פּובליציסטיק
סאַראַ גרייס ווילסאָן און פּאָל קאָלינס, אין דער פּיעסע "זינד"
סאַראַ גרייס ווילסאָן און פּאָל קאָלינס, אין דער פּיעסע "זינד"

איז וווּ זשע האַלט מען? דאַכט זיך בײַ "זינד," וואָס שפּילט איצט אין "ברוך־קאַלעדזש," וועלכער געפֿינט זיך אויף לעקסינגטאָן־עוועניו און דער 25סטער גאַס. די פּיעסע איז געבויט אויף יצחק באַשעוויס־זינגערס דערציילונג וואָס הייסט אויף ענגליש The Unseen, אויף ייִדיש מסתּמא "די פֿאַרבאָרגענע." אָבער איך בין נישט זיכער דערין. אַדאַפּטירט די דערציילונג פֿאַר דער בינע האָט משה אַלטמאַן, נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער אַנטדעקט די "פֿאָלקסבינע נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער", געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון אַלטע ייִדישע פּיעסעס, גענומען זיי אַדאַפּטירן פֿאַר דער בינע ביז ער האָט באַקומען דעם טיטל פֿון אַסיסטענט־אַרטיסטישער דירעקטאָר.

נאָך זעקס יאָר אין ייִדישן טעאַטער איז זיך דער שידוך צעפֿאַלן און ער איז אַריבער צום "נײַעם וועלט־טעאַטער־פּראָיעקט", אויף ענגליש. אָבער אין צווישן איז ער דערגאַנגען, אַז ער קען אויף דער אייגענער האַנט סײַ אָפּקלײַבן, סײַ אַדאַפּטירן און סײַ פּראָדוצירן פּיעסעס אָן יענעמס לאַסקעס. זעט אויס, ער איז פֿאַרקאָכט אין טעאַטער לגמרי און, לאַוו־דווקא, אויף ייִדיש.

משה אַלטמאַן שטאַמט אָפּ פֿון פֿרומע עלטערן און פֿון אַ פֿרומער סבֿיבֿה. אַזוי אַז אין סאַמע אָנהייב איז אים די גאַנצע ייִדישע וועלטלעכע וועלט געווען פֿרעמד. צו ביסלעך האָט ער זיך גענומען באַקענען מיט איר: לייענען, פֿאָרשן, ביז — די טעאַטער־וועלט איז אים אַרײַן אין בלוט. און כאָטש ער האָט אויסגעפֿונען, אַז ס׳רובֿ ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און קינסטלער שטאַמען אָפּ פֿון פֿרומע ייִדישע היימען, איז זײַן אַרײַנטראָט אין זייערע שיך אַ ביסעלע פֿריצײַטיק. יענע פּלעיאַדע ייִדישע שרײַבער האָבן שוין יונגערהייט אײַנגעזאַפּט אין זיך די וועלט־ליטעראַטור, פּאָעזיע און קונסט פֿון יענער צײַט. אַזוי, אַז זיי האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין ייִדיש־קינסטלערישע קערפּערשאַפֿטן, אָנגעלאָדן מיט ביידע וועלטן און אָנצושפּאַרן זיך אין זיי איז דערווײַל נישט קיין אויסרייד. און ווי אַ צוגאָב, וויל איך גאָר צוגעבן וואָס שייך משהס באַמערקונג, אַז חיים גראַדע און פּרץ הירשביין האָבן ביידע געשריבן דראַמאַטורגיע. אין פֿאַל פֿון חיים גראַדע, איז עס אויסגעזויגן פֿונעם פֿינגער. אָבער מיט פּרץ הירשביינען האָט ער געטראָפֿן אין פּינטל.

וועגן דעם טעאַטער אין "ברוך־קאַלעדזש" קען מען צוגעבן, אַז ער אַנטהאַלט אַ בכּבֿודיקן זאַל מיט אַ צוגענגלעכער בינע. די דעקאָראַציעס (מײַקל לאָכער) פֿאַר דער פּיעסע זײַנען שטאַרק געלונגענע. די קאָסטיומען (טשײַנאַ לי) גאָר פּרעכטיק צוגעשניטן צו יענער צײַט און סטיל.

