רעליגיע, פֿאַרשײדנס
אַ ייִדישער סגולה-סימבאָל, וואָס זעט אויס ווי אַ מין סוואַסטיקע, פֿון הרבֿ אליעזר פֿישל סטריזשאָווער, געדרוקט אין דער נײַער ירושלימער אויסגאַבע פֿון "ספֿר קרנים"

צווישן דעם ייִנגערן דור רוסיש-רעדנדיקע בעל-תּשובֿות טרעפֿן זיך נישט זעלטן גוטע קענער פֿון קעלטישער און סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, ווי אויך טאָלקיעניסטן — ליבהאָבער פֿון דזשאָן ראָנאַלד רועל טאָלקיענס ווערק. אַ טייל פֿון אַזעלכע בעל-תּשובֿות זענען זיך מודה, אַז זייער אינטערעס צו ייִדישקייט, בפֿרט צו קבלה און חסידות, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿונעם שטודירן די מיטאָלאָגיע פֿון צפֿון-אייראָפּעיִשע פֿעלקער.

קהילה־לעבן
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די בוכאַרישע משפּחות בורוכאָוו און יאַגודאַיעוו, בוכאַראַ, 1934

אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט די חסידים פֿון וויליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק, וואָס שטאַמען, על-פּי-רובֿ, פֿון אונגאַרן, פּוילן אָדער גאַליציע — האָבן אַן איינזײַטיקע פֿאָרשטעלונג וועגן דער שפּראַך און מינהגים פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אַ טייל ייִדן ווערן שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען די "רוסישע" ייִדן דערציילן זיי, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן געלעבט כּמעט אַ צענדליק פֿאַרשיידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס, מיט אינגאַנצן באַזונדערע שפּראַכן און טראַדיציעס.

געשיכטע, װיסנשאַפֿט
יוליוס ליליענפֿעלדס פּאַטענט פֿונעם טראַנזיסטאָר, 1930

מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכ­טי­קע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעק­טראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעק­טראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנ­זיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעק­טראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דרי­טער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייני­קער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענער­גיע-קוואַל.

פּובליציסטיק, געשיכטע
באַן-סטאַנציע "טיכאָנקאַיאַ", 1929

מיט אַ חודש צוריק האָט ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט אַ ריי פֿײַערונג-אונטערנע­מונגען לכּבֿוד דעם 70סטן יוביליי פֿון דער שטאָט.

ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1934, ווערט הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "ריין-רוסישע שטאָט, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדישקייט".

ליטעראַטור, קונסט

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אין מאָסקווע אַרויס אַ נײַע רוסישע אויסגאַבע פֿונעם ערשטן טייל פֿון שלום-עליכמס בוך "מאָטל פּייסי דעם חזנס", באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קינסטלער הערש אינגער.

"מאָטל פּייסי דעם חזנס", די טראַגיש־קאָמישע מעשׂה וועגן אַ צען-יעריקן ייִנגל-יתום פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל, איז איינס פֿון שלום־עליכמס בעסטע ווערק; דער ערשטער טייל פֿונעם בוך, וווּ מאָטלס משפּחה קלײַבט זיך צו עמיגרירן קיין אַמעריקע,

פּאָליטיק, ביאָגראַפֿיעס
י.—נ. שטיינבערג ווי יוסטיץ-קאָמיסאַר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד

די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די לינקע באַוועגונגען — בפֿרט מיט דער מעכטיקער ייִדישער סאָציאָל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, "בונד", ווי אויך מיט די סאָוועטישע און מערבֿדיקע קאָמוניסטן. הגם די בונדיסטן און קאָמוניסטן זענען טאַקע געווען די גרעסטע און מעכטיקסטע ייִדישע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען,

ייִדיש־וועלט, פֿאַרשײדנס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון דער אינטערנעץ איז די גרויסע צאָל "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן, וווּ מע קען אָפּגעפֿינען אַ סך ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ סך באַקאַנטע, ווי אויך ווייניק-באַקאַנטע ליטע­ראַטור-ווערק, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע־רע­סורסן. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קענען די שרײַבער, היסטאָריקער, ליטעראַטור-פֿאָר­שער און אַנדערע מענטשן, וואָס זייער פֿאַך פֿאָדערט אַ שטענדיקן צוטריט צו אַ סך טעקסטן,

