|
י.—נ. שטיינבערג ווי יוסטיץ-קאָמיסאַר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד |
|
די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די לינקע באַוועגונגען — בפֿרט מיט דער מעכטיקער ייִדישער סאָציאָל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, "בונד", ווי אויך מיט די סאָוועטישע און מערבֿדיקע קאָמוניסטן. הגם די בונדיסטן און קאָמוניסטן זענען טאַקע געווען די גרעסטע און מעכטיקסטע ייִדישע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען,
איז גאָר אַן אינטערעסאַנטער קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿאַרבונדן מיט די אַנדערע סאָציאַליסטישע באַוועגונגען — אַנאַרכיסטן, פֿאָלקיסטן און טעריטאָריאַליסטן.
אין אַ סך אַספּעקטן זענען דווקא די דאָזיקע דרײַ באַוועגונגען, טיף פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער, געווען די סאַמע אָריגינעלע, ראַדיקאַלע, שעפֿערישע און באַגײַסטערטע. די בונדיסטן און קאָמוניסטן ווערן אָפֿט באַשולדיקט אין אָפּגעפֿרעמדטקייט פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט; אין אַ סך פֿאַלן, זענען אַזעלכע באַשולדיקונגען פֿולשטענדיק באַרעכטיקט. אין אונטערשייד מיט די מאַטעריאַליסטיש-געשטימטע מאַרקסיסטן, זענען אַ צאָל פּראָמינענטע אַנאַרכיסטישע און טעריטאָריאַליסטישע טוער געווען דורכגעזאַפּט מיט דער ייִדישער גײַסטיקער טראַדיציע.
צום באַדויערן, ווערט דער טעריטאָריאַליסטישער קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע אָפֿט אויסגעמיטן פֿון די "הויפּט-שטראָמיקע" היסטאָרישע ביכער. צום בײַשפּיל, אין דער ערשטער אויסגאַבע פֿון דער "ייִדישער ענציקלאָפּעדיע" אויף ענגליש, געדרוקט אינעם יאָר 1972, איז בכלל נישטאָ קיין אַרטיקל וועגן אַנאַרכיזם; דער אַרטיקל וועגן טעריטאָריאַליזם איז אויך זייער אַ קורצער און ענדיקט זיך מיט דער פֿראַזע, אַז נאָך דער ציוניסטישן ניצחון אין ישׂראל האָט די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג "נישט געהאַט קיין זין". הגם אין דער נײַער ווערסיע פֿון דער ענציקלאָפּעדיע זענען אַ סך אַרטיקלען פֿאַרבעסערט געוואָרן, ווערט די דאָזיקע טעמע נאָך אַלץ אָפֿט איגנאָרירט.
איינער פֿון די סאַמע גלענצנדיקע, און אויך אָפֿט פֿאַרגעסענע, פּערזענלעכקייטן אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן געדאַנק איז געווען יצחק-נחמן שטיינבערג — אַ ראַדיקאַלער רעוואָלוציאָנערער פּאָליטיקער, אַ באַגאַבטער שרײַבער, אַ טיפֿער דענקער און אַ פֿרומער ייִד.
שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אין 1888 אין דווינסק (דענאַבורג), לעטלאַנד, אין אַ געבילדעטער פֿרומער משפּחה. אין 1910 האָט ער באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין יוריספּרודענץ פֿונעם הײַדלבערגער אוניווערסיטעט, און אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַן אַדוואָקאַט; בעתן שטודירן, איז ער עטלעכע מאָל אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר זײַן ראַדיקאַלער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט. שפּעטער איז ער געוואָרן אַ פּראָמינענטער פֿירער פֿון די רוסישע "לינקע עסערן" — אַן אָפּטייל פֿון דער סאָציאַל-רעוואָלוציאָנערער פּאַרטיי. אין דעצעמבער 1917, עטלעכע חדשים נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, איז שטיינבערג אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער יוסטיץ-קאָמיסאַר אין לענינס קאָאַליציע-רעגירונג.
די פּאָזיציעס פֿונעם לינקן פֿליגל פֿון דער "עסער"־פּאַרטיי זענען געווען, בדרך־כּלל, נאָענט צו די אַנאַרכיסטן; שטיינבערג, וועלכער האָט זיך אויך גערופֿן אַ "לינקער פֿאָלקיסט", האָט געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע עסייען, אַז זײַן פּאַרטיי, אין אונטערשייד צו די געוויינטלעכע פּאָליטישע פּאַרטייען, שטעלט דעם ציל אָפּצושוואַכן די מלוכישע מאַכט פֿון אינעווייניק. בעתן אַרבעטן ווי אַ פֿאָלקס-קאָמיסאַר אין דער סאָוועטישער רעגירונג, האָט ער כּסדר געפּרוּווט אָפּצונעמען די מאַכט בײַ דעם "אויסעראָרדנטלעכן קאָמיטעט" ("טשע-קאַ"), און צו שטערן די אַנדערע טאָטאַליטאַרע געזעצן און אינסטאַנץ, וועלכע די באָלשעוויקעס האָבן געשאַפֿן נאָך דער רעוואָלוציע. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל אַנדערע עסערן און אַנאַרכיסטן איז שטיינבערג געווען פּעסימיסטיש געשטימט, און געהאַלטן, אַז גוואַלד צו טעראָר זענען דאָס לעצטע, דאָס שרעקלעכסטע געווער, וואָס מע מעג אויסנוצן בלויז אינעם ערגסטן פֿאַל, אין אַ קאַמף קעגן די סאַמע אַכזריותדיקע שׂונאים. נישט געקוקט אויף דער שאַרפֿער אַנטי־רעליגיעזער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, איז ער געבליבן אָפֿן און אומקאָמפּראָמיסלעך פֿרום — הגם, לויט די "מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע" טראַדיציעס פֿון זײַן דײַטשיש־ליטווישער היימשטאָט, האָט ער נישט תּמיד געטראָגן אַ יאַרמלקע.
בײַם אָנהייב, האָט שטיינבערג געגלייבט, אַז די באָלשעוויקעס וועלן טאַקע איבערגעבן די מאַכט צום פֿאָלק, ווי זיי האָבן צוגעזאָגט; אין צוויי חדשים אַרום, אין פֿעברואַר 1918, האָט ער אָבער פֿאַרלאָזט די סאָוועטישע רעגירונג, און אָנגעהויבן אַן אַקטיוון קאַמף קעגן דעם באָלשעוויסטישן טעראָר. די סאָוועטישע מאַכט האָט גערודפֿט שטיינבערגן און אַנדערע לינקע עסערן; אינעם יאָר 1923 האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד. אין זײַנע יונגע יאָרן, האָט שטיינבערג אַרויסגעוויזן אַ טאָפּלט מסירת-נפֿש; ווי אַ פֿרומער ייִד האָט ער זיך אָפּזאָגנדיק צו עסן דאָס טרייפֿענע עסן אַפֿילו אין תּפֿיסה, און האָט געהיט שבת בעתן אַרבעטן אין דער סאָוועטישער רעגירונג — שוין אָפּגערעדט, אַז ער האָט ריזיקירט מיטן לעבן ווי אַ רעוואָלוציאָנער.
לעבנדיק אין בערלין, האָט שטיינבערג אָנגעפֿירט מיט דער אָרטיקער רעוואָלוציאָנער-סאָציאַליסטישער באַוועגונג, און אָנגעהויבן פּובליקירן אַ סעריע ייִדישע זשורנאַלן מיטן נאָמען "פֿרײַע שריפֿטן פֿאַרן ייִדישן סאָציאָליסטישן געדאַנק", אין וועלכע ער האָט קאָמבינירט די לינקע אידעאַלן מיט די ייִדישע עטישע ווערטן.
אינעם יאָר 1933, ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט, איז שטיינבערג אַוועקגעפֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד קיין לאָנדאָן, און האָט זיך באַטייליקט אין דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג. די טעריטאָריאַליסטן האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן אויטאָנאָמישן ייִדישן ייִשובֿ אין אַן אָרט, וווּ די ייִדן וואָלטן נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם; אין אונטערשייד צו די ציוניסטן, האָבן זיי באַטראַכט אַלע מעגלעכע לענדער, לאו-דווקא פּאַלעסטינע. די טעריטאָריאַליסטן האָבן נישט גערופֿן צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע ייִדישע מלוכה; אַ גרויסער טייל פֿון זיי איז געווען געשטימט בפֿירוש אַנטי־ציוניסטיש.