גייען מיר ווײַטער. די סיפּור־המעשׂה הייבט זיך אָן אום יום־כּיפּור, דעם הייליקסטן טאָג פֿונעם יאָר בײַ ייִדן. פּונקט דעמאָלט באַשליסט דער שׂטן אַראָפּצולאָזן זיך מיט זײַן סוויטע אויף אַן עלטער פּאָרפֿאָלק אינעם שטעטעלע פֿראַמפּאָל. דער מאַן הייסט נתן (פּאָל קאַלינס), אַ גבֿיר און אַ גליקלעכער מענטש; האָט ליב זײַן ווײַב, רויזע־טעמערל (סוזאַן טאָרען). דאָס איז אַ פּאָרפֿאָלק וואָס לעבט זיך גליקלעך און צופֿרידן ביז עס באַווײַזט זיך לייביש (גרענט־דזשיימס וואַרהאַס) — דער טײַוול אַליין — אינעם לבֿוש פֿון אַ בעל־עגלה. ער ברענגט מיט זיך מיט צוויי מכּלומרשטע דינסטן, ווײַל דער טײַוול ווייסט, אַז רויזע־טעמערל נייטיקט זיך אין אַ משרת וואָס קאָכט און באַקט. נאָר איידער רויזע־טעמערל שטעלט אָן אויף אַרבעט איינע פֿון די מיידן, שטעלט זי זיי אַ שלל מיט פֿראַגעס וועגן דינים און ריטואַלן. און איינע פֿון די מיידן איז אויסגעקאָכט אין זיי.

די צוויי צוציִענדיקע דינסטמיידלעך זײַנען דבֿורה־לאה (דזשעסי דאַטינאָ) און שפֿרה־צירל (סאַראַ־גרייס ווילסאָן). שפֿרה־צירל איז אַן אמתע לילית און דלילה אין איין געשטאַלט. פֿאַרפֿירט זי דעם בעל־הבית פֿון הויז, נתנען, הייסט עס, און ברענגט אַן אומגליק אויף דעם הויזגעזינד. און ווען נתן אַנטלויפֿט מיט שפֿרה־צירלען, און פֿאַרלאָזט זײַן געטרײַע רויזע־טעמערלען, ברענגט ער אַן אומגליק, דער עיקר, אויף זיך. זײַן ווײַב, רויזע־טעמערל, בלײַבט נאַקעט און באָרוועס, ביז עס באַווײַזט זיך משה מעכעלעס (פּיער עפּשטיין) און לייגט איר פֿאָר אַן אויסטערלישן אויסוועג. אויפֿן אויסזען איז ער אָפּגעריסן־אָפּגעשליסן. ער דערמאָנט אין אַ שנאָרער, כאָטש ער פֿאַרמאָגט אַ מאַיאָנטעק. ער לייגט פֿאָר רויזע־טעמערלען הייראַט און בלית־ברירה נעמט זי אָן זײַן פֿאָרשלאָג, כאָטש ער איז איר גאָרנישט צום האַרצן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער טײַוול טוט אָפּ אַלערליי פֿאַרפֿירערישע שטיק; וויל באַווײַזן, אַז דער מענטש איז אין תּוך גענומען פֿאַרדאָרבן און זינדיק. מאַכט ער אַ תּל אויך פֿונעם צווייטן שידוך צווישן רויזע־טעמערלען מיט משה מעכעלעסן, ביז...

