באַן-סטאַנציע "טיכאָנקאַיאַ", 1929 |
מיט אַ חודש צוריק האָט ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט אַ ריי פֿײַערונג-אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 70סטן יוביליי פֿון דער שטאָט.
ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1934, ווערט הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "ריין-רוסישע שטאָט, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדישקייט". אַ טייל קריטיקער פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער אויטאָנאָמיע האַלטן אַפֿילו, אַז זי איז געשאַפֿן געוואָרן, כּלומרשט, כּדי צו פֿאַרטרײַבן אַהין אַלע ייִדן, זיי זאָלן דאָרטן אומקומען אָדער אַסימילירט ווערן. בײַ ס׳רובֿ מערבֿדיקע ייִדן, אויב זיי זענען בכלל באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט, רופֿט ער אַרויס אַן אַסאָציאַציע דווקא מיט די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות פֿון סטאַלינס תּקופֿה; צום בעסטן, באַטראַכטן זיי ביראָבידזשאַן ווי אַ היסטאָרישן קוריאָז.
אין דער אמתן, אָבער, זענען אַזעלכע מיינונגען אומבאַרעכטיקט, און זענען געוויינטלעך פֿאַרבונדן מיט אידעאָלאָגישע פֿאָראורטלען און אומפּינקטלעכער היסטאָרישער אינפֿאָרמאַציע. ביראָבידזשאַן האָט אַ רײַכע, הגם אַ סתּירותדיקע, ייִדישע געשיכטע, און האָט געבראַכט אַ סך באַקאַנטע ייִדישער שרײַבער, פּאָעטן, מוזיקאַנטן און אַנדערע פּערזענלעכקייטן. אַפֿילו הײַנט, הגם ס׳רובֿ ייִדישע אײַנוווינער האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט, בלײַבן אין ביראָבידזשאַן קלאָרע ייִדישע סימנים פֿון שײַכות צו די ייִדן. ס׳איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ס׳איז אויך נישט קיין עכטע רוסישע שטאָט: די רוסישע קאַזאַקן האָבן קאָלאָניזירט דעם דרום-מיזרחדיקן גרענעץ-ראַיאָן פֿון רוסלאַנד ערשט אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, כּדי צו באַשיצן דאָס לאַנד פֿון מעגלעכע כינעזישע אַטאַקן. ביזן 20סטן יאָרהונדערט, ווען די רעגירונג האָט אויסגעבויט די "טראַנס-סיבירישע" באַן-ליניע, וואָס האָט דערמעגלעכט צו דערגרייכט דעם רוסישן ווײַטן מיזרח אויף אַ ציווילן אופֿן, זענען ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿון דער הײַנטיקער "ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט" געווען עווענקעס — דאָס אָרטיקע נאָמאַדישע פֿאָלק.
ביז דעם קאָנטאַקט מיט די רוסן, האָבן די עווענקישע שבֿטים געוווינט אין "טשומס" — שפּיציקע געצעלטן, ענלעך צו די "טיפּיס" פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער, געריטן אויף הירשן און אַרומגעפֿאָרן אין שליטנס מיט אײַנגעשפּאַנטע הינט, און געגלייבט אין אַן אַרכאַיִשער שאַמאַנישער רעליגיע, הגם אַ טייל פֿון זיי זענען אויך געווען באַקאַנט מיטן טיבעטישן בודיזם. די רוסישע קאָלאָניזאַטאָרן האָבן אויפֿגעצוווּנגען די עווענקעס צו ווערן פּראַוואָסלאַוונע קריסטן; שפּעטער, אין דער קאָמוניסטישער צײַט, זענען זיי ווײַטער אַסימילירט געוואָרן, הגם בערך אַ העלפֿט פֿון זיי, אַרום 29 טויזנט, קענען זייער מוטער-שפּראַך.
אינעם יאָר 1928 האָט די סאָוועטישע מאַכט געהייסן צו שאַפֿן אינעם ווײַט-מיזרחדיקן ראַיאָן אַ שטח פֿאַר די ייִדישע אַרבעטער; אינעם יאָר 1932 האָט די קליינע באַן-סטאַנציע "טיכאָנקאַיאַ", געגרינדעט אינעם יאָר 1915, באַקומען דעם נאָמען ביראָבידזשאַן — לכּבֿוד צוויי עווענקישע נעמען פֿון די אַרומיקע טײַכן — ביראַ און בידזשאַן; אין יענער צײַט האָבן דאָרטן שוין געוווינט אַ סך ייִדן. סוף 1940־ער יאָרן האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער געגנט דערגרייכט אַרום 30 טויזנט — בערך אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער צאָל אײַנוווינער. מיט 70 יאָר צוריק האָט ביראָבידזשאַן באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ שטאָט.
באַן-סטאַנציע אין ביראָבידזשאַן, הײַנט |
אַ סך ייִדישע קאָלאָניסטן זענען געווען ענטוזיאַסטן, וועלכע זענען געקומען אויפֿן ווײַטן מיזרח צו בויען די ייִדישע אויטאָנאָמיע. דאָס בויען די שטעט און די אַרומיקע אינפֿראַסטרוקטור אין אַ זומפּיקער געגנט, אָפּגעריסן מיט טויזנטער קילאָמעטער סיבירישער טײַגע פֿונעם אייראָפּעיִשן טייל פֿון רוסלאַנד, איז געווען אַ שווערע מלאכה; ס׳רובֿ ייִדן האָבן זיך אָבער שפּעטער אומגעקערט אין מער "ציוויליזירטע" ראַיאָנען פֿונעם לאַנד, אָדער עמיגרירט אין אַנדערע לענדער. פֿונדעסטוועגן, לויט חשבון פֿונעם ביראָבידזשאַנער ליובאַוויטשער שליח, הרבֿ מרדכי שײַנער, וווינען אין דער שטאָט נאָך אַלץ אַרום 4־5 טויזנט ייִדן — איבער 5 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, וואָס באַטרעפֿט 77 טויזנטער מענטשן.
נישט געקוקט אויף דעם סתּירותדיקן כאַראַקטער פֿונעם פּראָיעקט, שטאַמען פֿון ביראָבידזשאַן אַ ריי ייִדישע שרײַבער, פּאָעטן און לינגוויסטן, למשל — סאַלוואַדאָר באָרזשעס, הענעך קאַזאַקעוויטש, בוזי אָליעווסקי, ליובע וואַסערמאַן, איציק בראָנפֿמאַן, בוזי מילער, יוסף ראַבין, סערגאָ בענגעלסדאָרף, פּיניע פּלאָטקין, מאַקס ריאַנט, דער ישׂראלדיקער ייִדיש-פּראָפֿעסאָר באָריס קאָטלערמאַן, און דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" לעאָניד שקאָלניק, וועלכער פֿלעגט אָנפֿירן מיטן רוסישן "פֿאָרווערטס". אַהרן ווערגעליס, דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין ביראָבידזשאַן, האָט פֿאַקטיש דערצויגן אַ גאַנצן דור הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן. ווערגעליס האָט אויך אָנגעשריבן אַ סך ייִדישע לידער וועגן ביראָבידזשאַן און דער ווילדער ווײַט־מיזרחדיקער נאַטור, ווי אויך אַ פּאָעמע וועגן דעם גרויסן העלד יוסף בומאַגין — אַן אַנדער באַרימטער ביראָבידזשאַנער.
אין אונטערשייד מיט אַ סך פּראָווינציעלע רוסלענדישע שטעט, טראָגט די ביראָבידזשאַנער הויפּט-גאַס שלום-עליכמס נאָמען, און איז אַרומגערינגלט מיט אַ משונהדיקן אַנאַכראָניסטישן מישמאַש פֿון סאָוועטישע נעמען: "לענין-גאַס", "סאָוועטישע גאַס", "קאָמסאָמאָלסקאַיאַ גאַס". אַ טייל רוסישע אויפֿשריפֿטן בײַ די געשעפֿטן זענען אָנגעשריבן מיט אַ שריפֿט, וואָס דערמאָנט דעם ייִדישן אלף-בית. אַלטע און נײַע אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש טרעפֿן זיך אויך גאַנץ אָפֿט — למשל, אויף די שילדן פֿון דער קראָמען-נעץ "צימעס".
