פֿונעם אייביקן קוואַל

חג־הפּסח

אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי פּסוקים וועגן דעם יום־טובֿ פּסח, וואָס זעען אויס ווי סתּירותדיקע. אין איין אָרט, בײַם סוף פֿון דער פּרשה "ראה", שטייט געשריבן: "ששת ימים תאכל מצות" — איר זאָלט עסן די מצות זעקס טעג, און דעם זיבעטן זאָל מען פּראַווען אַ באַזונדערן יום־טובֿ — עצרת — פֿאַרן אייבערשטן. די פּרשה "בא", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים, זאָגט אָבער אָן, אַז מע דאַרף עסן מצות זיבן טעג.

די מפֿרשים דערקלערן די דאָזיקע סתּירה אויף עטלעכע פֿאַרשיידענע אופֿנים. לויט איין פּשוטן תּירוץ, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז הגם דער זיבעטער טאָג פֿון פּסח איז אויך יום־טובֿ, איז דעמאָלט נישטאָ קיין באַזונדערע פֿליכט צו עסן מצות. בלויז בײַ דעם סדר איז עס אַ מיצווה; דערפֿאַר מאַכן מיר די ברכה "על אַכילת מצה"; די מצה איז דער איינציקער מין ברויט, וואָס מע מעג נוצן ווי "לחם־משנה" בײַ די יום־טובֿדיקע סעודות פֿון די לעצטע פּסח־טעג; קיין דירעקטן חובֿ צו עסן מצה איז אָבער נישטאָ, הגם אין אַ סך ייִדישע קהילות איז פֿאַרשפּרייט אַ מינהג צו עסן מצות יעדן טאָג פֿון פּסח.

על־פּי־חסידות, איז דער חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי פּסוקים אויך מרמז אויף טיפֿערע ענינים. אין דער גאַנצער תּורה ווערן נישט איין מאָל דערמאָנט פֿאַרשיידענע סעודות און מאכלים, אין שײַכות צו אַבֿרהם אָבֿינו, אַהרן הכּהן און אַנדערע הויפּט־פּערסאָנאַזשן פֿונעם חומש. ס׳איז פֿאַראַן אויך איין פּסוק, וואָס דערציילט וועגן משה רבינוס ראַציאָן: די תּורה זאָגט אונדז, אַז בעת זײַן פֿאַסטן אויפֿן באַרג סיני, האָט משה "נישט געגעסן קיין ברויט".

דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "זרע קודש", אַז פֿאַר משה רבינו איז דאָס עסן געווען אַ רוחניותדיקער אַקט. דערפֿאַר ווערט זײַן "דיעטע" דערמאָנט דווקא בדרך־שלילה, אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן. די תּורה גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז אַפֿילו משה האָט נישט געפֿאַסט, האָט ער אויפֿגענומען די וועלט אויף אַזאַ הויכער מדרגה, אַז די גאַנצע גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות איז פֿאַר אים בטל געוואָרן. דערפֿאַר זאָגט דער חומש בפֿירוש, אַז בעת זײַן פֿערציק־טאָגיקן תּענית האָט ער בוכשטעבלעך נישט געגעסן; וואָס האָט ער יאָ געגעסן, ווערט אָבער נישט דערמאָנט, ווײַל אויף זײַן מדרגה האָט ער אויפֿגענומען די שפּײַז ווי דאָס ג־טלעכע ליכט, און נישט ווי געוויינטלעכע מאכלים.

דער זיבעטער טאָג פֿון פּסח סימבאָליזירט די קומענדיקע גאולה, ווען די גאַנצע וועלט וועט גובֿר זײַן די גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות. די גאולה־תּקופֿה ווערט אָנגערופֿן "אַן אייביקער שבת" — "יום שכּולו שבת". דער חילוק צווישן די דערמאָנטע פּסוקים ווײַזט אָן, אַז אין משיחס צײַטן וועט דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן זיך ראַדיקאַל טראַנספֿאָרמירן, און אַזעלכע טאָג־טעגלעכע זאַכן, ווי עסנוואַרג, וועלן די מענטשן אויפֿנעמען ווי לויטער ג־טלעכקייט.

