- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַזוי וואָלט, מעגלעך, געקאָנט זיך אויסדריקן הײַנט דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַהרן צייטלין — אַ גאָר וויכטיקע און אָריגינעלע טורעם־פֿיגור אין דער ייִדישער פּאָעזיע, און סתּם אַ גרויסער דיכטער פֿון אַ וועלט־מאַסשטאַב. ד״ר מאָריס פֿײַערשטיין, אַ פֿאָרשער פֿון חסידות און השׂכּלה, האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2007 אַ באַנד פֿון אַהרן צײַטלינס אויסגעקליבענע ווערק אויף ענגליש, וואָס הייסט "לידער פֿונעם חורבן און לידער פֿון אמונה". אַזוי ווי דער שטייגער איז מיט ס׳רובֿ ענגלישע איבערזעצונגען פֿון וועלט־פּאָעזיע, גיט נישט איבער פֿײַערשטיינס בוך דעם ריטמישן טעם און גראַמען פֿונעם אָריגינאַל; דערצו נאָך, כּדי אָפּצושאַצן, ווי געהעריק, צײַטלינס פּאָעזיע, מוזן מען זײַן באַקאַנט מיט דער וועלט פֿון קבלה און חסידות. צייטלין איז, צום מערסטן, באַקאַנט אין שײַכות מיטן חורבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1898 און געבליבן אין פּוילן ביזן סאַמע חורבן. צום גליק, האָט ער באַזוכט ניו־יאָרק אין זומער 1939. בײַם אָנהייב, איז ער אָנגעקומען קיין אַמעריקע מיט אַ צײַטווײַליקער וויזיט־וויזע און האָט זיך נישט געקליבן צו עמיגרירן. צייטלינען האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין קובע; אַ דאַנק דעם, האָט ער איבערגעלעבט דעם חורבן. די קובאַנער קולטור — למשל, די אוראַלטע אַפֿריקאַנער טענץ — האָבן איבערגעלאָזט אויף אים אַ מערקווירדיקע השפּעה. בײַ די ייִדיש־רעדנדיקע חרדים אין ירושלים ווערן די דאָזיקע טערמינען אויך היפּש פֿאַרמישט. למשל, אין שטאַרק־חרדישע קרײַזן, וואָס זענען נאָענט צו נטורי־קרתּא, הערט מען צומאָל, אַז די אַנדערע, מער מאָדערניזירטע חרדים, וואָס דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי און שטיצן די מלוכה, זענען "לינקע". אַזאַ באַנוץ פֿונעם וואָרט שטאַמט, אַפּנים, פֿון דער אַמאָליקער תּקופֿה, ווען דאָס באַטייליקן זיך אין די וועלטלעכע אינסטיטוציעס האָט זיך אַסאָציִיִרט מיט סאָציאַליזם. אַ סך אַמעריקאַנער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, וועלכע רופֿן זיך "צענטריסטן", וואָלטן געזאָגט, פֿון זייער זײַט, אַז די סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג און קרית־יואל זענען געפֿערלעך "רעכט". וואָס שייך פּאָליטיק, אָבער, זענען פּונקט די דאָזיקע "צענטריסטן" אָפֿט שטאַרק רעכטע, צומאָל ביז אַן עקסטרעמער מדרגה, און די סאַטמאַרער חסידים שטיצן געוויינטלעך, די דעמאָקראַטן, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן אָפּגעשטימט פֿאַר באַראַק אָבאַמאַ. די פֿרוי האָט מיר נישט געגלייבט אַפֿילו, ווען איך האָב איר געוויזן עטלעכע ביכער אויף ייִדיש, אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע אין די 1960—1980ער יאָרן. זי האָט זיך אָבער פֿאַרטראַכט אויף אַ מינוט און געמאַכט אַ חידושדיקן אויספֿיר: די דאָזיקע ביכער מוזן זײַן אַ רעזולטאַט פֿון עפּעס אַ קאָמוניסטישער קאָנספּיראַציע. די סאָוועטישע מלוכה האָט געוואָלט ווײַזן דעם מערבֿ, אַז זי רודפֿט נישט די ייִדישע קולטור, און צוליב דעם אַרויסגעגעבן אַ קליינע צאָל ייִדישע ביכער ספּעציעל מיט אַזאַ ציל. אונדזערע לייענער ווייסן, אַז דעם 12טן אויגוסט, 1952, נאָך אַ פֿאַרמאַכטן טריבונאַל, זענען אין מאָסקווע דערהרגעט געוואָרן די פֿירנדיקע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. סטאַלינס רעגירונג האָט זיי באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש, פֿאַרראַט און אַנדערע שווערע פֿאַרברעכנס. צי דער דאָזיקער טרויעריק־באַרימטער געריכט־פּראָצעס איז געווען אַן אַקט פֿון ברוטאַלן אַנטיסעמיניזם, צי