- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געוויינטלעך, הייבט זיך די געשיכטע פֿון חסידישע באַוועגונגען אָן, ווען זייער גרינדער פֿאַרזאַמלט די ערשטע גרופּע תּלמידים און ווײַזט זיי אָן אַ געוויסן דרך אין עבֿודת־השם, באַגלייט מיט אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון מינהגים. ווען דער רבי ווערט ניפֿטר און לאָזט נישט איבער קיין יורשים, ווערט די באַוועגונג אָפֿט צו ביסלעך בטל. די חסידים גייען געוויינטלעך אַריבער צו אַן אַנדער רבין, וועלכער פֿירט זײַנע נאָכפֿאָלגער אויף אַ וועג, וואָס זעט אויס ענלעך צו דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם פֿריִערדיקן מנהיג. אַ טייל חסידישע באַוועגונגען בלײַבן אַקטיוו אָן אַ לעבעדיקן רבין, אָבער בלײַבן פֿאַרגליווערט, שטרעבנדיק אָפּצוהיטן גענוי די הנהגות פֿונעם רבין אָן קיין נײַע חידושים. מיט 200 יאָר צוריק, ח״י תּשרי תּקע״א (1810), דעם צווייטן טאָג פֿון חול־המועד סוכּות, איז ניפֿטר געוואָרן רבי נחמן בראַצלעווער — אַ יונגער חסידישער מנהיג, וועלכער האָט אַ סך געליטן אין זײַן קורצן לעבן פֿון קראַנקייטן און רדיפֿות, און אויסגעגאַנגען פֿון טובערקולאָז אין עלטער פֿון 38 יאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רביים פֿון יענער צײַט, וועלכע זענען געבליבן פֿאַקטיש אומבאַקאַנט, אָדער באַקאַנט בלויז ווי האַלב־לעגענדאַרע פֿיגורן צווישן געוויסע חסידישע גרופּעס, איז רבי נחמנס טויט געוואָרן דער אָנהייב־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן באַוועגונג. דעם קומענדיקן ראָש־השנה איז דער 200־יעריקער יוביליי פֿונעם יערלעכן צוזאַמענטרעף פֿון די בראַצלעווער חסידים אין אומאַן, בײַם קבֿר פֿון זייער רבין. אינעם פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מרכדי דוניצס אַרטיקל וועגן די אַנומלטיקע קאָנטראָווערסאַלע דעמאָנסטראַציעס פֿון פֿרומע נאַציאָנאַליסטן אין ישׂראל, אונטערן קעפּל "רבנים קעגן די געזעצן פֿון לאַנד". די טרויעריקע און באַדראָענדיקע מעשׂה, וועלכע דוניץ האָט געשילדערט, האָט אַ לאַנגע געשיכטע און איז פֿאַרבונדן מיטן נע־ונד אין דער הײַנטיקער חב״ד־באַוועגונג. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרדעכטיקט הרבֿ דובֿ ליאור, אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער רבֿ און אַ פֿירער פֿון די עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, אין פּרעדיקן שׂינאה קעגן די נישט־ייִדן און קעגן דער ישׂראלדיקער רעגירונג. ליאור האָט געשטיצט דעם ספֿר "תּורת־המלך", וווּ עס ווערט דערקלערט, אַז אַ ייִד האָט, כּלומרשט, רעכט צו דערהרגענען אַלע גויים, וועלכע דערוועגן זיך אַרויסצוטרעטן קעגן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זייערע קינדער. דער מחבר פֿונעם דאָזיקן ספֿר, הרבֿ יצחק שאַפּירא, אויך אַ ליובאַוויטשער רבֿ און אויך אַ פֿירער פֿון די ייִשובֿניקעס, דערקלערט גאַנץ קלאָר, אַז אַלע גויים, אַפֿילו די בעסטע צווישן זיי, זענען אונטערמענטשן, וועלכע קאָנען נישט פֿאַרגליכן ווערן מיט די הייליקע ייִדן. דערפֿאַר, הגם מע טאָר נישט אומברענגען אַ גוי סתּם אַזוי, אָן קיין סיבה, דאַרפֿן נישט די ייִדן, לויט שאַפּיראס מיינונונג, צערעמאָניעווען זיך צופֿיל מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער. דעם צענטן יולי פּלאַנירט דער חב״ד־צענטער אין באַסקינג־רידזש, שטאַט ניו־דזשערזי, דורכצופֿירן דעם צווייטן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און קונסט. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן איבער, אַז אין דער פּראָגראַם וועלן זיך באַטייליקן פֿיר גרופּעס, וועלכע וועלן שפּילן אַ געמיש פֿון ראָק, דזשאַז, רעגיי, רעפּ, לאַטײַן־אַמעריקאַנער מעלאָדיעס און טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. פֿאַר די ליובאַוויטשער חסידים איז אַזאַ ברייטער פֿאַרנעם פֿון פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע זשאַנערן נישט קיין גרויסער חידוש. אַ סך אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־צוהערער זענען שוין באַקאַנט מיט דעם חסידישן רעגיי־זינגער מעטיו מילער, באַקאַנט ווי מתּתיהו, וועלכער האָט לאַנג געהערט צו דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, הגם לעצטס האָט ער זיך דערנענטערט צו די קאַרלין־סטאָלינער חסידים. אַן אַנדער אינטערעסאַנטער מוסטער פֿון ליובאַוויטשער מוזיק איז דער דיסק "יעלה" פֿון דער אַמעריקאַנער־געבוירענער ישׂראלדיקער זינגערין שיינע עטעל, וועלכע זינגט די טראַדיציאָנעלע חב״ד־ניגונים מיט אַ וווּנדערלעכן מיסטישן טאָן, וואָס דערמאָנט אין די לידער פֿון דער באַקאַנטער אירלענדישער זינגערין עניִאַ און די קעלטישע פֿאָלקס־לידער. אַ טייל אַנדערע חסידישע גרופּעס באַציִען זיך צו מוזיק מער קאָנסערוואַטיוו. מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט די אָרטאָדאָקסישע וועבזײַט "וואָס איז נײַעס" איבערגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿונעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" וועגן די באַציִונגען צווישן די פֿרומע קהילה־פֿירער און ליפּע שמעלצער — אַ סקווערער חסיד, וועלכער זינגט אויף אַ געשמאַקן היימישן ייִדיש, און באַנוצט זיך אין זײַן רעפּערטואַר אויך מיט כּלערליי זשאַנערס; למשל, אין זײַן לעצטן אַלבאָם זענען אַרײַן לידער מיט אַ קלאָרער השפּעה פֿון דער פּאָפּולערער זינגערין ליידי גאַגאַ. די מנהיגים פֿון די סקווערער, סאַטמאַרער און אַנדערע מינים שטרענגע חסידים זענען אָבער שטאַרק אומצופֿרידן מיט שמעלצערס שעפֿערישקייט און פּרוּוון כּסדר צו פֿאַרווערן זײַן מוזיק ווי "צו מאָדערנע". למעשׂה, אָבער, זענען זײַנע לידער ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן אַלע שיכטן חסידים. סוף יולי עפֿנט זיך בײַ דער "קיים־פֿאַרם", לעבן באַלטימאָר, די ערשטע "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ ווירטשאַפֿטלעכער פּראָיעקט, וואָס פֿאַראייניקט אַגריקולטור, עקאָלאָגיע און די ייִדישע שפּראַך. אין דער ערשטער אומפֿאָרמעלער באַגעגעניש פֿון די "ייִדיש־פֿאַרמער", וועלכע איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן זיך באַטייליקט בערך 15 חסידים פֿון די ניו־יאָרקער פֿאָרשטעט. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן די חסידים צו אַ פּראָגראַם, וואָס קלינגט ווי אַ געמיש פֿון ייִדישיזם און אַ מין קיבוץ? הגם אַ סך חסידים רעדן דווקא אויף ייִדיש און האָבן אַן אייגענע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, באַציִען זיך אַ סך פֿון זיי מיט אַ חשד צו דער וועלטלעכער ייִדישיסטישער באַוועגונג. פֿון די קיבוצים איז שוין אָפּגערעדט: געוויינטלעך ווערן זיי באַטראַכט אין די חסידישע סבֿיבֿות ווי אַ קוואַל פֿון אַפּיקורסות. מײַנער אַ חסידישער באַקאַנטער האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק צווישן תּורה־הקדושה און שעקספּירס ווערק. די תּורה איז אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף כּלערליי אופֿנים, אָן אַ סוף. אַלע מפֿרשים אין דער וועלט קאָנען נישט דערגרייכן דעם דנאָ פֿון דער ענדלאָזיקער תּורה־חכמה. די פּיעסעס פֿון שעקספּיר, להבֿדיל, ווי מײַן פֿרײַנד האָט דערקלערט, זענען אָבער אינגאַנצן אַנדערש. ווען דו האָסט זיי איבערגעלייענט איין מאָל, צום מערסטן צוויי־דרײַ, איז מער נישטאָ דאָרטן וואָס צו פֿאָרשן און מפֿרש צו זײַן. וואָס שײַך דער הייליקער תּורה, האָט מײַן חבֿר טאַקע ריכטיק געזאָגט. ס׳איז טאַקע בטבֿע זייער אַ קאָמפּליצירטער טעקסט, אַרום וועלכן עס האָט זיך געשאַפֿן אַ גאָר רײַכע אינטערפּרעטאַטיווע טראַדיציע, וואָס דערמעגלעכט צו געפֿינען אָן אַ שיעור נײַע פּשטלעך, רמזים און טיפֿע סודות אַפֿילו אין איין פּסוק; בפֿרט, ווען מע ווענדט אָן אַזאַ "שווערע אַרטילעריע", ווי גימטריאות און אַנדערע קבלה־מיטלען. נעמט דאָס איינציקע וואָרט "בראשית", שטעלט די אותיות איבער אויף אַן אַנדערן אופֿן — און האָט איר שוין 720 פֿאַרשיידענע צירופֿי־אותיות, פֿון וועלכע מע קאָן אויסבויען טויזנטער דרשות. ליטעראַרישע איבערזעצונג איז אַ שווערע מלאָכה און אַן עכטע קונסט, וואָס פֿאָדערט אַ סך מי און קאָנצענטראַציע. אַזוי ווי אַ געניטער זייגערמאַכער, מוז אַ גוטער איבערזעצער באַטראַכטן און אַרײַנשטעלן יעדן קליינעם פּרט אויפֿן ריכטיקן אָרט, כּדי דאָס ווערק זאָל קלינגען אויף אַ צווייטער שפּראַך לײַכט און נאַטירלעך. זײַטיקע אומפּראָפֿעסיאָנעלע עצות, בפֿרט ווען זיי האָבן בפֿירוש צו טאָן מיט אידעאָלאָגיע, ברענגען דאָ בלויז אַ היזק. פּונקט אַזוי, אויב עמעצער וועט אויסטראַכטן אַן אידעאָלאָגישן קאַנאָן פֿון צאָן-רעדלעך, נישט האָבנדיק קיין השׂגה אין זייגערמאַכערײַ, וועלן זיך בײַ אים באַקומען, אַנשטאָט זייגערס, אויסטערלישע נוצלאָזיקע שפּילעכלעך, וועלכע טויגן אויף כּפּרות. ס׳איז שווער אויסצומײַדן מאָדנע קוריאָזן, ווען אַ מענטש, וועלכער קען מער־ווייניקער ענגליש, אָבער כּמעט נישט קיין ייִדיש, זעצט איבער יצחק באַשעוויסן פֿון ענגליש אויף רוסיש. אַ העלד מיטן פֿאַמיליע־נאָמען קאָן ווערט פֿאַרוואַנדלט אין "קאָכן", און די באַקאַנטע שדיכע, אַ חבֿרטע פֿון לילית מיטן נאָמען נעמה, קריגט אַ נאָמען, וואָס קלינגט אַפֿילו מער טײַוולאָניש — "נאַמאַך". דער סוד פֿון אַזעלעכע מאָדנע נעמען שטעקט אין דעם, וואָס דער איבערזעצער מיינט, אַז דער שטומער ענגלישער "הא", אין אַזעלכע ווערטער ווי "Kohn" אָדער "Naamah", מוז אַלעמאָל קלינגען אויף רוסיש ווי אַ "חת". דער פּסחדיקער סדר ווערט געפֿירט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט אויף דעם זעלבן, מער־ווייניקער סטאַנדאַרטן, שטייגער. עס זענען אָבער פֿאַראַן פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע חילוקים. לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויף די חסידישע מינהגים. דער ווײַסער קיטל בײַ אַ סך ייִדן טוט זיך דער ראָש־המשפּחה אָן בײַם סדר אין אַ ווײַסן קיטל. דער נצי״בֿ, הרבֿ נפֿתּלי־צבֿי בערלין, אַ באַקאַנטער ליטווישער גאון, האָט געזאָגט, אַז דער קיטל דערמאָנט אונדז אינעם קרבן־פּסח, וואָס מע האָט געגעסן אָנגעטאָן אין ווײַסע מלבושים. דער "מגן־אַבֿרהם" און אַנדערע באַקאַנטע פּוסקים דערקלערן, אַז דער קיטל, וואָס זעט אויס ווי תּכריכים, דערמאָנט אונדז, מיר זאָלן זיך נישט צעווילדעווען צופֿיל בײַם סדר. ווען מע שעלט עמעצן אויף ייִדיש, זאָגט מען, דער רוח זאָל אים כאַפּן. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן, וואָס ווילן, פּונקט פֿאַרקערט, אַליין כאַפּן אַ רוח, אינעם סאַמע בוכשטעבלעכן זין פֿונעם וואָרט. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע ספּיריטיסטן, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרבינדן זיך מיט יענער וועלט דורך הילצערנע "ווידזשי־ברעטער" און איבערגעקערטע פּאָרצעלײַענע טעלערס, האָבן די מאָדערנע רוח־כאַפּערס אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע ריי "יענוועלטישע" עלעקטראָנישע מכשירים און אַנדערע טעכנאָלאָגישע המצאות. אויף אַ צאָל וועבזײַטן — צום בײַשפּיל אין דער אינטערנעץ־קראָם http://www.Ghost-Mart.com —ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי דזשימדזשיקעס פֿאַר "פּאַראַנאָרמאַלע" פֿאָרשונגען, בתוכם ספּעציעלע מכשירים, וואָס מעסטן דעם ניוואָ פֿונעם אַרומיקן עלעקטראָמאַגנעטישן פֿעלד — EMF meters. דאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרשפּרייטער מין וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטאַטונג, וואָס ווערט ברייט אויסגענוצט אין פֿאַרשיידענע פּראַקטישע געביטן און אַרבעט ווי אַ סענסיטיווע אַנטענע, וואָס נעמט אויף סיגנאַלן פֿון זייער נידעריקער פֿרעקווענץ. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, שרײַבט אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַנע זכרונות: "שוין אַרום דער אַנטשטייוּנג פֿון ליובאַוויטש אין דער גאָר ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿיגורירט אַ מערקווירדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייט, וועמעס אָנדענק אין ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין משך פֿון דורות ביז צו אונדזער אייגענער צײַט. רב מאיר איז געווען זײַן נאָמען. ער האָט געהערט צו יענע צדיקים, וואָס האָבן געוואָלט לעבן נאָר מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט. ניט וועלנדיק בלײַבן אין זײַן אַלטער היים און בכלל וועלנדיק לייגן אַ נײַעם יסוד פֿאַר זײַן עקזיסטענץ און דער עקזיסטענץ פֿון אַנדערע ייִדן, האָט ער מיט דרײַ אַנדערע משפּחות אויסגעוואַנדערט פֿון זייער שטאָט אָדער שטעטל, און אַוועק זוכן ערגעץ אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, וווּ זיך צו באַזעצן אויפֿן לאַנד און פֿון דער אייגענער אַרבעט זיך מפֿרנס צו זײַן. קענטיק, אַז רב מאיר האָט שוין געהאַט געחלומט פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע קאָלאָניע — אַ געדאַנק, וואָס איז שפּעטער פֿון די ליובאַוויטשער רביים אויפֿגענומען און דערפֿירט געוואָרן צו גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן. וואָרעם, ווי די מעשׂיות, וואָס ווערן דערציילט, האָט דער דאָזיקער רב מאיר זיך טאַקע פֿאַרנומען צו בויען אַ קאָלאָניע דאָרט, וווּ ליובאַוויטש געפֿינט זיך. אַרומגערינגלט מיט וואַלד, און בײַ די ברעגעס פֿון אַ טײַך, איז דער באָדן געווען געוווּנטשן פֿאַר אַ קאָלאָניע. האָבן זיך רב מאיר און די משפּחות, וואָס האָבן אים נאָכגעפֿאָלגט, זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע האָט געהאַקט ביימער אין וואַלד און געבויט מיט זיי הײַזער. איך האָב שוין אַ סך מאָל געטראַכט: ווען איך וואָלט געווען אַ רעזשיסאָר אָדער אַ סצענאַריסט און געהאַט אַ מעגלעכקייט צו מאַכן פֿילמען אויף ייִדיש, פֿון וואָס פֿאַר אַ מין פֿילם וואָלט איך אָנגעהויבן מײַן קינעמאַטאָגראַפֿישע טעטיקייט? אפֿשר עפּעס נאָך די מאָטיוון פֿונעם "סטאַר־טרעק"? איינער פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן אינעם ערשטן אָריגינעלן סעריאַל, לעאָנאַרד נימוי, איז דאָך אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, וועלכער געהערט צו דעם פֿאָלק פֿונעם פּלאַנעט וווּלקאַן, וווּ די אײַנוווינער זעען אויס אין אַ סך אַספּעקטן ווי די ליטוואַקעס — טיפּישע קאַלט־שׂכלדיקע "צלם־קעפּ", גרויסע ליבהאָבער פֿון לאָגישע פּילפּולים — און דערצו באַגריסן זיי איינער דעם צווייטן מיט צונויפֿגעלייגטע פֿינגער, אַזוי ווי כּהנים בײַם דוכנען. די, וואָס פֿאַרנעמען זיך נישט מיט אַ פֿעסטער מלאָכה, ווערן אָנגערופֿן אויף ייִדיש "לופֿטמענטשן". הגם דאָס דאָזיקע וואָרט האָט אַן איראָנישן טעם, באַשרײַבט עס עטלעכע מינים שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, גוטע און שלעכטע. אינעם יאָר 1901, האָט דער באַקאַנטער קאָנטראָווערסאַלער ציוניסטישער דענקער מאַקס נאָרדוי אָנגעשריבן אַ בריוו אויף דײַטש, וווּ עס ווערט קריטיקירט דער לעבנסשטייגער פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האָט געטענהט, אַז דאָס לעבן אין גלות האָט פֿאַרוואַנדלט די ייִדן אין אַ "לופֿטפֿאָלק" פֿון "לופֿטמענטשן". נאָרדויס ווערק, בפֿרט זײַן בוך "דעגענעראַציע", זענען אָנגעזאַפּט מיט אַ טיפֿער שׂינאה צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, וועלכע ער האָט באַטראַכט ווי אַ "דעגענעראַטישע". אַ צאָל פֿאָרשער פֿון ייִדישער עטימאָלאָגיע האַלטן, אַז נישט געקוקט אויף נאָרדויס געדאַנקען, וועלכע האָבן מערקווירדיק משפּיע געווען אויף דעם אַנטיסעמיטיזם פֿון די נאַציס, האָט ער געשאַפֿן דאָס וואָרט "לופֿטמענטש". פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, פֿאַרן קידוש, זאָגט מען אין די חסידישע קהילות אַ תּפֿילה אויף לשון־תּרגום, וואָס קלינגט ווי אַ באַצויבעריש מיסטיש געדיכט: "אתקינו סעודתא דמהימנותא שלימתא חדותא דמלכּא קדישא; אתקינו סעודתא דמלכּא; דאָ היא סעודתא דחקל תּפּוחין קדישין וזעיר אַנפּין ועתּיקא קדישא אתין לסעדה בהדה". נישט בלויז דער קלאַנג און ריטעם, נאָר דער באַדײַט פֿון דער דאָזיקער תּפֿילה איז אַ באַצויבעריש־סודותפֿולער: "גרייט צו אַ סעודה פֿון אמונה־שלימה, אַ שׂימחה פֿונעם הייליקן מלך; גרייט צו אַ סעודה פֿאַרן מלך; דאָס איז אַ סעודה פֿונעם הייליקן עפּל־סאָד, פֿון זעיר־אַנפּין און פֿון עתּיקא־קדישא, וואָס קומען צו דער סעודה צוזאַמען מיט איר". שבת בײַטאָג און בײַ די שלוש־סעודות זאָגט מען ענלעכע תּפֿילות; דער זעלבער מאָטיוו וועגן דעם "הייליקן עפּל־סוד" פֿאַרנעמט אויך אַ צענטראַל אָרט אין די פֿרײַטיק־צו־נאַכטיקע זמירות, ווו עס ווערט דורך דעם עראָטישן סימבאָליזם באַזונגען דער מיסטישער פֿאַרבאַנד צווישן דעם הקדוש־ברוך־הוא און זײַן שכינה. |