מע פּראַוועט דעם זיבעטן טאָג פֿון פּסח, ווי אַ באַזונדערן יום־טובֿ, אין שײַכות מיט קריאת־ים־סוף. לויט אַ באַקאַנטן חסידישן אויסדרוק, איז די מיקווה מסוגל אָפּצורייניקן פֿון די עבֿירות בעסער, ווי תּפֿילות און תּעניתים — אויב מע האָט טאַקע ערנסט אין זינען תּשובֿה צו טאָן. ווען מע טובֿלט זיך אין וואַסער, ווערט אַ מענטש, כּבֿיכול, פֿאַרשוווּנדן פֿון דער געוויינטלעכער גשמיותדיקער וועלט און ווערט אינגאַנצן "צעשווענקט" אינעם וואַסער; אַזאַ "יענוועלטיקע" דערפֿאַרונג איז מסוגל אָפּצוּוואַשן די נשמה פֿון די פֿלעקן.

אַ מענטש קאָן נישט לעבן אין וואַסער, דערפֿאַר ווערט דאָס טובֿלען זיך אין אַזאַ סבֿיבֿה פֿאַררעכנט ווי אַ שטיקל תּחית־המתים — אַ ווידערגעבורט. צוליב דעם ווערט אַ גר, וואָס גייט אין מיקווה, כּדי צו ווערן אַ ייִד, ממש באַטראַכט ווי אַ נײַ־געבוירענער.

ווען די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים, האָבן זיי אויך איבערגעלעבט אַ רוחניותדיקן ווידערגעבורט — סײַ אינעם פּערזענלעכן, סײַ אינעם סאָציאַלן זין. זיי האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון דער פֿיזישער און גײַסטיקער שקלאַפֿערײַ. דערפֿאַר הייסט פּסח "זמן־חרותנו" — די צײַט פֿון אונדזער פֿרײַהייט.

לויטן מדרש, האָבן די מלאָכים געטענהט, אַז די ייִדן האָבן נישט פֿאַרדינט באַפֿרײַט צו ווערן, ווײַל זיי האָבן אויך געדינט עבֿודה־זרה, אַזוי ווי מיצרים. דער אייבערשטער האָט אָבער געהאָלפֿן דאָס פֿאַרשקלאַפֿטע פֿאָלק און באַשטראָפֿט זייערע מיצרישע פֿאַרפֿאָלגער. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטייען די בעל־תּשובֿות אויף אַזאַ מדרגה, וואָס אַפֿילו אַ צדיק קאָן נישט דערגרייכן. ווען די ייִדן האָבן זיך "געטובֿלט" אין דער ניסימדיקער וועלט, אַריבערגייענדיק דעם צעשפּאָלטענעם ים, זענען זייערע נשמות אויסגערייניקט געוואָרן; אַפֿילו די סאַמע פּשוטע און זינדיקע פֿון זיי זענען פּלוצעם געוואָרן אויבן־אָן.

די יציאת־מצרים ווערט דערמאָנט יעדן טאָג אין די ייִדישע תּפֿילות. אינדערפֿרי, נאָך קריאת־שמע, באַדאַנקען מיר דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט דערטרונקען די רשעים — "וזדים טבעתּ". דאָס וואָרט "טבעת" מיינט אָבער אויך אַ "רינג". ווען די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים, האָבן זייערע געוועזענע רודפֿים געליטן אַ מפּלה, און זיי, די געוועזענע שקלאַפֿן, זענען אַלע געוואָרן "מלכים" — יעדער פֿון זיי איז געוואָרן פֿרײַ, ווי אַ מלך. צוליב דעם, ווי עס דערקלערט דער איזשביצער, ווערט דער חודש ניסן אָנגערופֿן "ראָש־השנה למלכים".

די היעראַרכיע פֿון דער מיצרישער געזעלשאַפֿט האָט זיך איבערגעקײַקלט ווי אַ "רינג" און די, וואָס זענען פֿריִער געווען אויבן־אָן, זענען דערטרונקען געוואָרן אינעם ים; און די ייִדן, וועלכע האָבן זיך פֿריִער געפֿונען אויף אַ נידעריקער גײַסטיקער מדרגה און זענען פֿאַרגרעבט געוואָרן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און עבֿודה־זרה, זענען אַרויפֿגעגאַנגען. אַדרבה, צוליב דעם כּוח פֿון תּשובֿה, זענען זייערע פֿריִערדיקע עבֿירות פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין זכותים.

די גאולה־וועלט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין היעראַרכיעס און וואָס הייסט "עלמא דחרותא", די וועלט פֿון פֿרײַהייט, ווערט אָפֿט פֿאַרגליכן מיט אַ קרײַז. רבי קלונימוס־קלמן עפּשטיין, דער גרויסער תּלמיד פֿון רבי אלימלך ליזשענסקער, דערקלערט אין זײַן ספֿר "מאור ושמש", אַז ווען מרים האָט אָנגעהויבן טאַנצן און זינגען נאָך דעם קריעת־ים־סוף, איז זי אַרויפֿגעגאַנגען אויף דעם "עולם־העגולים" — די דערהויבענע "קרײַזלדיקע" וועלט, וווּ עס ווערן בטל די חילוקים צווישן מענער און פֿרויען.

דורך איר "גאולהדיקן" טאַנץ, האָט מרים אַפֿילו דערגרייכט, אויף אַ ווײַל, אַ העכערע מדרגה, ווי משה רבינו. אַזוי ווי משה רבינו, וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט דאָס עסן אין רוחניות, האָט זי אַנטפּלעקט ג־טלעכקייט אינעם טאַנצן און זינגען.

בײַ די חסידים עסט מען פּסח נישט קיין מאַשין־געמאַכטע מצות. אין געוויסע קרײַזן האַלט מען אַזעלכע מצות כּמעט פֿאַר חמץ, און מע ברענגט זיי אַפֿילו בכלל ניט אין שטוב במשך פֿון די יום־טובֿדיקע טעג. אַ טייל רבנים טענהן, אַז מע טאָר נישט בײַטן דעם אַלטן ייִדישן מינהג, דערפֿאַר מוז מען באַקן מצות דווקא מיט די הענט. אין דער אמתן, אָבער, איז נישטאָ קיין ערנסטע הלכהדיקע סיבות צו טראַכטן, אַז די מאַשין־מצות זענען נישט אַזוי כּשר, ווי די האַנט־געבאַקענע.

עס קאָן זײַן, אַז דער דאָזיקער מינהג איז פֿאַרבונדן מיט דער "קרײַזיקער נאַטור" פֿון דער גאולה, "עולם־העגולים". מצות, וואָס ווערן אָנגערופֿן אין קבלה "מיכלא מהימנותא", "דער מאכל פֿון אמונה", זענען אַ לעבעדיקער סימבאָל פֿון גאולת־מצרים — דערפֿאַר זעען די קוואַדראַטע מאַשין־מצות נישט אויס ווי פּאַסיק פֿאַר אַזאַ ראָלע.

די מצות זענען, מיטאַמאָל, "לחם עני", דאָס פּשוטע "ברויט פֿון אָרעמע־לײַט", וואָס סימבאָליזירט ענווה און פּשוטקייט, און איז אויך אַ סימבאָל פֿון פֿרײַהייט, וואָס זײַן רונדע פֿאָרעם איז מרמז אויף דער ניט־היעראַרכישער גאולהדיקער געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מענטש איז אַ "מלך".

שמיני

"ויהי ביום השמיני", אויפֿן אַכטן טאָג, נאָך זיבן טעג צוגרייטונגען, האָט משה גערופֿן אַהרנען און זײַנע קינדער, זיי זאָלן ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם הייליקן אָרט. דער דאָזיקער "אַכטער טאָג" איז געווען ראָש-חודש ניסן.

צוויי פֿון אהרן־הכּהנס זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט אַן אייגענעם קטורת, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן דורכן הימלישן פֿײַער פֿאַרן ברענגען אַ "פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן.

לויט איינער פֿון די דעות פֿון די חז״ל, זענען נדבֿ און אַבֿיהוא באַשטראָפֿט געוואָרן צוליב דעם, וואָס זיי זענען געווען שיכּור. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז זיי זענען באמת געווען גרויסע צדיקים. נדבֿ און אַבֿיהוא זענען אַרײַנגעקומען אינעם משכּן מלא־שׂימחה, "גײַסטיק־שיכּור", האָפֿנדיק צו דערגרייכן אַ גאָר הויכע מדרגה, וווּ עס ווערן אינגאַנצן בטל אַלע גרענעצן צווישן גשמיות און רוחניות, און וווּ יעדער מענטש גייט אויף זײַן אייגענעם גײַסטיקן דרך, מחוץ די אָנגענומענע אַלגעמיינע כּללים.