אַ טייל פֿון סטאַלינס אַלגעמיינער פּאַראַנאָיע, אַכזריות און טאָטאַליטאַריזם; ווי מע זאָל עס נישט דעפֿינירן, האָט דער מאָרד פֿון דער שרײַבער־עליטע פּאַראַליזירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישער קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ביז כרושטשאָווס תּקופֿה. אַ גרויסער טייל פֿון קאָגמאַן־אַפּעלס בוך איז געווידמעט דער טעמע פֿון גראַפֿישער רעפּרעזענטאַציע פֿון דער שכינה, ווי אַ ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, אין שײַכות מיט דער טיפֿער טראַדיציע פֿון חסידי־אַשכּנז — די ייִדישע מיסטיקער, וועלכע האָבן נישט בלויז איבערגעלאָזט אַ רײַכע גײַסטיקע ירושה, נאָר פֿאַרלייגט די יסודות פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, ווי אַ באַזונדערע עטניש־רעליגיעזע עדה. ביז לעצטנס, האָבן צווישן די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער קונסט דאָמינירט משׂכּיליש־ראַציאָנאַליסטישע נטיות. ס׳רובֿ פֿאָרשער האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דעקאָראַטיווע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־קונסט און זעלטן געפּרוּווט אָפּצוטײַטשן די אַלטע ספֿרים־אילוסטראַציעס ווי אַן איקאָנאָגראַפֿישע סיסטעם, וואָס רעפּרעזענטירט רוחניות אין אַ געוויסער גראַפֿישער פֿאָרעם. דער רבי האָט געפּסקנט, אַז טאָמער געפֿינט מען אַזעלכע טעלעפֿאָנען בײַ די יונגע־לײַט אין זײַן כּולל, מעג מען זיי אָפּנעמען און צעברעכן; און אַפֿילו ווען מע געפֿינט אַזאַ מכשיר באַהאַלטן ערגעץ אין דער ישיבֿה, מעג מען עס טאָן אַפֿילו שבת. דעם בעל־הבית פֿונעם טעלעפֿאָן דאַרף מען נישט צאָלן קיין קאָמפּענסאַציע, ווײַל ער איז אַליין שולדיק אינעם האַלטן אַ פֿאַרבאָטענע "שעדלעכע" זאַך. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער אַנומלטיקער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און אַן אַרטיקל וועגן די תּולדות־אַהרנער חסידים, וואָס "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ שמואל־יעקבֿ קאַן, איז איינע פֿון זייערע דרײַ צווײַגן. אין דעם אַרטיקל וויל איך נישט שרײַבן קיין סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן. אַדרבה, הגם דער דאָזיקער פּסק — אויב דער אַרטיקל פֿון YWN גיט טאַקע איבער די גענויע אינפֿאָרמאַציע — איז זיכער אַן עקסטרעמער און קאָן גורם זײַן שׂינאה און היזק, ווײַזט ער אויף, אַז אַפֿילו די שטרענגסטע אולטראַ־חרדישע קהילות קוקן אויף דער הלכה גענוג בייגעוודיק, מיט אַ שעפֿעריש אויג — כאָטש אין דעם פֿאַל, צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע שעפֿערישקייט זיך אויסגעדריקט אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן. אינמיטן דעם יאָר 1942, האָבן די נאַציס דורכגעפֿירט דעפּאָרטאַציע־אַקציעס אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיקט די אַסירים קיין טרעבלינקע, צו פֿאַרניכטן זיי אין די גאַז־קאַמערן. צווישן די אומגעקומענע זענען געווען אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן; איינער פֿון די אָריגינעלסטע אומגעקומענע ייִדישע דענקער איז געווען הלל צייטלין — אַ מענטש אַ כּל־בוניק: אַ זשורנאַליסט, אַ רעדאַקטאָר, אַ מיסטיקער, אַ שרײַבער און אַ פּאָעט; אַ פֿילאָסאָף און אַ סאָציאַלער קריטיקער; דער טאַטע פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַהרן צייטלין. איינער פֿון די סימנים, וואָס ווײַזן, אַז אַ געוויסע שפּראַך האָט זיך אַנטוויקלט ביז דער העכסטער קולטור־מדרגה, איז די פּובליקאַציע פֿון אָריגינעלע פֿילאָסאָפֿישע און מעטאַפֿיזיש־מיסטישע ווערק. אינעם 18־19טן יאָרהונדערט זענען אויף ייִדיש פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי וויכטיקע עזאָטערישע