צום זינגען (מיט נאָטן) און אַ ביסל פּאָעמעס צום רעציטירן. ביידע וועלן העלפֿן אַנטוויקלען דעם ייִדיש־אויער און געזאַנג איז גוט ניט נאָר פֿאַרן ייִדיש־קול, נאָר פֿאַר דער ייִדישער נשמה אויך.
מען דאַרף אויך דערמוטיקן און דערמעגלעכן די יונגע לייענער אַרײַנצושיקן בילדער, וויצן, פֿראַגעס און ענטפֿערס (אויף רעטענישן אָדער אַנדערע פֿרעגשפּילן און קאָנטעסטן). אַזעלכע מעגלעכקייטן פֿאַר באַטייליקונג קענען אַקטיוויזירן די יונגע לייענער און זענען דערפֿאַר אי גוט פֿאַרן לשון־לימוד, אי פֿאַר דער געטרײַקייט צו די טראַנסמיסיעס גופֿאַ מצד דעם יונגן עולם.
עס פֿעלט דערווײַל לגמרי די שוועדישע סצענע און דאָס מוז ניט אָנגיין אַזוי, סײַדן מע וויל, אַז דער גאַנצער ענין־ייִדיש זאָל לסוף ווערן פֿרעמד אַ דור וואָס וועט זיך דאָרטן פֿילן אַלץ מער און מער אין דער היים. טעמעס, מיט וועלכער מען וואָלט אפֿשר געקענט אָנהייבן, וואָלטן געקענט זײַן קאַפּיטלעך פֿון דער ייִדישער געשיכטע און וועגן ייִדישע פֿיגורן פֿון שוועדן.
ייִדן זענען אַ וועלטפֿאָלק און ייִדיש איז אַ וועלטשפּראַך. ניו־יאָרק, פּאַריז און תּל־אָבֿיבֿ מעגן זיך אויך אַ ביסל אָנזען אין דער צוקונפֿט. אויך די ייִדישע יום־טובֿים און מינהגים טאָר מען ניט פֿאַרזען. קינדער דאַרפֿן האָבן ייִדיש אין שוועדן, כּדי דאָרטן צו קענען ממשיך צו זײַן אין דער רײַכער קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דאָס וואָלט אַ סך מער געפּאַסט, ווי די איידל־פֿאַרמאַסקירטע סאָוועטישע טעמאַטיק וואָס די טראַנסמיסיע־צוגרייטער האָבן מיטגעשלעפּט מיט זיך פֿון דער אַלטער היים.
דער ייִדיש פֿון כּמעט יעדן טעקסט הינקט אַ ביסל (און אַ מאָל אַ "שיין ביסל") אונטער. דאָס איז ניט אַחריותדיק און ניט פּעדאַגאָגיש. אין שוועדן און אין דענמאַרק זענען פֿאַראַן מומחים, וועמען מען וואָלט געדאַרפֿט בעטן פּשוט לינגוויסטיש דורכצוקוקן אַלע טעקסטן, איידער מע צעשיקט זיי.
* * *
אַרום און אַרום אָבער, קומט די נײַע ייִדיש־לשונדיקע טראַנסמיסיעס פֿון שוועדן אַ גרויסער "יישר־כּוח" און אַ "לאַנג לעבן זאָלט איר!" — הלוואַי זאָל כאָטש אין אַמעריקע און ישׂראל אַזוינס אויך געקענט אויפֿקומען און מצליח זײַן! נו, באָריס סאַנדלער און איציק גאָטעסמאַן, וווּ זענט איר? באַווײַזט אַ קונץ און זאָל אין אַמעריקע אויך זײַן אַזאַ פּראָגראַם פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און ענגליש אויף דער אינטערנעץ. עס וואָלט אפֿשר אַפֿילו געקענט פֿאַרשפּרייט ווערן ווי אַ טייל פֿון דער וועכנטלעכער וועבזײַט וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין איצט. פֿאַכלײַט צוצוגרייטן דעם מאַטעריאַל זענען אין אַמעריקע פֿאַראַן אַ סך מער ווי אין שוועדן, און טעכניקערס: אַוודאי און אַוודאי.