די דריטע שפּראַך, וואָס טרעפֿט זיך גאַנץ אָפֿט אין דער שטאָט, איז כינעזיש. די ייִדישע, רוסישע און אַזיאַטישע קולטור-ירושה פֿון ביראָבידזשאַן ווערט צומאָל צונויפֿגעפֿלאָכטן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע אויפֿגעשטעלט אַן אָנדענק לכּבֿוד שלום-עליכמען, געשאַפֿן דורך כינעזישע סקולפּטאָרן. די קריטיקער האָבן אָבער באַמערקט, אַז דאָס פּנים פֿונעם שרײַבער איז אַרויסגעקומען אַ ביסל טשיקאַווע — האַלב-ייִדיש, האַלב-כינעזיש. די "ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט" געפֿינט זיך אויף דער כינעזישער גרענעץ, און די כינעזער זענען אָפֿטע געסט אין דער שטאָט. אַ טייל אײַנוווינער טענהן אַפֿילו, אַז ביראָבידזשאַן ווערט צו ביסלעך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין "טשײַנאַ-טאָון".
מיט אַ חודש צוריק האָט דער כינעזישער פּראָפֿעסאָר לו שוסיאַאָ געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אין ביראָבידזשאַן אַן אויסשטעלונג וועגן די ייִדן פֿון כאַרבין. דער פּראָפֿעסאָר האָט געזאָגט, אַז די כאַרבינער האָפֿן, אַז די געשיכטע פֿון זייער שטאָט, וואָס האָט שטאַרק פֿאַרבונדן דאָס כינעזישע און ייִדישע פֿאָלק, איז נאָענט די ביראָבידזשאַנער. אַן אַנדער פֿאָלק, וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע אין שײַכות מיט ביראָבידזשאַן, זענען די עווענקעס. די צײַטונג "עווענקיש לעבן", ווי אויך די אָפֿיצילע עווענקישע וועבזײַט "evenkya.ru", האָט מיט עטלעכע חדשים צוריק איבערגעגעבן, אַז "הײַיאָר פּלאַנירט די ייִדישע אויטאָנאָמישע געגנט אָפּצומערקן דעם טויזנט-יעריקן יוביליי פֿון דער ייִדישער שפּראַך"; ס׳זעט אויס, אַז דער זשורנאַליסט האָט דערמיט געמיינט די אַנומלטיקע ייִדיש-פּראָגראַם, בראָש מיטן פּראָפֿעסאָר באָריס קאָטלערמאַן, וועלכע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין ביראָבידזשאַן מיט צוויי חדשים צוריק.
מאַרק אין ביראָבידזשאַן, הײַנט |
הגם ס׳רובֿ שטאָטישע גאַסן זעען הײַנט אויס גאַנץ מאָדערן און ציוויליזירט, לעבן אַ טייל ביראָבידזשאַנער נאָך אַלץ אין צעבראָכענע הילצערנע הײַזקעס, אָן וואַסערלייטונג און קאַנאַליזאַציע. די אײַנוווינער פֿון אַזעלכע הײַזער מוזן אַרויסגיין אינעם זעלבן עקלדיקן דרויסנדיקן בית-כּסא, און אָנשעפּן וואַסער אין עמערס פֿון אַן אַלגעמיינעם אויסגוס. ס׳איז אָבער אינטערסאַנט, אַז אַ גענוג גרויסע צאָל ייִדן האָבן זיך לעצטנס אומגעקערט קיין ביראָבידזשאַן פֿון ישׂראל. אין אַן אינטערוויו מיט דעם רוסישן אָפּטייל פֿון "BBC", האָט איינער פֿון די געוועזענע עמיגראַנטן דערציילט, אַז אין ישׂראל האָט ער זיך געפֿילט אינגאַנצן פֿרעמד, דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן זיך אומצוקערן אַהיים. צוליב דער נאָענטקייט צו כינע, איז ביראָבידזשאַן אויך אַ גוט אָרט פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע געשעפֿטן און טוריזם.
