רעליגיע, געשיכטע
אַ תּפֿילה אין שואַדיט, די ייִדיש-פּראָוואַנסאַלישע שפּראַך, פֿונעם 14טן יאָרהונדערט

אינעם מדרש שטייט, אַז משיח איז געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן טאָג, ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. דאָס מיינט, ווי עס דערקלערן אַ צאָל מפֿרשים, אַז אין די צרות און וואַנדערונגען פֿונעם גלות קאָן מען דערזען דאָס "קערנדל" פֿון דער קומענדיקער גאולה, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט דערגרייכן שלום און אייניקייט; די פֿאַרשקלאַפֿערישע "גלות-כּוחות" אין דער מענטשלעכער געשיכטע ווערן אָפֿט פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן מיט די באַפֿרײַערישע "גאולה-טענדענצן".

טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", הייבט זיך אויף אין דער לופֿטן, באַגלייט דורכן דערפֿינדער גלען מאַרטין (לינקס) און ריי טאָמסען (רעכטס)

פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בעת דעם יער­לעכן אַמעריקאַנער אַוויאַ-פֿעסטיוואַל אין אָס­קאָש, שטאַט וויסקאָנסין, האָט דער נײַ־זילענדישער דערפֿינדער גלען מאַרטין אויס­געפּרוּווט אַ פֿלי-מכשיר, וועלכן מע בינדט צו צום רוקן, ווי אַ מין רענצל. מיט דער הילף פֿון דער נײַער דערפֿינדונג, האָט דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", זיך אויפֿגעהויבן אויף אַ פּאָר מע­טער איבער דער ערד, און זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן במשך פֿון עטלעכע מינוט.

קהילה־לעבן, רעליגיע
הרבֿ חיים דאַלפֿין

דעם 17טן אויגוסט וועט אין ירושלים זיך עפֿענען אַ נײַער מוזיי, געווידמעט דער געשיכטע פֿון קבלה און חסידות. אַלע אונ­טער­נעמונגען און בילדונג-פּראָגראַמען אינעם מוזיי וועלן דורכגעפֿירט ווערן אויף אַן עגאַליטאַרן אופֿן, דערמעגלעכנדיק מע­נער און פֿרויען, ייִדן און ניט-ייִדן, צו באַ­קענען זיך מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער מיסטישער טראַדיציע אויף אַן אויטענטישן אופֿן.

רעליגיע, געשיכטע
אַ סצענע פֿון דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג — "די מויד פֿון לודמיר" (1996) געשריבן פֿון מרים שמולעוויטש-האָפֿ­מאַן

הײַיאָר, דעם 22סטן טאָג אינעם חודש תּמוז, קומט דער 120סטער יאָרצײַט פֿון חנה-רחל ווערבערמאַכער — די באַרימטע "לוד­מי­רער מויד", איינע פֿון די סאַמע אומ­גע­וויינט­לעכע פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון חסידות. די הייליקע פֿרוי, וועלכע האָט אויס­געבויט אַן אייגענע שיל, וווּ זי האָט זיך געפֿירט ווי אַ רבי, האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער ייִדישער קולטור — סײַ בײַ די חסידים, סײַ בײַ די וועלטלעכע שרײַבער.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
דער שער-בלאַט פֿונעם זשורנאַל "מילגרוים", אויף דער וועבזײַט פֿונעם נײַעם פּעטערברוגער קאַטאַלאָג

נישט לאַנג צוריק האָט די וועבזײַט פֿון דער פּעטערבורגער "רוסלענדישער נאַציאָ­נאַלער ביבליאָטעק" געעפֿנט אַן אוניקאַלן קאַטאַלאָג פֿון בערך 2,500 ייִדישע ביכער, אַרײַנגערעכנט אַ סך זעלטענע סאָוועטישע און מיזרח-אייראָפּעיִשע אויסגאַבעס. דער פֿעברואַר-נומער פֿון אונדזער בײַלאַגע "ווײַטער" האָט איבערגעגעבן וועגן דער צוגרייטונג-אַרבעט איבערן פּראָיעקט; איצט איז דער קאַטאַלאָג אָפֿיציעל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ, אויפֿן אַדרעס: "www.nlr.ru/rlin1/idish.php"

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשור­נאַל "Science" איבערגעגעבן, אַז די וויסנ­שאַפֿטלער בײַם ירושלמער "פֿאָרש-צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין אויפֿן נאָמען פֿון לויִס באָריק" האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוציִען אַ טייטלבוים פֿון אַן אוראַלטן קערן, געפֿונען אין די רויִנען פֿון דער באַרימטער פֿעסטונג מצדה. די פֿאָרשער האָבן באַשטימט, אַז דאָס קערנדל איז געווען 2,000 יאָר אַלט. ביז הײַנט האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן אַזאַ אַלט געוויקס.

