געזעלשאַפֿט

אַ רוף צו העלפֿן יעקבֿ אָסטרײַכער — אַ חרדישער ייִד פֿון ברוקלין, וועלכער זיצט איצט אין תּפֿיסה אין באָליוויע — לעבן דעם סטאַדיאָן "סיטי־פֿילד", בעת דער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ (בילד פֿונעם מחבר)
אַ רוף צו העלפֿן יעקבֿ אָסטרײַכער — אַ חרדישער ייִד פֿון ברוקלין, וועלכער זיצט איצט אין תּפֿיסה אין באָליוויע — לעבן דעם סטאַדיאָן "סיטי־פֿילד", בעת דער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ (בילד פֿונעם מחבר)
זונטיק, דעם 20סטן מײַ, איז אויפֿן ניו־יאָרקער סטאַדיאָן "סיטי־פֿילד" (Citi Field) פֿאָרגעקומען אַ חידושדיקע געשעעניש. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן סטאַדיאָן — און, מעגלעך, אין דער געשיכטע בכלל — האָט אין אַזאַ אָרט במשך פֿון עטלעכע שעה געקלונגען נישט דער רעש פֿון אַ ספּאָרט־פֿאַרמעסט אָדער אַ ראָק־קאָנצערט, נאָר לאַנגע רבנישע דרשות אויף ייִדיש.
יעדער האָט געקאָנט זען, אַז ייִדיש איז אַ מעכטיקער, רעאַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט. די ייִדישע שפּראַך האָט געהילכט איבערן גרויסן סטאַדיאָן־פֿעלד, די פּנימער פֿון די רעדנער האָט מען געוויזן פֿון די ריזיקע עקראַנען, און דער עולם — בערך 50—60 טויזנט נפֿשות — האָט זיך מיט אויפֿמערק צוגעהערט. אַ טייל פֿון די באַטייליקטע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ טייל פֿונעם שכנישן "נאַציאָנאַלן טעניס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון בילי דזשאַן קינג", ווײַל דער "סיטי־פֿילד" איז שוין געווען אינגאַנצן געפּאַקט.
עס האָט זיך אָבער געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ייִדיש איז נישט אַ מאַמע־לשון, נאָר גאָר אַ "טאַטע־לשון". די רעדנער און דער פֿאַרזאַמלטער עולם זענען געווען דורכאויס מענער — כּמעט אויסשליסלעך חרדים אין שוואַרצע מלבושים. די סיבה, צוליב וועלכער די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרנומען אַזאַ בכּבֿודיק אָרט אינעם ניו־יאָרקער לעבן, איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע: די רבנים האָבן געדרשנט וועגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ און דערקלערט זייער פּסק, אַז אַ ייִד טאָר בשום־אופֿן נישט באַנוצן די אינטערנעץ אָן אַ שטרענגן פֿילטער — און אַפֿילו דעמאָלט מוז מען קודם קריגן אַ היתּר בײַ אַ רבֿ, כּדי צו נוצן עס בלויז בײַ דער אַרבעט.
בײַם הויפּט־אַרײַנגאַנג אויפֿן סטאַדיאָן, ווי אויך בײַ די זײַטן, האָט מען געזאַמלט חתימות לטובֿת יעקבֿ אָסטרײַכער — אַ פֿרומער ייִד פֿון ברוקלין, וועלכער איז פֿאַרדעכטיקט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק אין פֿינאַנציעלע פֿאַרברעכנס, בעת זײַנע אינוועסטיציע־אָפּעראַציעס אין באָליוויע, און זיצט איצט דאָרטן אין תּפֿיסה. די בילעטן אויף דער פֿאַרזאַמלונג האָבן געקאָסט 10 דאָלאַר, הגם עטלעכע ספּעקולאַנטן האָבן פֿאַרקויפֿט דעם עולם אַ סך טײַערער.
די אונטערנעמונג האָט געטראָגן אַן אַמביציעזן נאָמען: "כּינוס כּלל־ישׂראל", אַ פֿאַרזאַמלונג פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל, אָדער "איחוד הקהילות", אַ פֿאַראייניקונג פֿון קהילות. צווישן די אויפֿטרעטער זענען געווען רבנים פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, און דער צונויפֿגעקומענער עולם איז טאַקע געווען אַ ריזיקער.
