- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שולן באַקענען זיך די תּלמידים מיט די יסודות פֿון וויסנשאַפֿט בלויז אויף אַ זייער אויבערפֿלאַכיקן אופֿן. מע פֿירט דורך ווייניק פּראַקטישע עקספּערימענטן, און מע טראַכט זיך ווייניק אַרײַן אין דעם, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע נאַטור-פֿענאָמענען "אַרבעטן". אין די אייראָפּעיִשע לענדער איז דער מצבֿ, בדרך־כּלל, אַ ביסל בעסער, אָבער אויך נישט אַזוי "אײַ־אײַ־אײַ".
דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
...
ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
לאָגיק, סתּירות און כאַאָס אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי. מיט 30 יאָר צוריק האָט אַ גרופּע קאַנאַדישע אַסטראָנאָמען איבערגעגעבן, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל אַנטדעקט אַ פּלאַנעט אויסער אונדזער זון-סיסטעם, בײַ דעם שטערן גאַמאַ-צעפֿיי. זייער אַנטדעקונג איז באַשטעטיקט געוואָרן, אָבער, ערשט מיט 5 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן בערך 329 פּלאַנעטן אַרום צענדליקער שטערן. לעצטנס, האָט די אַנטדעקונג פֿון נײַע פּלאַנעטן זיך פֿאַרוואַנדלט כּמעט אין אַ טאָג-טעגלעכער רוטין. אינעם צווייטן יאָרהונדערט האָט דער גרויסער גריכישער וויסנשאַפֿטלער תּלמי (פּטאָלעמיי) דערמאָנט דאָס אָרט קאַליסיאַ, וועלכע האָט זיך געפֿונען אינמיטן דעם "בורשטין-וועג", דורך וועלכן די אוראַלטע סוחרים פֿלעגן ברענגען דעם באַלטישן בורשטין קיין דרום, ביז גריכנלאַנד און עגיפּטן. אַ סך היסטאָריקער אידענטיפֿיצירן דאָס דאָזיקע אָרט מיט קאַליש — אַ שטאָט אין צענטראַל-פּוילן, וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי די עלטסטע שטאָט אינעם לאַנד. די ערשטע ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אין קאַליש, לכל-הפּחות, נאָך אינעם 12טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1264, האָבן די אָרטיקע ייִדן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון פּוילן, באַקומען אויטאָנאָמע רעכט פֿונעם פּרינץ באָלעסלאַוו, דעם הערצאָג פֿון קראָקע; לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן. מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן, בראָש מיט ראָן טעפּי, אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿונעם פּיטסבורגער טעאָלאָגישן סעמינאַר, אַנטדעקט אין תּל-זית, 35 מײַל פֿון ירושלים, אַ גרויסן שטיין, 38 פֿונט די וואָג, אויף וועלכן עס זענען אויסגעקריצט געוואָרן די אותיות פֿונעם אַלט-העברעיִשן אַלף-בית. אין די אוראַלטע צײַטן פֿלעגן די ייִדן נוצן די אַלטע שריפֿט, וועלכע ווערט אָנגערופֿן אין גמרא "כּתבֿ-עבֿרי", און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וואַריאַנט פֿונעם אַלגעמיינעם סעמיטישן אלף-בית. אַ טייל מענטשן מיינען, אַז דער געאָגראַפֿישער אַספּעקט פֿון ייִדישקייט קאָן רעדוצירט ווערן צום כּותל-המערבֿי און אַנדערע ערטער אין ארץ־ישׂראל; הגם בײַ אַ טייל פֿרומע ייִדן אין דער וועלט שפּילן אויך אַ גרויסע ראָלע אַזעלכע הײַנטיקע ייִדישע צענטערס, ווי לייקוווּד אָדער אַנטווערפּן, ווערן זיי געוויינטלעך באַטראַכט בלויז ווי צופֿעליקע און צײַטווײַליקע. אַ סך ערטער, וווּ די ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט — אין בבֿל, שפּאַניע, ליטע, פּוילן און אַנדערע לענדער — זענען יאָ פֿאַראייביקט געוואָרן אינעם פֿאָלק-זכּרון און די הייליקע ספֿרים, אָבער בלויז ווי סימבאָלן, אָפּגעריסן פֿון דער רעאַלער געאָגראַפֿישער מאַפּע. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט די ישׂראלדיקע "אינסטאַנץ פֿון אַנטיקן" איבערגעגעבן, אַז זי פּלאַנירט אַרויסצושטעלן די באַרימטע מגילות פֿון ים־המלח אויף דער אינטערנעץ. לויט דעם פּלאַן, וועלן די אינטערנעץ-באַנוצער באַקומען אין צוויי יאָר אַרום אַן אָפֿענעם צוטריט צו טויזנטער בילדער פֿון די מגילות, סקאַנירט מיט אַ הויכער קוואַליטעט אינעם געוויינטלעכן און אינפֿראַ-רויטן ליכט; די אינפֿראַ-רויטע בילדער ווײַזן צומאָל אַרויס אומזעעוודיקע אותיות און אַנדערע צוגאָב-פּרטים אין די 2000־יעריקע כּתבֿ־ידן. גרוזיע, דאָס אוראַלטע קאַווקאַזישע לאַנד אויף דער גרענעץ צווישן אייראָפּע און אַזיע, ווערט איצט אַסאָציִיִרט אין דער וועלט מיטן בלוטיקן קאָנפֿליקט אין דרום-אָסעטיע. די קאָנקורענץ צווישן רוסלאַנד און אַמעריקע, צוויי גרויסע וועלט-אימפּעריעס, איבער זייערע געאָ-פּאָליטישע ספֿערעס, ווי אויך די אימפּעריאַליסטישע אַמביציעס פֿון דער קליינער גרוזינישער מלוכה און דער אָסעטינער נאַציאָנאַליזם, האָבן שוין געבראַכט צום טויט פֿון הונדערטער, מעגלעך טויזנטער מענטשן. ווען מע רעדט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין גלות, שטעלן זיך אַ סך מענטשן פֿאָר סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון וואַנדערונגען אין אַ פֿרעמד לאַנד, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט ערשט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק. עס זענען אָבער פֿאַראַן עטלעכע לענדער, וווּ די ייִדישע קהילה האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט במשך פֿון עטלעכע טויזנט יאָר, און דערמאָנט נאָך אַלץ אויף די אוראַלטע תּנ״כישע צײַטן — מער, ווי די הײַנטצײַטיקע מאָדערניזירטע קהילות אין ארץ-ישׂראל. מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומגעוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָגראַפֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל". יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה, |