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן. ס׳איז אין באַשעוויסעס סטיל און זשאַנער צו געבן אַזאַ כּוח דעם סיטרא־אַחרא, אַז ער איז פֿעיִק צו פֿאַרניכטן מענטשן און וועלטן. ער איז מסוגל אָפּצומאָלן דעם טײַוול ווי ער וואָלט געשטאַנען דערבײַ, מיט אַלע קאָלירן פֿון דער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע, ווי אַן אַכזר און אַ פֿאַרפֿירער. די מגידים פֿלעגן גיין פֿון שטעטל צו שטעטל און דערשרעקן ייִדן מיטן קאָכעדיקן גיהנום, מיט דער שאול־תּחתּיה. ס׳איז ממש געווען אַ טייל פֿון דער ייִדישער שטעטל־טראַדיציע צו דערשרעקן און צו וואָרענען אַ יעדן ייִדן אין קליינעם שטעטל צו גיין אויפֿן דרך־הישר און נישט אַרײַנפֿאַלן אין די לאַפּעס פֿון זינד, פֿון געלט־גײַציקייט און פֿון טמא.

איך בין געקומען זען די פֿאָרשטעלונג אַ שבת־צו־נאַכטס, אין אַ גוסרעגן; ממש, אין אַ מבול, וואָס קיין הונט לאָזט מען נישט אַרויס אין גאַס אין אַזאַ וועטער. אָבער מיר איז געגאַנגען אין לעבן צו זען אויף וואָס משה אַלטמאַן איז פֿעיִק. בין איך דווקא געווען צופֿרידן, אַז דער נײַער קאַנדידאַט אויף ייִדיש טעאַטער איז אַרײַנגעטאָן דערין מיט לײַב און לעבן. און כאָטש ער זאָגט, אַז ער איז נישט קיין ייִדישיסט — ווי דאָס וואָלט געווען אַ זידלוואָרט — און איז גרייט צו פֿאַרנעמען זיך מיטן ענגלישן טעאַטער, איז ער שוין אַ פֿאַרלוירענער, ווײַל דער טעאַטער־מיקראָב האָט אים אָנגעגריפֿן, און ווער עס ווערט אָנגעגריפֿן מיט דעם ווירוס, ווייסט אַז ס׳איז שווער פֿון אים פּטור צו ווערן.

די אַקטיאָרן טויגן זיך שטאַרק אויס אין זייערע ראָלעס. זיי שפּילן עכט און איבערצײַגעוודיק. פֿאַרשטייט זיך, אַז סוזען טאָרען איז באַקאַנט אין ייִדישן טעאַטער. זי איז אַן אויסערגעוויינטלעכע אַקטריסע, מיט גרויס טאַלאַנט און אײַנגעהאַלטנקייט.

איין זאַך וויל זיך עצהנען משה אַלטמאַנען. די פּיעסע איז צו לאַנג, מען דאַרף זי שנײַדן, כאָטש מיט אַ האַלבער שעה אויב נישט אַ קאַפּיטשקע מער. נישט יעדעס וואָרט פֿונעם מחבר איז תּורת־לאָקשן. מ׳דאַרף די פּיעסע פּאָלירן און אַדאַפּטירן אויף אַזוי פֿיל, אַז זי זאָל זײַן אָרגאַניש פֿאַרבונדן מיט דער סיפּור־המעשׂה, אָבער נישט איבערציִען די שטריקלעך. דער טײַוול איז טאַקע אַ בונטאַר, אָבער ער טאָר עס נישט צעפּויקן איבער אַלע דעכער אויף די הויכע טענער. ער קען נאָך אָנטאָן אַ לונגען־פֿעלער דעם רבונו־של־עולם.

איך פֿאַרשטיי, אַז דער געדאַנק דערבײַ האַלט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ קאָנפֿראָנטאַציע, און אַ קאָנספּיראַציע קעגן גאָט, און צום סוף מיטן הילכיקן פּויק וואָס פֿאַרגלישעט, מיינט דערמיט צו טאַדלען די וועלטלעכע ייִדן וואָס לייקענען אָפּ גאָטס עקזיסטענץ בכלל. נישט קיין גרינגע עובֿדה פֿאַר אַ רעזשיסאָר. דער רעוואָלט מוז נישט דווקא זײַן אַזאַ גרויזאַמער און שטורמישער, מיט פֿײַער און פֿלאַמען. ער קען זײַן אַ סך סובטילער און אײַנגעהאַלטענער.