דער חרדישער קאַמף קעגן דער אינטערנעץ איז בעצם נישט קיין נאָווינע. נאָך אין די סוף 1990ער יאָרן האָט מען עס שטרענג פֿאַרבאָטן אין אַ ריי קהילות, בפֿרט צווישן די חסידים און אין די ליטווישע ישיבֿות. במשך פֿון די לעצטע יאָרן, איז דער אַלגעמיינער איסור באַוואַקסן מיט פֿאַרשיידענע צוגאָב־גזירות: קעגן "טרייפֿענע" צעל־טעלעפֿאָנען, דורך וועלכע מע קאָן איבערשיקן טעקסט־מעלדונגען, קעגן די "די־ווי־די"־שפּילער. בײַ געוויסע חדרים, ישיבֿות און מיידל־שולן לאָזט מען נישט אַרײַן קיין קינדער, אויב זייערע עלטערן באַנוצן זיך מיט קאָמפּיוטערס.
אין אַזאַ סבֿיבֿה, ווי די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע חסידישע קהילה אין דער וועלט און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע איז באַקאַנט מיט פֿאַרשיידענע איסורים און תּקנות קעגן מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס, אַרײַנגערעכנט אַלע ראַדיאָס און פֿילמען — זעט אויס דער קאַמף קעגן די קאָמפּיוטער־נעצן בלויז ווי אַ נײַער שטאַפּל אין זייערע באַמיִונגען אָפּצוהיטן דעם אַלטן שטעטלדיקן לעבנס־שטייגער קעגן אַלע מאָדערנע אינאָוואַציעס. סאַטמאַר איז אָבער אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע צעצווײַגטע קהילה, וואָס האָט נישט הײַנט קיין צענטראַליזירטע פֿירערשאַפֿט. אויב אַפֿילו ס׳רובֿ סאַטמאַרער רבנים קומען אַרויס מיט עפּעס אַ פּסק, וועט אַ טייל חסידים עס שטילערהייט, אָדער אָפֿן, איגנאָרירן.
הגם די ליטווישע ישיבֿות זעען אויס מער מאָדערן, און אַ טייל "ישיבֿישע" ייִדן טאַנצן אויף ביידע חתונות צווישן דער חרדישער ייִדישקייט און מעסיקער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע, ווערן זיי אָנגעפֿירט דורך אָנערקענטע ראָש־ישיבֿות און רבנים, און זענען, אין געוויסע אַספּעקטן, שטרענגער אָרגאַניזירט, אין פֿאַרגלײַך מיט סאַטמאַר. אַחוץ די עכט־מאָדערנע אָרטאָדאָקסן איז פֿאַראַן איין ספּעציפֿישע חסידישע גרופּע, וועלכע זאָגט זיך כּסדר פּרינציפּיעל אָפּ זיך צו באַטייליקן אינעם קאַמף קעגן דער אינטערנעץ — דאָס איז חב״ד־ליובאַוויטש. קיין ליובאַוויטשער האָט, דאַכט זיך, טאַקע נישט באַזוכט זונטיק דעם סטאַדיאָן "סיטי־פֿילד" אַפֿילו אויף טשיקאַוועס.
דעם ענגלישן טייל פֿון די דרשות האָט געפֿירט הרבֿ אפֿרים וואַקסמאַן, אַ פּאָפּולערער בעל־דרשן פֿון מאָנסי, וועלכער פֿאַרקויפֿט זײַנע דרשות, אַגבֿ, אויף דער אינטערנעץ. ער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ דערקלערונג, אַז די אינטערנעץ איז פֿול מיט שמוץ, מיט נאַרישקייטן און ניבול־פּה, און האָט גערופֿן אַלע ייִדן, "אַפֿילו אַזעלכע, וואָס טראָגן קורצע העמדער", זיך אויך אָפּצוזאָגן פֿון דער אינטערנעץ, צוזאַמען מיט די חרדים.
דער פּשעוואָרסקער רבי פֿון אַנטווערפּן איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ קורצער רעדע. דערנאָך, האָט הרבֿ יחיאל־מאיר כּ״ץ פֿון מאָנטרעאָל, אַ באַקאַנטער אַנטי־ציוניסט, פֿאַרגליכן דעם הײַנטיקן מצבֿ מיט הונדערט יאָר צוריק, און דערקלערט, אַז צו באַנוצן זיך מיט דער אינטערנעץ אָן אַ פֿילטער איז אַ סך ערגער, ווי צו שטיצן ציוניזם — וואָס איז, לויט זײַן דעה, געווען ביז לעצטנס דאָס טיפֿסטע שלעכטס אין דער וועלט, איידער ס׳איז געקומען די נאָך ערגערע תּקופֿה פֿון אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיעס. הרבֿ כּ״ץ האָט אויך פֿאַרגליכן די אינטערנעץ צום עגל־הזהבֿ.
נאָכדעם איז אויפֿגעטראָטן דער סקולענער רבי. זײַענדיק אַן אַלטער מאַן, נאָך אַ צאָל ערנסטע כירורגישע אָפּעראַציעס, קאָן ער נישט רעדן הויך, דערפֿאַר האָט זײַן זון איבערגעגעבן דעם טאַטנס ווערטער. הרבֿ שמואל וואָזנער, אַ באַקאַנטער פּוסק פֿון בני־ברק, איז אויפֿגעטראָטן פֿון ארץ־ישׂראל דורך אַ ווידעאָ־קאַנאַל, און איבערגעחזרט דעם פּסק, אַז מע מעג זיך באַנוצן מיט דער אינטערנעץ בלויז בײַ דער אַרבעט, אויב מע קאָן זיך בשום־אופֿן נישט באַגיין אָן דעם, און בלויז מיט אַ שטרענגן פֿילטער; און אַז די אינטערנעץ איז געפֿערלעך סכּנותדיק און שמוציק. הרבֿ דן סגל, אַ באַקאַנטער דרשן פֿון ארץ־ישׂראל, און הרבֿ מתּתיהו סאַלאָמאָן פֿון לייקוווּד, שטאַט ניו־דזשערזי, האָבן דערקלערט פֿאַקטיש דעם זעלבן געדאַנק. אַחוץ די אויפֿטרעטער, האָבן אין דער אַסיפֿה אָנטיילגענומען אַרום אַ הונדערט באַקאַנטע רבנים און חסידישע רביים.
חסידישע און ניט־ייִדישע מעדיקער אַרבעטן צוזאַמען בעת דער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ (בילד פֿונעם מחבר)
חסידישע און ניט־ייִדישע מעדיקער אַרבעטן צוזאַמען בעת דער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ (בילד פֿונעם מחבר)
בדרך־כּלל, איז עס געווען אַ טיפּישע דרשה־פֿאַרזאַמלונג. ווי דער שטייגער איז אין די חרדישע קהילות, האָט מען נישט גערעדט וועגן די טעכנישע אַספּעקטן פֿון קאָמפּיוטערײַ; די דרשנים האָבן זיך אַליין מודה געווען, אַז זיי ווייסן גאָרנישט וועגן דער אינטערנעץ, אָבער האָבן רעכט צו פּסקענען, ווײַל זיי זעען "די צעבראָכענע משפּחות און די פֿאַרוויינטע טאַטעס". כּדי צו אינספּירירן דעם עולם, האָט מען שטאַרק מגזם געווען און פֿאַרגליכן די אינטערנעץ מיט די ערגסטע און סכּנותדיקסטע זאַכן אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
וואָס זאָגט דער פּשוטער עולם? דרײַ יונגע בחורים, וועלכע האָבן פֿאַרקויפֿט דאָס עסנוואַרג פֿאַרן עולם, האָבן נישט געהאַט קיין קלאָרע מיינונג. איינער פֿון זיי האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז "ס׳איז אַ גרויסער קידוש־השם, ווען אַזויפֿיל ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך פֿאַר אַזאַ ספּעציעלער זאַך".
אַן אַנדער בחור האָט דערקלערט, אַז ער פֿילט זיך אַזוי גערירט דורך די פֿײַערדיקע דרשות, אַז ער וויל צעשמעטערן זײַן צעל־טעלעפֿאָן... איידער ער טוט עס, מוז ער אָבער קודם האָבן זײַן "לעצטע דאָזע" פֿון טעקסט־מעלדונגען.
אַ פּאָר סאַטמאַרער יונגע־לײַט זענען געשטימט מער ציניש. איינער האָט געזאָגט, אַז ער האָט נישט קיין פּערזענלעכע מיינונג און איז געקומען אויף דער אַסיפֿה סתּם אַזוי; און דער צווייטער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז געווען אַ גוואַלדיקע אונטערנעמונג, הגם דער עולם וועט נישט פֿאָלגן און וועט זיך ווײַטער באַנוצן מיט דער אינטערנעץ, ווי געוויינטלעך. פֿונדעסטוועגן, האַלט ער, אַז ס׳איז אַ גוטע זאַך פֿאַר אַ ייִד צו קומען אויף אַזאַ ריזיקער פֿאַרזאַמלונג אויסצוהערן די דרשות פֿון באַקאַנטע רבנים.
ישׂראל בערי, אַ ברוקלינער "ישיבֿישער" יונגערמאַן, האָט זיך גאָר פּאָזיטיוו אָפּגערופֿן וועגן דער אַסיפֿה, באַטאָנענדיק, אַז ס׳איז אַ גרויסער קידוש־השם, און געזאָגט, אַז דער פֿרומער עולם וועט יאָ פֿאָלגן די רבנים און אײַנשטעלן די אינטערנעץ־פֿילטערס.
אַ תּלמיד פֿון דער לייקוווּדער ישיבֿה "אור יצחק" האָט איבערגעגעבן, אַז אין זײַן ישיבֿה רעקאָמענדירט מען אײַנצושטעלן די פּראָגראַם מיטן נאָמען "ישמרנו", וואָס שיקט אַריבער זײַן רשימה פֿון באַזוכטע וועבזײַטלעך צו אַ רבֿ פֿאַרן אויפֿזיכט. אַ צאָל אַנדערע מענטשן האָבן געזאָגט, אַז אויף זייערע קאָמפּיוטערס שטייט די קאַטוילישע פּראָגראַם "K9".
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער פֿאַרזאַמלונג האַלטן, אַז הגם פּאָרנאָגראַפֿיע — וואָס זיי רופֿן אָן, בדרך־רמז, "שמוץ" אָדער "אביזריהו דגילויעריות" — איז פֿאַר זיי אַ גרויסע צרה, באַשטייט די עיקר־פּראָבלעם פֿון דער אינטערנעץ אין דעם, וואָס זי עפֿנט די טיר צו דער דרויסנדיקער וועלט. דאָס אַליין צעשאָקלט די יסודות פֿון חרדישער ייִדישקייט, וועלכע איז באַגרינדעט אויף איזאָלאַציע.
אַ טייל קריטיקער טענהן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער פֿאַרזאַמלונג, בראָש מיט הרבֿ נחמיה גאָטליב, זענען פֿאַרבונדן מיט אַ פֿירמע, וואָס פּראָדוצירט ספּעציעלע אינטערנעץ־פֿילטערס פֿאַרן פֿרומען עולם, און זענען חושד, אַז הינטער די קוליסן פֿון דער אַסיפֿה שטעקט אַ היפּשער שטיק געשעפֿט. דער באַקאַנטער בלאָגער "FailedMessiah" גיט איבער, אַז וועגן גאָטליבן גייט אויך אַרום אַן אַנדער קלאַנג — אַז ער איז אַן אַכזריותדיקער מלמד, וועלכער שלאָגט די קינדער כּסדר, "ווי אַ נאַצי".
אַ טייל פֿון די באַטייליקטע שטיצן טאַקע גוואַלד־מיטלען, וואָס שייך דעם חינוך — לכל־הפּחות, אין אַ געוויסער מאָס. איין מאַן, אַ ליטווישער טאַטע פֿון עטלעכע קינדער, האָט פֿאַרטיידיקט דאָס רעכט פֿון ישיבֿה־אַדמיניסטראַציעס אַרויסצוּוואַרפֿן די תּלמידים, וועלכע באַנוצן זיך מיט דער אינטערנעץ, אָדער שיקן מעלדונגען דורך צעל־טעלעפֿאָנען. ער האַלט, אַז אַ מאַן איז נישט בכּוח אײַנצוהאַלטן זײַן יצר־הרע קעגן פּאָרנאָגראַפֿיע און מוז געצוווּנגען ווערן זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אינטערנעץ.