|
לענינס קאָאַליציע-רעגירונג: דער ערשטער פֿון לינקס — יצחק-נחמן שטיינבערג |
|
דעם 26טן יולי 1935 האָט שטיינבערג געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ נײַע טעריטאָריאַליסטישע אָרגאַניזאַציע — די "פֿרײַלאַנד-ליגע"; שפּעטער איז ער געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע. אין 1939 האָט די ליגע געפּרוּווט אײַנצוקויפֿן אַ גרויסן שטח ערד, אַרום 7 מיליאָן אַקערס, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿונעם קימבערלי-ראַיאָן, אויסטראַליע, ווי אַ מקום-מיקלט פֿאַר 75,000 ייִדישע פּליטים. צוערשט, האָט שטיינבערגס פּלאַן באַקומען אַן ערנסטע שטיצע פֿון דער אויסטראַלישער רעגירונג, ווי אויך צווישן די אָרטיקע אַרבעטער-פֿאַראיינען. אינעם יאָר 1943 איז דער פּלאַן אָבער דורכגעפֿאַלן — טיילווײַז צוליב די אויסטראַלישע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן נישט געוואָלט אַרײַנלאָזן אַזויפֿיל פֿרעמדע אימיגראַנטן, טיילווײַז צוליב די ציוניסטישע טוער, וועלכע האָבן כּסדר געשטערט די טעריטאָריאַליסטישע פּלענער.
אין דער זעלבער צײַט, האָט די "פֿרײַלאַנד-ליגע" אויך געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ ייִדישע געגנט אין סורינאַם, דרום-אַמעריקע — דעמאָלט אַ האָלענדישע קאָלאָניע. די האָלענדישע רעגירונג האָט געשטיצט דעם פּלאַן, אָבער אינעם יאָר 1944 איז ער דורכגעפֿאַלן — דער עיקר, צוליב דעם ציוניסטישן סאַבאָטאַזש. נישט געקוקט אויף דעם חורבן, האָבן די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס געשטערט די אַלטערנאַטיווע פּלענער פֿון ייִדישע אויטאָנאָמיעס, האַלטנדיק, אַז די ייִדן מוזן זיך אויסבאַהאַלטן דווקא אין פּאַלעסטינע. די טרויעריקע געשיכטע פֿון די טעריטאָריאַליסטישע פּראָיעקטן איז באַשריבן געוואָרן אין מיכאל אַסטורס צוויי־בענדיקן בוך "די געשיכטע פֿון פֿרײַלאַנד-ליגע", ווי אויך אין שטיינבערגס זכרונות "געלעבט און געחלומט אין אויסטראַליע".
די "פֿרײַלאַנד-ליגע" האָט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ זעלבסט-פֿירנדיקן ייִדישן ייִשובֿ, אָדער עטלעכע אויטאָנאָמיעס אַרום דער וועלט, אָבער נישט קיין "נאַציאָנאַלע מלוכה". שטיינבערג האָט נישט געהאַלטן פֿון פּאָליטישן ציוניזם און גערופֿן, אַזוי ווי מאַרטין בובער, צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע ייִדיש-אַראַבישע פֿעדעראַציע. אין אַן עסיי, געווידמעט גוסטאַוו לאַנדאַוער, דער דײַטשיש-ייִדישער רעליגיעז-מיסטישער אַנאַרכיסט, האָט שטיינבערג אויך קריטיקט דעם געוויינטלעכן "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון די מאַרקסיסטן, און דערקלערט, אַז דאָס בויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט איז בעצם אַ שעפֿערישער און גײַסטיקער פּראָצעס; די אינערלעכע גײַסטיקע רעוואָלוציע מוז זיך האַרמאָניש פֿאַראייניקן מיט דעם אויסערלעכן קאַמף קעגן אומיושר.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז שטיינבערג פֿלעגט זיך רופֿן דווקא אַ "פֿאָלקיסט", און נישט "אַנאַרכיסט", כּדי נישט צו רעדוצירן דעם אַנאַרכיסטישן גײַסט צו אַ קאָנקרעטער פּאָליטישער פּראָגראַם. אַפֿילו אין אַ פֿרײַוויליקער קאָמונע פֿון אַרבעטער-סינדיקאַטן, קאָאָפּעראַטיוון און פֿאָלק-ראַטן, וועלכע ער האָט גערופֿן צו שאַפֿן, קענען פֿאַרבלײַבן "קריסטאַלן פֿון מאַכט", וועלכע מע מוז, לויט שטיינבערגן, תּמיד שטרעבן צו "צעלאָזן", כּדי זיי זאָלן נישט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ נײַער מאַכט-פּיראַמיד.
אַזאַ לעבעדיקער, דינאַמישער צוגאַנג צו דער געזעלשאַפֿטלעכער סטרוקטור דערמאָנט אורסולאַ לע גויִנס ראָמאַן "פֿאַרמעגנלאָזיקער" (1974 "Dispossessed"), אָנגעשריבן אונטער דער השפּעה פֿון ייִדישע לינקע באַוועגונגען, וווּ דער הויפּט-העלד ראַטעוועט זײַן אַנאַרכיסטישע וועלט פֿון קאָרופּציע און פֿאַרגליווערטקייט. די וויכטיקסטע פּונקטן פֿון שטיינבערגס פֿילאָסאָפֿישער און סאָציאַלער שיטה ווערן באַהאַנדלט אין זײַן בוך פֿון געזאַמלטע עסייען, "אין קאַמף פֿאַר מענטש און ייִד".
ד״ר שטיינבערג איז געווען זייער אַ שעפֿערישע פּערזענלעכקייט, אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער אויף ייִדיש, רוסיש, דײַטש און ענגליש, און האָט כּסדר געשטיצט ייִדישע קולטור-אונטערנעמונגען. פֿונעם יאָר 1946 ביז זײַן טויט מיט 50 יאָר צוריק, אין 1957, האָט ער רעדאַקטירט דעם זשורנאַל "אויפֿן שוועל". שפּעטער, ווען די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג האָט פֿאַרלוירן איר אַמאָליקן כּוח, איז די "פֿרײַלאַנד-ליגע" פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין "ייִדיש-ליגע" — די באַקאַנטע קולטור-באַקאַנטע אָרגאַניזאַציע, אָנגעפֿירט ביז לעצטנס דורך דעם ייִדיש-לינגוויסט מרדכי שעכטער.
הײַנט טראַכטן אַ סך ייִדן, אַז די געשיכטע פֿונעם ייִדישן פּאָליטישן געדאַנק האָט זיך אָפּגעשטעלט בלויז אויף ציוניזם און דעם מערבֿדיקן קאַפּיטאַליזם. די אַלטערנאַטיווע פּאָזיציעס ווערן אָפֿט באַטראַכט אין דער הײַנטיקער ייִדישער געזעלשאַפֿט ווי "מאַרגינאַלע" און אַפֿילו "זעלבסט-האַסערישע", ווען עס גייט אַ רייד וועגן געוויסע שאַרפֿע קריטיקער פֿון ציוניזם. אין אַ טייל היסטאָרישע ביכער ווערט טעריטאָריאַליזם באַשריבן ווי אַ "דורכגעפֿאַלענע" באַוועגונג, וואָס האָט הײַנט נישט קיין ווערט.
אין דער אמתן, אָבער, קען מען הײַנט אָפּלערנען פֿון שטיינבערגס ירושה גאָר אַ סך. שטיינבערג איז געווען אַ קלוגער, פּראַקטישער מענטש. זײַנער אַ נאָענטער חבֿר, דער באַקאַנטער פּסיכאָאַנאַליטיקער און פֿילאָסאָף עריך פֿראָם, אויך אַ טעריטאָריאַליסט און אַנאַרכיסט, האָט געזאָגט, אַז "הגם אַ סך שטיינבערגס מיטצײַטלער האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ בעל-חלומות, איז ער געווען איינער פֿון די איינציקע אמתע רעאַליסטן פֿון אונדזער צײַט". אין זײַן אַנטי-ציוניסטישן עסיי "נידער מיט דער מלחמה" האָט ער אינעם יאָר 1946 פֿאָרויסגעזאָגט מיט אַ כּמעט נבֿיאישער פּינטקלעכקייט דעם הײַנטיקן אַראַבישן טעראָריזם; ער האָט אויך שאַרף קריטיקירט די בונדיסטן, און האָט ריכטיק פֿאָרויסגעזען די טענדענצן, וועלכע האָבן געבראַכט אַ סך פֿון זייערע יורשים צו אַסימילאַציע; אינעם יאָר 1932 האָט ער פֿאָרויסגעזאָגט די צווייטע וועלט-מלחמה און געמאָלדן, אַז אויב מע קען זי נישט אויסמײַדן, מוז מען שטיצן דווקא די סאָוועטישע זײַט, נישט געקוקט אויף אַלע אירע חסרונות.
דאָס געמיש פֿון לינקע און פֿרומע אידעען איז אויך נישט קיין מאָדנער פֿענאָמען. אין אונטערשייד צו די מאַטעריאַליסטישע מאַרקסיסטן, פֿלעגן אין דער געשיכטע זיך טרעפֿן גענוג רעליגיעזע אַנאַרכיסטן — למשל, דער רוסישער שרײַבער לעוו טאָלסטוי, אָדער דאָראָטי דיי, די ניו־יאָרקער גרינדערין פֿון דער "קאַטוילישער אַרבעטער-באַוועגונג"; עס זענען אויך געווען אַ צאָל אַנאַרכיסטישע רבנים — למשל, דער ענגלישער רבֿ יעקבֿ־מאיר זאַלקינד. אַפֿילו די אַנטי-רעליגיעזע אַנאַרכיסטישע דענקער האָבן זיך, געוויינטלעך, באַצויגן מיט סימפּאַטיע און דרך-ארץ צו די הויכע סאָציאַלע אידעאַלן און מסירת-נפֿש פֿון די רעגיזיעזע העלדן.
די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן דווקא מיט די סאָציאַליסטישע באַוועגונגען; הײַנט, אָבער, בלײַבט דאָס מאַמע-לשון ווי אַ נאַטירלעכע שפּראַך דווקא אין גאָר אַן אַנדערן, אולטראַ-אָרטאָדאָקסישן חסידישן לאַגער. די ייִדיש-רעדנדיקע חסידים האָבן געשאַפֿן אַ צאָל קאָמפּאַקטע ייִשובֿים און קוואַרטאַלן אין ניו-יאָרק, לאָנדאָן, אַנטווערפּן און אַנדערע שטעט אַרום דער וועלט, ווי אויך אין אַ צאָל שטעטלעך אינעם שטאַט ניו־יאָרק, וווּ צענדליקער טויזנטער חסידים פֿירן זייער אַן אומאָפּהענגיקן, האַלב-אויטאָנאָמישן לעבנס-שטייגער.
ס׳איז קלאָר, אַז אַזאַ סיסטעם פֿון קאָמפּאַקטע האַלב-אויטאָנאָמישע קהילות דינט הײַנט ווי דאָס עפֿעקטיווסטע מיטל אָפּצוהאַלטן די ייִדישע טראַדיציאָנעלע קולטור און שפּראַך. מע מעג זאָגן, אַז אויף דער ייִדיש-רעדנדיקער גאַס האָט הײַנט געוווּנען בפֿירוש אַ מין "טעריטאָריאַליזם" — און, אין אַ געוויסער מאָס, דווקא אויף אַ סטיכישן, כּמו-אַנאַרכיסטישן אופֿן.
צום באַדויערן, זענען די הײַנטיקע חסידישע שטעטלעך ווײַט פֿון שטיינבערגס סאָציאַלע אידעאַלן, און לײַדן צומאָל פֿון שאַרפֿער געלט־קאָנקורענץ, מאַכט-געראַנגל און אַ שטרענגן קאָנטראָל פֿון די אויטאָריטאַרע פֿירער. פֿונדעסטוועגן, דערווײַזן זיי גאַנץ קלאָר, אַז ד״ר שטיינבערגס טעריטאָריאַלער געדאַנק בלײַבט נאָך אַלץ זייער רעלעוואַנט פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון אונדזער שפּראַך און קולטור-טראַדיציע — אַפֿילו מער רעלעוואַנט, ווי די אַנדערע, מער "הויפּטשטראָמיקע" און "רעקלאַמירטע" פּאָליטישע באַוועגונגען. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז עס וועט נאָך קומען אַ צײַט, ווען די סאָציאַל-ראַדיקאַלע און טראַדיציאָנעלע עלעמענטן פֿון ייִדישקייט וועלן זיך צונויפֿשמעלצן, און שטיינבערגס טרוים צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ פֿרײַהייט און טראַדיציע קענען מיטלעבן בשלום, וועט טאַקע מקוים ווערן.