בײַ ייִדן זײַנען פֿאַראַן אַ שלל מיט השׂגות ווען עס קומט צו דער אמונה. גייט מען אַוועק, איז עס שטילערהייט, מ׳צעפּויקט עס נישט איבער אַלע דעכער. בײַ באַשעוויסן איז געבליבן דער ריס צווישן טאַטנס בית־דין־שטוב און דעם רבינס הויף, צונויפֿגעפּאָרט מיט זײַן אַוועקגיין דערפֿון און אָנשליסן זיך אין דער וועלטלעכער מחנה. עס האָט אויסגעעקבערט בײַ אים אַ וווּנד אין האַרצן. דעריבער האַלט ער זיך אין איין בונטעווען אין אַ סך פֿון זײַנע ווערק און אין דער זעלבער צײַט פּראָקלאַמירט ער וועלטלעכקייט. אַ סך מאָל געלינגט עס אים ליטעראַריש.

בכלל, ווען עס קומט צום ענין שׂטן און זײַנע משרתים, ווערט עס געטאָן בײַ ייִדן מיט דינערע טענער און בשתּיקה; ווי אַ קאָנספּיראַציע. די וועלט פֿון אַבערגלויבנס און שפּרוכן, פֿון עין־הרעות, מופֿתים און כּישוף, איז פֿאַרבונדן מיט פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע, מיט די אַמאָליקע מלמדים, רביים און מגידים. זיי האָבן עס פֿאַרשפּרייט הונדערטער יאָרן נאָך אַנאַנד. ביזן הײַנטיקן טאָג זײַנען פֿאַראַן ייִדן וואָס גלייבן אין אַלערליי אַבערגלויבנס און זאַבאָבאָנעס. אפֿשר מאַכט עס דאָס לעבן קאָלירפֿולער און גרינגער צו וויסן, אַז עמעצער נעמט זיך פֿאָרט אָן די קריוודע פֿאַר זיי; עמעצער באַצאָלט פֿאַר זײַן זשעדנעקייט; אַז ערגעץ איז פֿאַראַן אַ בית־דין־של־מעלה.

דער רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע קענט פּאָל האָט, דאַכט זיך מיר, נישט באַנומען די פּיעסע אין איר ייִדישער פֿאָלקסטימלעכקייט פֿונעם שטעטל; אַ פֿרעמדע וועלט פֿאַר די, וואָס זײַנען נישט אַרײַנגעטאָן און נישט אויסגעוואַקסן אין ייִדישן מהות און ייִדישן מקור. בײַ אַלע פֿעלקער אין דער וועלט זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע פֿאָלקס־גלייבענישן און אַבערגלייבענישן, וואָס גייען פּאַראַלעל מיט זייער אמונה. בלויז אַ טייל פֿון פֿאָלק זײַנען מסוגל צו פֿאַרשטיין וואָס ס׳שטייט געשריבן אין די הייליקע ספֿרים. די רעשט נייטיקט זיך אין עפּעס וואָס האָט צו טאָן מיט ריטואַלן און מיטאָלאָגיע.

צי די פּיעסע קען מען אָנרופֿן אַ מיסטישע קאָמעדיע, איז אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. מיט איין וואָרט, ס׳איז באַשעוויס־זינגערס סענסאַציאָנעלער נאָמען "זינד," און די מענטשהייט איז ביזן הײַנטיקן טאָג באַצויבערט מיט דער טעמע. די פּיעסע איז צוגענגלעך און איך מיין, אַז מ׳דאַרף זי אויסטײַטשן אויף אַמאָליקע אָדער, בעסער געזאָגט, אויף הײַנטיקע באַגריפֿן פֿון פֿרומקייט. איך גלייב נישט, אַז עס קומט פֿון באַשעוויסעס האַנט. עס גיט צו קאָלאָריט צו דער פּיעסע. עס קען זײַן, אַז דער בחור שנײַדט זיך אויף אַ טעאַטראַל. מיר ווינטשן אים ער זאָל מצליח זײַן אין זײַן באַרוף.