אַן אַנדער ליטווישער מאַן האָט געטענהט, אַז די פֿרויען, און נישט די מענער, וואָלטן געדאַרפֿט קומען אויסצוהערן די מוסר־דרשות, ווײַל זיי זענען דער קוואַל פֿון די צרות. צעכראַסטעט זײַן רעקל, כּדי צו דעמאָנסטרירן זײַן געדאַנק, האָט ער געמאָלדן: "זיי טוען זיך אָן שיין, זיי טוען זיך אויס בלויז — ווען נישט די פֿרויען, וואָלט די אינטערנעץ געווען כּשר". דער דאָזיקער מאַן האָט געלויבט די מוסולמענישע מלוכות מיט זייער שטרענגן צוואַנג און אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז הלוואַי וואָלט אַמעריקע אָנגענומען אַן ענלעכן צוגאַנג לגבי פֿרויען.
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אויף דער אַסיפֿה האָבן נישט געטאָרט בײַזײַן קיין פֿרויען, האָט, צום ווייניקסטן, איין פֿרום פּאָרפֿאָלק זיך געגעבן אַן עצה אַרײַנצודרינגען ווי אַרבעטער, צו פֿאַרקויפֿן כּשרע מאכלים פֿאַרן עולם. אַן אַנדער פֿרוי, אַ רוסישע מיטאַרבעטערין פֿונעם סטאַדיאָן, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז בײַם אָנהייב האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן נישט געוואָלט זי און אירע חבֿרטעס אַרײַנלאָזן; די אַדמיניסטראַציע פֿונעם סטאַדיאָן האָט אָבער געפֿאָדערט צו מאַכן אַן אויסנאַם פֿון די מיטאַרבעטער.
די רוסישע פֿרוי האָט דערציילט, אַז ס׳איז געווען פֿאַר איר אַן אוניקאַלע דערפֿאַרונג צו זען אַזויפֿיל מענער, פֿאַראייניקט מיט זייער שטאַרקער אמונה. זי האָט געלויבט די חסידים פֿאַר זייער דרך־ארץ צו איר; בײַם אָנהייב, האָט זי מורא געהאַט פֿאַרן פֿאַרזאַמלטן "אַנטי־ווײַבערישן עולם".
נישט אַלע פֿאַרזאַמלטע האָט אָבער געבראַכט זייער אמונה. אַ טייל זענען מיטגעקומען סתּם אויף טשיקאַוועס. עטלעכע האָבן דערציילט, אַז זייערע ישיבֿות און שילן האָבן זיי געבעטן — אָדער, צומאָל, פֿאַקטיש געצוווּנגען — זיך צו באַטייליקן אין דער אַסיפֿה. איין ייִד מיט אַ יאַרמלקע, וועלכער האָט פֿאַרקויפֿט די אינטערנעץ־פֿילטערס פֿאַרן עולם, האָט געגעבן אַ לאַך און געזאָגט, אַז קיינער דאַרף זיי סײַ־ווי־סײַ נישט.
פֿון איין זײַט, זעען מיר אַ גרויסע קאָנסאָלידאַציע פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן ניו־יאָרקער חרדישן עולם, וועלכער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מעכטיקע עטניש־רעליגיעזע גרופּע מיט אירע אייגענע כּוחות און פֿאָדערונגען. צוזאַמען מיט די מיטאַרבעטער פֿונעם סטאַדיאָן האָבן געאַרבעט חסידישע מעדיקער און זיכערהייט־לײַט, וועלכע רעדן צווישן זיך טאַקע אויף ייִדיש.
פֿון דער צווייטער זײַט, זעען מיר אין דער חרדישער וועלט די נטיה זיך צו איזאָלירן ווײַטער און דערצו צו דערקלערן, אַז בלויז זיי רעפּרעזענטירן די "עכטע" ייִדישקייט. און די דאָזיקע נטיה, זעט אויס, וואַקסט, אויב מע זאַמלט שוין מיליאָנען דאָלאַר פֿאַר אונטערנעמונגען קעגן די מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס.