- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען מע שעלט עמעצן אויף ייִדיש, זאָגט מען, דער רוח זאָל אים כאַפּן. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן, וואָס ווילן, פּונקט פֿאַרקערט, אַליין כאַפּן אַ רוח, אינעם סאַמע בוכשטעבלעכן זין פֿונעם וואָרט. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע ספּיריטיסטן, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרבינדן זיך מיט יענער וועלט דורך הילצערנע "ווידזשי־ברעטער" און איבערגעקערטע פּאָרצעלײַענע טעלערס, האָבן די מאָדערנע רוח־כאַפּערס אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע ריי "יענוועלטישע" עלעקטראָנישע מכשירים און אַנדערע טעכנאָלאָגישע המצאות. אויף אַ צאָל וועבזײַטן — צום בײַשפּיל אין דער אינטערנעץ־קראָם http://www.Ghost-Mart.com —ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי דזשימדזשיקעס פֿאַר "פּאַראַנאָרמאַלע" פֿאָרשונגען, בתוכם ספּעציעלע מכשירים, וואָס מעסטן דעם ניוואָ פֿונעם אַרומיקן עלעקטראָמאַגנעטישן פֿעלד — EMF meters. דאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרשפּרייטער מין וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטאַטונג, וואָס ווערט ברייט אויסגענוצט אין פֿאַרשיידענע פּראַקטישע געביטן און אַרבעט ווי אַ סענסיטיווע אַנטענע, וואָס נעמט אויף סיגנאַלן פֿון זייער נידעריקער פֿרעקווענץ. למשל, די עלעקטרישע דראָטן אין דער וואַנט לאָזן אַרויס שוואַכע ראַדיאָ־כוואַליעס. אַ געוויינטלעכע ראַדיאָ איז נישט מסוגל זיי צו כאַפּן, אָבֿער אַן "EMF meter" דערשפּירט די באַהאַלטענע דראָטן און קאָן העלפֿן אַן עלעקטריקער צו פֿאַרריכטן די עלעקטרע־לייטונג אין שטוב. אַן ענלעכער מכשיר, אַ "Gauss meter" אָדער אַ מאַגנעטאָמעטער, מעסט דאָס נאַטירלעכע מאַגנעטישע פֿעלד פֿון דער ערד און קאָן דעטעקטירן, ווען אַן עלעקטרישער שטראָם לויפֿט איבער אַ דראָט. דאָס עלעקטראָמאַגנעטישע פֿעלד אין פֿאַרשיידענע ווינקלען און צימערן אין דער שטוב בײַט זיך צומאָל צוליב אומגעריכטע אינערלעכע און דרויסנדיקע סיבות, דערפֿאַר קאָנען די רעזולטאַטן פֿון אויסמעסטונגען אויסזען גענוג מיסטעריעז, כאַאָטיש און "יענוועלטיש". אַ טייל פֿון די מאָדערנע ספּיריטיסטן האַלטן, אַז די נשמות פֿון די פֿאַרשטאָרבענע, מלאכים, רוחות און אַנדערע מיסטישע כּוחות ווירקן אויפֿן עלעקטראָמאַגנעטישן מצבֿ פֿון דער סבֿיבֿה. סײַ אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט, סײַ אין דעם וועלט־באַקאַנטן אינטערנעץ־געשעפֿט "אַמאַזאָן" ווערן פֿאַרקויפֿט עלעקטראָמאַגנעטישע דעטעקטאָרן, וואָס הייסן בפֿירוש "רוח־מעסטערס" (Ghost meters). אייניקע מענטשן קויפֿן זיי אויף טשיקאַוועס; ספּעציעלע גרופּעס "רוח־כאַפּער" פֿאָרשן מיט אַזעלכע עלעקטראָנישע מכשירים די לעגענדעס וועגן אַלטע הײַזער מיט שדים; אַ טייל ספּיריטיסטן באַטראַכטן זיי מיט אַ מין "טעלעפֿאָן", וואָס דערמעגלעכט צו שמועסן מיט די טויטע. אַן אַנדער מכשיר, וואָס איז ספּעציעל קאָנסטרויִרט געוואָרן פֿאַר קאָמוניקאַציע מיט די רוחות און האָט נישט קיין אַנדערן, מער געוויינטלעכן, באַנוץ, איז אַ ספּעציעלע "רוחות־ראַדיאָ". די אָריגינעלע ווערסיע איז געשאַפֿן געוואָרן דורך פֿרענק סאָמפּשען (Frank Sumption), און ווערן אָנגערופֿן "אַ טעלעפֿאָן פֿאַר טויטע". ס׳איז בעצם אַ ראַדיאָ, וואָס בײַט כּסדר די פֿרעקווענץ, וואָס עס נעמט אויף, און כאַפּט פֿון צײַט צו צײַט קורצע פֿראַגמענטן פֿון פֿאַרשיידענע ראַדיאָ־פּראָגראַמען — אַ וואָרט פֿון דער סטאַנציע, אַ מוזיק־קלאַנג פֿון יענער. דאָס געמיש פֿון ראַדיאָ־כוואַליעס, וואָס באַקומט זיך ווי אַ רעזולטאַט, קלינגט צומאָל ווי עפּעס אַ "יענוועלטישער טעלעפֿאָן". אַ פֿאַרבעסערטע ווערסיע, וואָס כאַפּט אַ ברייטערן ראַדיאָ־דיאַפּאַזאָן, ווערט בפֿירוש פֿאַרקויפֿט אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן ווי אַ "רוחות־טעלעפֿאָן". לעצטנס, האָבן אַ צאָל אַמעריקאַנער "טעכנאָ־מעדיומס" באַשריבן אַ מעטאָד, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען אַזאַ מכשיר אין אַ מין טעלעוויזיע, מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, זיי האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט בילדער, וואָס זעען אויס ווי פּנימער פֿון פֿאַרשטאָרבענע מענטשן. |