|
דון יצחק אַברבנאל |
|
מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומגעוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָגראַפֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל".
יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה, וועלכע שטאַמט פֿון דוד־המלך, האָט געהאַט אַן אייגענעם פֿאַמיליע-הערב, און האָט געטראָגן דעם בכּבֿודיקן טיטל "דאָן". במשך פֿון עטלעכע דורות האָבן די מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער משפּחה פֿאַרנומען הויכע פּאָזיציעס אין די הויפֿן פֿון שפּאַנישע און פּאָרטוגאַלישע קיניגן.
אין זײַנע יוגנט-יאָרן, האָט יצחק אַברבנאל געלערנט תּורה בײַם ליסאַבאָנער רבֿ, יוסף אבן-חיון. אַחוץ דער רעליגיעזער בילדונג, האָט ער אויך שטודירט ייִדישע און קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿיע, ווי אויך די קלאַסישע וועלטלעכע ליטעראַטור. אין זײַנע ספֿרים, שמעלצט יצחק אַברבנאל אָפֿט צונויף די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קוואַלן מיטן געדאַנק פֿון דער רענעסאַנס-תּקופֿה און די אידעען פֿון די אייראָפּעיִשע הומאַניסטן.
נאָך זײַן טאַטנס טויט, איז אַברבנאל געוואָרן דער קאַזנאַטשיי (treasurer) בײַם פּאָרטוגאַלישן קיניג אַלפֿאָנסאָ דער פֿינפֿטער. ווען דער קיניג איז געשטאָרבן, האָט דעם טראָן פֿאַרנומען זײַן זון, זשואַן דער צווייטער, וועלכער האָט געפּרוּווט איבערצונעמען די גאַנצע מאַכט אינעם לאַנד אין זײַנע הענט. די אַדל-לײַט, בראָש מיטן הערצאָג בראַגאַנזער און גראַף פֿאַראָער, זענען אויפֿגעשטאַנען קעגן דעם נײַעם פֿירער. דער קיניג זשואַן האָט פֿאַרדעכטיקט אַברבנאלן אין זײַן פֿאַרמישט אינעם אויפֿשטאַנד; שפּעטער, האָט ער אים פֿאַרמישפּט צום טויט. מע האָט געוואָרנט דעם רבֿ וועגן דער פֿאַרדעכטיקונג פֿון פֿריִער, און ער האָט געמוזט אַנטלויפֿן קיין קאַסטיליע.
|
דער פֿאַמיליע-הערב פֿון דער משפּחה אַברבנאל |
|
נאָכן אַנטלויפֿן פֿון פּאָרטוגאַל, האָט אַברבנאל זיך באַזעצט אין טאָלעדאָ, שפּאַניע. דער רבֿ האָט געטראַכט, אַז זײַנע צרות אין פּאָרטוגאַל זענען געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס ער האָט באַדינט דעם רישעותדיקן קיניג, און באַשלאָסן אָפּצוגעבן זײַן גאַנצע צײַט דעם תּורה-לערנען. אין זעקס חדשים אַרום, אָבער, האָט די שפּאַנישע קיניגלעכע משפּחה אים פֿאָרגעלייגט דעם אַמט פֿונעם פֿינאַנץ-מיניסטער. בעת זײַן דינסט אין דער שפּאַנישער רעגירונג, האָט אַברבנאל מנדבֿ געווען אַ גרויסע סומע געלט פֿאַר דער מלחמה קעגן די מוסולמענער.