ליטעראַטור, פֿאַרשײדנס
דער ערשטער נומער פֿונעם זשורנאַל "אַזימאָווס"

זשורנאַל "אַזימאָווס" — 30 יאָר

מיט 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָט די דרוק-פֿירמע "דייוויס פּאָבלישינג" באַקומען פֿון אײַזיק אַזימאָוו, דער באַרימטער שרײַ­בער-פֿאַנטאַסט, אַ דערלויבעניש אַרויס­צוגעבן אַ נײַעם וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנ­טאַסטישן זשורנאַל, אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם שרײַבער — "Asimov‘s Science Fiction". דער נײַער זשורנאַל איז באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער און צוגעצויגן די בעסטע מײַסטערס פֿונעם זשאַנער: אַרטור קלאַרק,

רעליגיע
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער צײַט ווערט די ייִדישע וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע באַ­וועגונג צומאָל באַטראַכט אין אַ טייל שטרענג-פֿרומע קרײַזן ווי אַ "נישט-טראַדי­ציאָנעלע". די קריטיקער פֿון וועגעטאַריאַניזם טענהן, אַז ייִדישקייט איז, כּלומרשט, בעצם אַן "אַנטי־וועגעטאַרישע" רעליגיע, ווײַל אַ סך ייִדישע טראַדיציעס זענען פֿאַרבונדן דווקא מיטן עסן פֿלייש. אַחוץ דעם, ווערן די וועגעטאַריאַנער אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן אַרײַנמישן "אַ פֿרעמדע נישט-ייִדישע אידע­אָלאָגיע" אינעם ייִדישן לעבן.

דער היסטאָרישער אַנאַליז פֿון דער ייִדי­שער טראַדיציע ווײַזט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז ביידע טענות זענען נישט באַרעכטיקט. ערשטנס, זענען די פּראָ-וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע אידעען ברייט פֿאַרשפּרייט אין די קבלה-ספֿרים, ווי אויך אין די ווערק פֿון געוויסע מחקרים, ייִדישע רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿן.

ייִדיש־וועלט, רעליגיע

"בײַם לעצטן עטאַפּ פֿונעם סעאַנס, האָט זיך מיר אַנטפּלעקט אַ וויזיע פֿון אַ גרויסער, העל-באַלויכטענער סצענע, וואָס האָט זיך געפֿונען, דאַכט זיך, מחוץ דער צײַט און רוים. דאָרטן איז געהאַנגען אַ וווּנדער-שיינער פֿאָרהאַנג, וואָס אין זײַן געוועב האָט זיך אַזוי ווי אַנטהאַלטן די גאַנצע געשיכטע פֿון דער וועלט. כ׳האָב אינטויִטיוו פֿאַר­שטאַנען, אַז איך געפֿין זיך אינעם טעאַטער פֿון דער קאָסמישער דראַמע, וווּ די הויפּט-ראָלעס האָבן געשפּילט די כּוחות, וואָס פֿורעמען אויס די מענטשלעכע היסטאָריע.

טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַטאַנאַסיוס קירטשערס מאַפּע פֿון אַטלאַנטיס, 17טער יאָרהונדערט

אין די ווערק פֿון אַ סך שרײַבער און קינאָ־רעזשיסאָרן פֿיגורירן אויסגעטראַכטע הײַזער, גאַסן, דערפֿלעך און שטעט, ווי אויך גאַנצע פּלאַנעטן און וועלטן, וואָס זייער געשיכטע, געאָגראַפֿיע און לעבנס־שטייגער זענען אַזוי פּרטימדיק באַשריבן, אַז עס דאַכט זיך, אַז די דאָזיקע ערטער עקזיסטירן אַפֿילו מער רעאַל, ווי די עכטע שטעט און לענדער. אין אייניקע פֿאַלן, ווערט די געשיכטע פֿון געוויסע אויסגעטראַכטע פּלעצער און פּערסאָנאַזשן מער ערנסט און פּרטימדיק געפֿאָרשט און באַשריבן, ווי ס׳רובֿ רעאַלע ערטער.