זיי האָבן בכּיוון געוואָלט אַרײַנגיין אינעם ג־טלעכן פֿײַער, כּדי צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַזאַ דערהויבענער עבֿודה. מע קאָן פֿאַרגלײַכן נדבֿ און אַבֿיהואס טראַגישן טויט מיט אַן אומגעוויינטלעכער מעשׂה וועגן אַ קליידער־וועשער, וועלכער האָט זיך דערוווּסט, אַז יהודה־הנשׂיא, דער מחבר פֿון דער משנה, איז געשטאָרבן. ער האָט באַשלאָסן צו פֿאָלגן דעם גרויסן צדיק אין גן־עדן און זיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון אַ באַרג.

דאָס הימלישע קול האָט געזאָגט, אַז צוליב זײַן עבֿירה לשם־שמים האָט דער וועשער פֿאַרדינט זײַן חלק אין עולם־הבא. די תּורה דערלויבט נישט, אָבער, אַזאַ "סויִצידאַלן מיסטיציזם", אויב אַפֿילו ער האָט צוגעפֿירט אַ פּאָר יחידים צו הויכע גײַסטיקע מדרגות; דער עיקר־צוועק פֿון ייִדישקייט איז צו דערגרייכן דאָס אינערלעכע שלימות און צו אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער וועלט, און נישט צו אַנטלויפֿן פֿון דער וועלט אינגאַנצן.

די דאָזיקע מעשׂה איז פֿאַרבונדן מיט דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ. ווי דערמאָנט פֿריִער, איז דער זיבעטער טאָג פֿון פּסח, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער קריעת־ים־סוף, סימבאָליזירט די קומענדיקע גאולה־צײַט — "יום שכּולו שבת". אַחוץ די זעקס וואָכעדיקע טעג, איז פֿאַראַן די זיבעטע מדרגה, ווען גשמיות ווערט פֿאַרוואַנדלט אין רוחניות, און די רעזולטאַטן פֿון דער פֿיזישער מי ברענגען אַ גײַסטיקן עונג.

עס זענען אָבער פֿאַראַן נאָך העכערע מדרגות, וואָס זענען אינגאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער טאָג־טעגלעכער גשמיותדיקער וועלט. אויף דעם איז מרמז דער נאָמען פֿון דער פּרשה. די טרויעריקע מעשׂה מיט נדבֿ און אַבֿיהוא האָט פּאַסירט דעם "אַכטן טאָג" — מחוץ די נאָרמאַלע ראַמען פֿון דער צײַט, וואָס באַשטייט פֿון זעקס וואָכעדיקע טעג און דעם הייליקן שבת.

די אַכט טעג פֿון חנוכּה זענען אויך פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער מדרגה. די חשמונאָים האָבן אויך אײַנגעשטעלט זייער לעבן אין סכּנה, און געפּרוּווט גובֿר זײַן די באַגרענעצונגען פֿון עולם־הזה, כּדי צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿון די גריכישע פֿאַרפֿאָלגער. זייער כּוונה איז אָבער געווען אינגאַנצן לשם־שמים — דערפֿאַר האָבן זיי, על־פּי־נס, מנצח געווען.

אַ טייל מקובלים זאָגן, אַז אַפֿילו אין משיחס צײַטן וועט מען קאָנען משׂיג זײַן די אַכטע מדרגה ערשט נאָך אַ לאַנגן פּעריאָד. און פֿאָרט, זעט מען, אַז דער גרויסער כּוח פֿון מסירת־נפֿש דערמעגלעכט זי צו דערגרייכן אַפֿילו אין דער הײַנטיקער צײַט, הגם ס׳איז זייער סכּנותדיק, ווי עס ווײַזט דער טראַגישער טויט פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. די מענטשלעכע אַנטשלאָסנקייט איז בכּוח גובֿר צו זײַן די גרענעצן פֿון דער נאַטור און צײַט אַליין.