דאָס הײַנטיקע ייִדישע לעבן אין ביראָבידזשאַן איז אַ סתּירותדיקער פֿענאָמען — טיילווײַז צוליב דעם "ייִדישן" טיטל פֿון דער געגנט, וווּ עס וווינט בלויז אַ קנאַפּע צאָל ייִדן, טיילווײַז צוליב דער השפּעה פֿון דער ישׂראלדיקער העברעיִשער קולטור, וואָס האָט ווייניק שײַכות צו די ייִדיש-רעדנדיקע ייִדישע שרשים פֿון דער שטאָט. אין אַן אַנדער ווידעאָ-אינטערוויו, האָט די וועבזײַט פֿון "BBC" געוויזן, ווי אַ ניט-ייִדישע לערערין, וואָס פֿירט אַ קלאַס פֿון העברעיִש בײַ אַ ביראָבידזשאַנער שיל, דערציילט אירע תּלמידים, אויך לאוו-דווקא ייִדן, וועגן די יום־טובֿים "ראָש־האַשאַנאַ" און "סימכאַט-טאָראַ".
אין דער שטאָט פֿונקציאָנירן צוויי שילן: די אַלטע, מער ליבעראַלע קהילה "בית-תּשובֿה", אָנגעפֿירט דורכן 57־יעריקן אָרטיקן רבֿ דובֿ־בער קאָפֿמאַן, פֿאַרבונדן מיטן מאָקסווער הויפּט־רבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש, אויך אַן אָפּשטאַמיקער פֿון ביראָבידזשאַן, און די נײַע ליובאַוויטשער שיל פֿונעם ישׂראלדיק חב״ד-שליח מרדכי שײַנער, וואָס האָט אַ שײַכות צו דעם צווייטן מאָסקווער הויפּט-רבֿ, בערל לאַזאַר. מיט אַ חודש צוריק איז געשטאָרבן לעוו טויטמאַן דער פֿאָרזיצער פֿון הרבֿ שײַנערס קהילה "פֿרייד".
ייִדיש בלײַבט די צווייטע אָפֿיציעלע שפּראַך אין דער געגנט, און ווערט געלערנט אין אַ צאָל קינדערגאָרטנס, מלוכישע שולן, ווי אויך אינעם אָרטיקן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, הגם ס׳רובֿ תּלמידים זענען נישט קיין ייִדן און דער ניוואָ פֿון די לימודים איז זייער שוואַך. די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" גייט איצט אַרויס אויף רוסיש, אָבער טראָגט נאָך אַלץ דעם ייִדישן נאָמען און האָט צוויי ייִדישע זײַטן. אין דער שטאָט גייט אויך אַרויס אַ ייִדישע קהילה-צײַטונג מיטן נאָמען "קעהילע" — אַפּנים, די איינציקע ייִדישע אויסגאַבע אין דער וועלט, וואָס נוצט נאָך אַלץ דעם סאָוועטישן אויסלייג. אין דער שטאָט ווערן אויך כּסדר דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע ייִדישע קולטור-אונטערנעמונגען און פֿונקציאָנירט אַ ריי ייִדישע וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס.
וואָס וועט זײַן מיט ביראָבידזשאַן? וועט די אָרטיקע ייִדישע קהילה טאַקע בטל ווערן, ווי עס זאָגן פֿאָרויס די קריטיקער פֿונעם "סאָוועטישן ישׂראל"? צי ביראָבידזשאַן וועט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ כינעזישער שטאָט "מיט אַ ייִדישן אַקצענט"? ווער ווייסט. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין דער געגנט איז נאָך אַלץ זייער אַקטיוו און וועט אָנגיין ווײַטער — לכל-הפּחות נאָך עטלעכע צענדליקער יאָר.