און פֿילאָסאָפֿישע ווערק, בתוכם "נחלת־צבֿי", באַקאַנט ווי דער "ייִדישער זוהר"; "קבֿ־הישר", דער פּאָפּולערער מוסר־ספֿר מיט אַ קבלהדיקן טעם; רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות"; אַ צאָל טראַקטאַטן וועגן כּוונות און מעדיטאַציעס פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין. די טראַדיציע פֿון עכטע פֿילאָסאָפֿישע ווערק אויף ייִדיש האָט זיך צעבליט בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אַזעלכע שרײַבער, ווי חיים זשיטלאָווסקי און יצחק־נחמן שטיינבערג, האָבן אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער אויף סאָציאַל־פֿילאָסאָפֿישע טעמעס. ווען זיי וואָלטן געשריבן אויף רוסיש אָדער ענגליש, וואָלט מען הײַנט שטודירט זייערע ווערק, מסתּמא, אין אַלע אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט. צום באַדויערן, צוליב דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בלײַבן זיי ווייניק באַקאַנט. שמולי בוטח איז צום מערסטן באַקאַנט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם ווי דער מחבר פֿונעם בוך "כּשרער סעקס". ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער טרעט כּסדר אַרויס אויף דער טעלעוויזיע און באַטראַכט פֿאַרשיידענע ענינים, אָפֿטמאָל — סתּירותדיקע. ער איז גאָר אַן אַקטיווע פּערזענלעכקייט און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע מיינונגען אויף אַזעלכע טעמעס, ווי קינדער־דערציִונג און שלום־בית, פֿאַרן אַלגעמיינעם נישט־ייִדישן — דער עיקר, קריסטלעכן — עולם. לעצטנס האָט בוטח זיך אויך פֿאַרנומען מיט דער אינערלעכער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אָפֿיציעל פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור ווי אַ רעפּובליקאַנער פֿאָרשטייער פֿאַרן נײַנטן קאָנגרעס־דיסטריקט אינעם שטאַט ניו־דזשערזי. מיט דער אויסערן־פּאָליטיק פֿאַרנעמט ער זיך, אָבער, שוין לאַנג, ווי אַן אַקטיווער רעכטער שטיצער פֿון ישׂראל, וועלכער ווײַזט אַרויס גרויס ליבשאַפֿט צו די פּראָטעסטאַנטישע קריסטלעכע ציוניסטן. מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אַרויס זײַן לעצטער בעסטסעלער מיטן נאָמען "כּשרער יעזוס", אין וועלכן ער שילדערט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע ווי אַן אויסגעצייכנטן ייִדישן פּאַטריאָט, וועלכער איז געפֿאַלן אין זײַן קאַמף קעגן דער פֿרעמדער רוימישער מאַכט. דאָס בוך איז באַגלייט מיט גלענצנדיקע רעקאָמענדאַציעס פֿון פּראָמינענטע אַמעריקאַנער רעכטע טוער און דענקער, בתוכם אַלאַן דערשאָוויץ און גלען בעק. יעדער האָט געקאָנט זען, אַז ייִדיש איז אַ מעכטיקער, רעאַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט. די ייִדישע שפּראַך האָט געהילכט איבערן גרויסן סטאַדיאָן־פֿעלד, די פּנימער פֿון די רעדנער האָט מען געוויזן פֿון די ריזיקע עקראַנען, און דער עולם — בערך 50—60 טויזנט נפֿשות — האָט זיך מיט אויפֿמערק צוגעהערט. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ טייל פֿונעם שכנישן "נאַציאָנאַלן טעניס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון בילי דזשאַן קינג", ווײַל דער "סיטי־פֿילד" איז שוין געווען אינגאַנצן געפּאַקט. עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז נישט אַ מאַמע־לשון, נאָר גאָר אַ "טאַטע־לשון". די רעדנער און דער פֿאַרזאַמלטער עולם זענען געווען דורכאויס מענער — כּמעט אויסשליסלעך חרדים אין שוואַרצע מלבושים. די סיבה, צוליב וועלכער די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרנומען אַזאַ בכּבֿודיק אָרט אינעם ניו־יאָרקער לעבן, איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע: די רבנים האָבן געדרשנט וועגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ און דערקלערט זייער פּסק, אַז אַ ייִד טאָר בשום־אופֿן נישט באַנוצן די אינטערנעץ אָן אַ שטרענגן פֿילטער — און אַפֿילו דעמאָלט מוז מען קודם קריגן אַ היתּר בײַ אַ רבֿ, כּדי צו נוצן עס בלויז בײַ דער אַרבעט. די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג. בײַ די פּראָטעסטאַנטן איז די מעשׂה אַנדערש. אין פּרינציפּ, גלייבן זיי, אַז יעדער קריסט קאָן טעאָרעטיש אויספֿירן אַלע פֿונקציעס פֿון אַ גלח. למעשׂה, זענען ס׳רובֿ פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס גענוג שטרענג אָרגאַניזירט, און בלויז אַ מענטש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט, קאָן זאָגן, געוויינטלעך, אַז ער איז אַ פּאַסטאָר אָדער אַ פּרעסוויטער. להיפּוך, באַטראַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט דאָס רבנות פּרינציפּיעל אַנדערש און דערמאָנט, אין אַ סך אַספּעקטן, דעם מוסולמענישן מאָדעל פֿון גײַסטיקער פֿירערשאַפֿט. אַן אימאַם בײַ די סוניטן איז אַ קענער פֿון איסלאַם, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ רעליגיעזער קהילה און ענטפֿערט אויף די שאלות. בײַ די שיִיִטן ווערט דער דאָזיקער טערמין באַנוצט בלויז לגבי אַ קליינער צאָל פֿון צוועלף אָדער זיבן יחידים פֿון אַמאָל, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, מיט וועלכע קיין הײַנטיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאַרגלײַכן. די דאָזיקע אמונה איז אויסערגעוויינטלעך ענלעך צו געוויסע דאָקטרינעס פֿון די ליובאַוויטשער חסידים; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל. דער חתם־סופֿר האָט באַמערקט, אַז זינצהיים איז געווען "מגלה טפּח ומכּסה טפֿחיים" — דאָס הייסט, אַז ער האָט זיך געגעבן אַן עצה, ווי אַזוי צו געבן באַפֿרידנדיקע ענטפֿערס אויף נאַפּאָלעאָנס קשיות, און פֿאָרט נישט אַרויסצוזאָגן אַזעלכע ענינים, וואָס וואָלטן געקאָנט ברענגען דעם אימפּעראַטאָר אין כּעס. אויב מע לייענט איבער געוויסע דאָקומענטן, וועלכע זינצהיים האָט אונטערגעשריבן, באַווײַזט זיך אַ מערקווירדיקער, אַפֿילו אַ ראַדיקאַלער, חילוק אינעם געדאַנקען־גאַנג פֿון די דאָזיקע צוויי רבנים. זינצהיים איז געווען באַקאַנט אין זײַן תּקופֿה ווי דער גרעסטער תּלמיד־חכם אין פֿראַנקרײַך. זײַן וויכטיקער גמרא־פּירוש, "יד דוד", זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אָפֿענבאַך, אינעם יאָר 1799, און איז איבערגעדרוקט געוואָרן אין די 1960ער יאָרן דורך "מכון ירושלים". צום מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט ווי דער ראָש פֿון נאַפּאָלעאָנס סנהדרין, וועלכער האָט באַהאַנדלט און גוטגעהייסן די תּשובֿות אויף 12 קשיות, וועלכע דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר האָט געפֿרעגט בײַ די ייִדישע אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן און מנהיגים. נאַפּאָלעאָן איז געבליבן צופֿרידן מיט די ענטפֿערס, און האָט געשטעלט זינצהיימען ווי דעם ערשטן הויפּט־רבֿ פֿון דער "צענטראַלער קאָנסיסטאָריע" — אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי די וויכטיקסטע ייִדישע אינסטיטוציע אין פֿראַנקרײַך. נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַנרי קאָרבענס בוך "די געשיכטע פֿון איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע". קאָרבען (1903—1978), אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער קענער פֿון סופֿיזם — דער מוסולמענישער מיסטיציזם. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿאָרמעלן "טרוקענעם" צוגאַנג פֿונעם גרויסן אַקאַדעמישן קבלה־פֿאָרשער גרשום שלום, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן קאָרבענס ווערק אַ וווּנדערלעכן ראָמאַנטישן טעם. |