אינעם יאָר 1492 האָט דער קיניג פֿערדינאַנד און די קיניגין איזאַבעלאַ אַרויסגעגעבן דעם טרויעריק-באַרימטן באַפֿעל, צו פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון שפּאַניע. אַברבנאל האָט עטלעכע מאָל געגעבן דער שפּאַנישער מלוכה גרויסע סומעס כאַבאַר, האָפֿנדיק אָפּצושטעלן די גזירה — עס האָט נישט געהאָלפֿן. מע דערציילט אָבער, אַז דער קיניג פֿערדידאַנד האָט, צוערשט, מסכּים געווען אָפּצולאָזן די ייִדן צו רו; דער הויפּט-אינקוויזיטאָר טאָרקוועמאַדאַ האָט אָבער איבערצײַגט פֿערדינאַנדן, אַז דאָס וואָלט געווען אַ "פֿאַרראַט" קעגן דער קריסטלעכער רעליגיע. צוליב אַברבנאלס פּערזענלעכע פֿאַרדינסטן, האָט דער קיניג דערלויבט אים צו בלײַבן אינעם לאַנד. דער רבֿ האָט אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן שפּאַניע, און איז אַוועקגעפֿאָרן קיין נעאַפּאָל.
אין אַ קורצער צײַט אַרום, האָט דער פֿראַנצויזישער קיניג קאַרל דער אַכטער איבערגענומען נעאַפּאָל. צוזאַמען מיטן יונגן קיניג פֿון נעאַפּאָל, פֿערדינאַנד דער צווייטער, האָט דער רבֿ, פֿאַרלאָזט זײַן פֿאַרמעגן, זיך ווידער געלאָזט אין וועג, קיין סיציליע און גריכנלאַנד. שפּעטער, ווען די פֿראַנצויזן האָבן פֿאַרלאָזט נעאַפּאָל, האָט ער זיך אומגעקערט קיין איטאַליע.
אינעם יאָר 1503 האָט ער זיך באַזעצט אין דער ווענעציאַנער רעפּובליק, נאָך דער רעקאָמענדאַציע פֿון זײַן זון יוסף, וווּ ער האָט רעלאַטיוו רויִק פֿאַרבראַכט די לעצטע פֿינף יאָר פֿונעם לעבן. בעת די מלחמות צווישן פֿראַנקרײַך, די "הייליקע רוימישע אימפּעריע", און דער ווענעציאַנער רעפּובליק, וועלכע האָט אויסגעבראָכן אין אַ יאָר נאָך אַברבנאלס טויט, איז דער ייִדישער בית-עולם אין פּאַדווע צעשטערט געוואָרן, צוזאַמען מיט זײַן קבֿר.
נישט געקוקט אויף דעם שווערן לעבן, פֿול מיט סכּנות און וואַנדערונגען, וואָס דערמאָנט אַ מיטל-עלטערישן דעטעקטיוו-ראָמאַן, האָט הרבֿ יצחק אַברבנאל איבערגעלאָזט אַ גרויסע ירושה — אַרום 20 ספֿרים, אַרײַנגערעכנט אַ זעקס-בענדערדיקן פּירוש אויפֿן גאַנצן תּנ״ך, עטלעכע פֿילאָסאָפֿישע ווערק, בתוכם אַ קאָמענטאַר אויף רמב״מס ספֿר "מורה-נבֿוכים", ווי אויך אַ פּירוש אויף פּרקיְ-אָבֿות און אַנדערע מסכתּות משניות. אַ טייל פֿון זײַנע ספֿרים זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף לאַטײַן, און האָט געוווּנען פּאָפּולאַריטעט צווישן די קריסטן. הרבֿ יצחקס זון, יהודה אַברבנאל, איז געווען אַ באַקאַנטער דאָקטער, פּאָעט און רענעסאַנס-פֿילאָסאָף.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים, וועלכע האַלטן, אַז די תּורה האָט געהייסן די ייִדן צו שאַפֿן אַ קיניגרײַך, האָט זיך אַברבנאל בפֿירוש נעגאַטיוו באַצויגן צו מאָנאַרכיע, און געלויבט די דעצענטראַליזירטע סיסטעם פֿון דער ווענעציאַנער רעפּובליק; אין אַ צאָל ערטער קריטיקירט אַברבנאל אַלע רעגירונגען בכלל. מסתּמא, איז אַזאַ פּאָזיציע פֿאַרבונדן מיט זײַן פּערזענלעכער לעבנס-דערפֿאַרונג, וועלכע האָט אים איבערצײַגט, אַז אַלע פֿירער זענען קאָרומפּירט און אומיושרדיק. לויט אַברבנאלס שיטה, וועט משיח נישט זײַן קיין בוכשטעבלעכער קיניג — בלויז אַ גרויסער נבֿיא און רבי; אין משיחס צײַטן, וועל אין דער וועלט בטל ווערן אַלע מלוכות, ווײַל זיי טויגן נישט און לײַדן פֿון כּלערליי חסרונות. דער ענגלישער הויפּט-רבֿ, הרבֿ יונתן סאַקס, האָט אָנגערופֿן אַברבנאלן "אַן אוטאָפּישער אַנאַרכיסט".
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדן אין יענער צײַט האָבן כּסדר געליטן אַ סך צרות פֿון די קריסטן, האָט זיך אַברבנאל באַצויגן צו זיי גאַנץ פֿרײַנדלעך, און האָט געהאַט אַ סך פֿרײַנד צווישן דער קריסטלעכער אַריסטאָקראַטיע און אינטעליגענץ. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע רבנים, וועלכע האָבן דערלויבט אַנטלײַען דאָס געלט אויף פּראָצענט די גויים, האָט אַברבנאל געהאַלטן, אַז די פּראָצענט-געשעפֿטן זענען בעצם אוממאָראַליש.
ווי אַ פֿילאָסאָף, האָט אַברבנאל אָפּגעלייקנט דעם רמב״מס און רלב״גס ראַציאָנאַליזם, און געפֿאָלגט דעם פּשוטן פּשט פֿון תּנ״ך און תּלמודישע אַגדות. נישט זעלטן טרעפֿן זיך אין זײַנע פֿילאָסאָפֿישע פּירושים אידעען פֿון קבלה און אַסטראָלאָגיע. צוליב זײַן קעגנערשאַפֿט צו נאַטוראַליזם, האָט אַברבנאל באַשודליקט אין אַפּיקורסות דעם שאַרפֿן ראַציאָנאַליסט הרבֿ משה נרבוני, וועלכן אַ צאָל אַנדערע רבנים האָבן געהאַלטן פֿאַר אַ גרויסן חכם. צווישן די פּאָפּולערסטע טעמעס ווערן אין זײַנע פֿילאָסאָפֿישע ווערק אָפֿט באַהאַנדלט די ענינים פֿון נבֿואה און משיח.
נישט געקוקט אויף אַזאַ קאָנסערוואַטיוון צוגאַנג צו פֿילאָסאָפֿיע, ברענגט אַברבנאל אַ סך קריסטלעכע קוואַלן, אַרײַנגערעכנט היעראָנימוס און טאָמאַס אַקווינעס. הגם ער וואַרפֿט אָפּ די ספּעציפֿיש-קריסטלעכע טעמעס אין די ווערק פֿון די דאָזיקע ניט-ייִדישע דענקער, באַציט ער זיך צו זיי מיט דרך-ארץ, און צומאָל נעמט אָן ווי אַ יסוד פֿון זײַנע אייגענע פּאָזיציעס, צומאָל חידושדיקע און פּאַראַדאָקסישע.
צום בײַשפּיל, אין זײַן ספֿר "ישועת משיחו", וווּ עס ווערן שאַרף קריטיקירט די קריסטלעכע גלייבונגען, שרײַבט אַברבנאל, אַז משיח קאָן קומען, טעאָרעטיש, פֿון די טויטע, הגם ער איז נישט צופֿרידן מיט אַזאַ מעגלעכקייט; ער לייגט פֿאָר אַ מעגלעכן "קאַנדידאַט" — דעם תּנ״כישן העלד דניאל, וועלכן אַברבנאל האָט באַטראַכט, בהסכּם דווקא מיט דער קריסטלעכער טראַדיציע, ווי אַ נבֿיא. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קריטיקער פֿון קריסטנטום, ענטפֿערט ער זײַנע אָפּאָנענטן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: געזונטערהייט, קאָן משיח טאַקע, אין פּרינציפּ, אויפֿשטיין בײַ תּחית-המתים — אָבער נישט דער, וואָס איר מיינט.