רעליגיע, געשיכטע, טשיקאַװעס
אַ מנורה, וואָס סימבאָליזירט פֿאַרשיידענע גײַסטיקע וועלטן און אבֿרים פֿונעם מענטשלעכן גוף, פֿונעם קבלה-ספֿר "ארץ-טובֿ"

פֿאַרשיידענע סימבאָלן דינען הײַנט אָפֿט ווי "אָנערקענונג-צייכנס" פֿון רעליגיעס, פֿעלקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. צום בײַשפּיל, ווערט דער זעקס-עקיקער שטערן באַטראַכט ווי אַ ייִדישער און דווקא ייִדישער סימבאָל, און דער קרייץ — דווקא ווי אַ קריסטלעכער צייכן, וועלכער קאָן בשום-אופֿן נישט באַנוצט ווערן בײַ ייִדן — לכל-הפּחות, אין אַ רע­לי­גיעזן קאָנטעקסט. אַן אַנדער טרויעריק-באַרימטער סימבאָל, דער האַקנקרייץ, ווערט פֿעסט פֿאַרבונדן מיט נאַציזם.

פּובליציסטיק, געשיכטע
די ערשטע פֿרײַע וואַלן אין מערבֿ-אוקראַיִנע, 1939

דער דור אַמעריקאַנער, געבוירן בערך אין די יאָרן 1965־1980, ווערט אָנגערופֿן "דער דור X" — נאָכן לאַטײַנישן אות "X", וואָס באַצייכנט אין מאַטעמאַטיק אַן אומ­באַשטימטע ווערט. דער דאָזיקער נאָמען האָט זיך פֿאַרשפּרייט צוליב דעם בוך פֿונעם קאַנאַדער שרײַבער דוגלאַס קאָפּלאַנד, וווּ ער האָט באַשריבן דאָס לעבן פֿון יונגע-לײַט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין די 1980ער יאָרן, און האָבן אַנטוויקלט אַן אַנטיפּאַטיע סײַ צו די ווערטן פֿונעם פֿריִערדיקן דור, סײַ צו דער הײַנטיקער קאָמערציאַליזירטער וועלט פֿון קאָנקורענץ און קאַריערע-יאָגענישן.

אַ גרויסע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם "דור X" האָט געשפּילט דער סוף פֿון דער "קאַלטער מלחמה", ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿון קאָמפּיוטערײַ און דער אינטערנעץ במשך פֿון די 1980ער יאָרן.

ייִדיש־וועלט
אַ זײַט פֿונעם דובנער מגידס משלים, אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ דורך דעם האָלמינער רבין

ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון אונדזער שפּראַך פֿאַרנעמן זיך בלויז מיט די אַלגעמיינע וועלטלעכע ווערק, און אינטערעסירן זיך נישט מיט דער מיזרח-אייראָפּעיִשער פֿרומער ליטעראַטור — אַחוץ איינצלנע אויסנאַמען, אַזעלכע ווי "שבֿחי בעש״ט" און רבי נחמנס "סיפּורי מעשׂיות". אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע קלאַסישע ווערק, אַזעלכע ווי "צאנה-ראנה" און "מעשׂה-בוך", וועלכער זענען אַן אָפֿטער אָביעקט פֿון ליטעראַרישע, לינגוויסטישע און היסטאָרישע פֿאָרשונגען, בלײַבן די ביכער,

קונסט, װיסנשאַפֿט
שלאַנגען, מאָריץ קאָרנעליס עשער, 1969

אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע באַשעפֿטיקונגען זענען קונסט און מאַטעמאַטיק צוויי סאַמע היפּוכדיקסטע זאַכן. די "קאַלטע וועלט" פֿון ציפֿערן און חשבונות פּאָרט זיך אין זייער שׂכל נישט צונויף מיט דער שעפֿערישער פֿרײַהייט פֿונעם קינסטלער. אַ טייל ליבהאָבער פֿון קונסט באַטראַכטן די מאַטעמאַטיקער כּמעט ווי אַ "באַזונדער פֿאָלק" מיט דיאַמעטראַל-קעגנזײַטיקע אינטערעסן.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער וויסנ­שאַפֿטלעכער זשורנאַל "Vision Research" איבערגעגעבן, אַז די פֿאָרשער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנ­גע­געבן צו שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-פּראָ­גראַם, וואָס קאָן אָפּשאַצן צוציִעוודיקייט פֿון פֿרויען. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך עמית קגיאַן (קאַגיאַן), אַן אַספּיראַנט פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ איתן רופּין און פּראָפֿ׳ גדעון דרור.

געשיכטע, טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
די אוראַלטע ייִדישע קמיע, געפֿונען אין האַלבטורן, עסטרײַך

מיט אַ חודש צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ייִדישע קמיע פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿן אוראַלטן רוימישן צווינטער אין דער שטאָט האַלבטורן, מיזרח-עסטרײַך. די קמיע, אַ קליינע גאָלדענע מגילה מיטן ערשטן פּסוק פֿון קריאת-שמע, 2.2 סאַנטימעטער די לענג, פֿאַרשריבן מיט גריכישע אותיות, איז געלעגן אין אַ קבֿר פֿון אַ קליין קינד.

פּובליציסטיק
ייִדישע פּויערים אינעם דאָרף לוואָוואָ, כערסאָנער גובערניע, אָנהייב 20טן יאָרהונדערט

מיט אַ חודש צוריק האָט דער קאָלומביע-אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ אונטערן נאָמען "ייִדן און אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם". דעם זיבעטן מערץ האָט דער "פֿאָרווערטס" פּובליקירט אַ באַריכט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו, וועגן די עיקר-טעמעס, וואָס זענען באַהאַנדלט געוואָרן אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג.