אַ טייל מענטשן מיינען, אַז דער געאָגראַפֿישער אַספּעקט פֿון ייִדישקייט קאָן רעדוצירט ווערן צום כּותל-המערבֿי און אַנדערע ערטער אין ארץ־ישׂראל; הגם בײַ אַ טייל פֿרומע ייִדן אין דער וועלט שפּילן אויך אַ גרויסע ראָלע אַזעלכע הײַנטיקע ייִדישע צענטערס, ווי לייקוווּד אָדער אַנטווערפּן, ווערן זיי געוויינטלעך באַטראַכט בלויז ווי צופֿעליקע און צײַטווײַליקע. אַ סך ערטער, וווּ די ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט — אין בבֿל, שפּאַניע, ליטע, פּוילן און אַנדערע לענדער — זענען יאָ פֿאַראייביקט געוואָרן אינעם פֿאָלק-זכּרון און די הייליקע ספֿרים, אָבער בלויז ווי סימבאָלן, אָפּגעריסן פֿון דער רעאַלער געאָגראַפֿישער מאַפּע.
בײַ אַ טייל חסידים איז עס אָבער נישט אַזוי. די חסידישע מיסטישע געאָגראַפֿיע איז גאַנץ קאָמפּליצירט, און נעמט אַרום אַ סך הייליקע מקומות אַרום דער וועלט. אינעם ספֿר "ערבֿי-נחל", פֿון הרבֿ דוד שלמה אייבעשיץ, אַ באַרימטער חסידישער צדיק פֿונעם בעסאַראַבער שטעטל סאָראָקע, ווערט דערקלערט, אַז ארץ-ישׂראל איז דאָס גײַסטיקע "האַרץ" פֿון דער גאַנצע ערד; דער גײַסטיקער כּוח פֿונעם הייליקן לאַנד ווערט פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט דורך געהיימע "אָדערן" אָדער קאַנאַלן, אַזוי ווי דאָס בלוט אינעם לעבעדיקן אָרגאַניזם. אין געוויסע ערטער זענען קאָנצענטרירט מער אַזעלכע "אָדערן", דערפֿאַר קאָן מען דאָרטן דערשפּירן דעם טעם פֿון ארץ-ישׂראל. אַן ענלעכע אידעע ווערט געבראַכט אין די ווערק פֿון הרבֿ יצחק אבן-לטיף, אַ ספֿרדישער פֿילאָסאָף און מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, וועלכער האָט געשריבן, אַז די נאַטירלעכע וואַסער־קוואַלן זענען מסוגל צו ברענגען נבֿואה-אַנטפּלעקונגען.
אַן אַנדער גרויסער חסידישער צדיק, רבי פּינחס קאָרעצער, באַקאַנט ווי אַ מבֿין אויף די סודות פֿון דער נאַטור, און וועלכער האָט פֿאַרשטאַנען די "שפּראַך" פֿון חיות, פֿייגל און ביימער, האָט געמאָלדן, אַז צוויי לענדער אין דער וועלט זענען באַזונדערס נאָענט צו ארץ-ישׂראל, אינעם גײַסטיקן זין: בבֿל און אוקראַיִנע. דערפֿאַר האָבן די חז״ל געוווינט דווקא אין בבֿל, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַק, און אוקראַיִנע איז געוואָרן דער צענטער פֿון חסידות. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די דאָזיקע לענדער זענען אויך פֿאַרבונדן מיט דער אַנטוויקלונג פֿון די צוויי ייִדישע שפּראַכן, וועלכע טראָגן אין זיך אַ באַזונדערע קדושה, ווי עס שטייט אין די ספֿרי-חסידות: לשון-תּרגום — אַראַמיש, און ייִדיש. ס׳זעט אויס, אַז די חסידישע צדיקים האָבן באַטראַכט דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע "ייִדישלאַנד", אין אַ געוויסן זין, ווי אַ נאַטירלעכן קולטורעל-היסטאָרישן "המשך" פֿון ארץ-ישׂראל.
דער מדרש זאָגט, אַז אין משיחס צײַטן וועט די גאַנצע וועלט זײַן הייליק. די חסידישע רביים דערקלערן, אַז געוויסע ערטער טראָגן אין זיך אַפֿילו הײַנט אַ גרויסע קדושה: שילן, ייִדישע שטעטלעך, און בפֿרט די קבֿרים פֿון צדיקים, וועלכע ווערן באַטראַכט ממש ווי אַ טייל פֿון ארץ-ישׂראל. מע דערציילט, אַז רבי נחום טשערנאָבילער האָט אַמאָל ווינטער-צײַט, בעת אַ שטאַרקער זאַווערוכע, באַזוכט דעם קבֿר פֿונעם בעל-שם-טובֿ אין מעזשביזש. מע האָט געפֿרעגט דער רבין: ווי אַזוי קאָן ער שטיין בײַם קבֿר אָן שיך, בלויז אין שקאַרפּעטקעס, אין אַזאַ קאַלטן וועטער? האָט דער צדיק געענטפֿערט, אַז, אין דער אמתן, איז ער געשטאַנען אין ארץ-ישׂראל — דעריבער האָט ער זיך געפֿילט וואַרעם.
אין דער חסידישער וועלט ווערן באַערט אַ סך ערטער אין מיזרח-אייראָפּע, פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע ניסימדיקע מעשׂיות, אָדער מיטן לעבן פֿון צדיקים, וועלכע ציִען צו כּסדר די פֿרומע טוריסטן פֿון אַמעריקע, ישׂראל און מערבֿ־אייראָפּע. דאָס פּאָפּולערסטע אָרט איז אומאַן, אַ שטעטל אין דער טשערקאַסער געגנט, אוקראַיִנע, וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך יעדעס יאָר צענדליקער טויזנטער חסידים פֿון אַרום דער וועלט, כּדי צו פֿאַרברענגען ראָש-השנה בײַם קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער. גענוג גרויסע גרופּעס טוריסטן קומען אַהין אויך אויף שבֿועות, אַ קליינע צאָל חסידים פֿאַרברענגען דאָרטן גאַנצע חדשים. אייניקע חסידים, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל ישׂראלים, האָפֿן צו באַזעצן זיך אין אומאַן אויף שטענדיק, הגם דאָס האָט זיך אײַנגעגעבן דערווײַל בלויז אַ פּאָר מענטשן; צוליב דער נייטיקייט צו קענען די אָרטיקע שפּראַך און דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ אין אוקראַיִנע, איז עס נישט אַזוי גרינג זיך אַריבערצוקלײַבן אין אַ שטאָט, וווּ מע שליסט כּסדר אָפּ די עלעקטרע אין די הײַזער, און וווּ ס׳איז נישט תּמיד פֿאַראַן הייסע און אַפֿילו קאַלטע וואַסער.
מיט אַ יאָר צוריק, זענען אַרום 30,000 ייִדן אָנגעקומען קיין אומאַן צו פּראַווען ראָש-השנה. אויף אַ ווײַל באַקומט דאָס שטעטל מיט אַרום 90,000 אײַנוווינער ווידער דעם אַמאָליקן ייִדישן טעם. די אָרטיקע אײַנוווינער, וועלכע פֿאַרדינגען זייער דירות די חסידים, ווי אויך די אָרטיקע אַדמיניסטראַציע, באַטראַכטן דעם חסידישן טוריזם ווי אַ וויכטיקן טייל פֿון דער שטאָטישער עקאָנאָמיע.
ס׳רובֿ ייִדישע באַזוכער פֿון אומאַן זענען נישט קיין טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער חסידים. די קליינע אָרטיקע ייִדישע קהילה, וועלכע איז צוגעוווינט צום באַשיידענעם מיזרח-אייראָפּעיִשן לעבנס-שטייגער, און רעדט אויפֿן "אָקענדיקן" דרום-אוקראַיִנישן "טאָטע-מאָמע"-ייִדיש, באַטראַכטן די אויסלענדישע באַזוכער, בפֿרט די העברעיִש-רעדנדיקע ישׂראלים, ווי אַ "פֿרעמדן מין ייִדן". אינעם אָרטיקן ייִדיש הייסט אומאַן — אימען, מיטן ווייכן "נון"; די עלטערע אוקראַיִנישע ייִדן ווערן צומאָל באַליידיקט, ווי די אויסלענדער רופֿן זייער היימשטאָט אָן אויף אַ "ליטווישן" שטייגער, און זענען אויך אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס די הײַנטיקע חסידים רופֿן זיך, צוליב אומקלאָרע סיבות, "ברעסלאָווער", און נישט "בראַצלעווער" אָדער "אימענער", ווי זיי פֿלעגן זיך רופֿן אין אוקראַיִנע.
אַ גרויסער טייל פֿון די שטענדיקע אומאַנער ראָש-השנה-דאַוונער זענען די אַמעריקאַנער סאַטמאַרער חסידים, וועלכע זענען אומצופֿרידן מיט די סיכסוכים צווישן די הײַנטיקע פֿירער פֿון זייער קהילה, און סימפּאַטיזירן דער בראַצלעווער באַוועגונג, וועלכע באַגייט זיך אָן אַ לעבעדיקן רבין שוין כּמעט 200 יאָר. אַ טייל פֿון זיי דערקלערן זיך ווי בראַצלעווער חסידים מיט אַ שײַכות צו סאַטמאַר. דער גרויסער "הייליקער קיבוץ", ווי עס רופֿן די חסידים די יערלעכע ראָש-השנהדיקע פֿאַרזאַמלונג אין אומאַן, נעמט אין זיך אַרײַן אַ סך פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן: ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער "היפּיס", אָנגעטאָן אין "דזשינס"-הויזן, מיט קאָליריקע בענדלעך אין די האָר, וועלכע שפּילן אויף גיטאַרעס און נעכטיקן צומאָל אין שלאָפֿזעק אויף דער גאַס; די ספֿרדישע ייִדן פֿון ישׂראל און פֿראַנקרײַך; רעליגיעזע ציוניסטן אין געשטריקטע יאַרמלקעס; די ירושלימער נטורי-קרתּאניקעס, אָנגעטאָן אין ווײַס-גאָלדענע קאַפֿטאַנען, וועלכע פֿאַרשפּרייטן יעדעס יאָר אַנטי-ציוניסטישע בלעטלעך אויף רוסיש; ליטווישע ישיבֿה-בחורים אין אײַנגעבויגענע שוואַרצע קאַפּעליושן; און סתּם טוריסטן, לאַוו-דווקא פֿרומע.
דער "קיבוץ" אין אומאַן האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון מסירת-נפֿש. רבי נחמן האָט געהייסן זײַנע חסידים צו דאַוונען ראָש-השנה מיט אים, כּדי זייערע נשמות זאָלן באַקומען אַ תּיקון. "גאָר מײַן זאַך איז ראָש-השנה", האָט אַמאָל געזאָגט דער רבי. נאָך רבי נחמנס טויט, האָבן זײַנע חסידים זיך אָפּגעזאָגט אויסצוקלײַבן אַ נײַעם רבין, און האָבן ממשיך געווען זיך צו פֿאַרזאַמלען ראָש-השנה בײַ זײַן קבֿר.
נאָך דער רעוואָלוציע האָט די סאָוועטישע מאַכט פֿאַרמאַכט די גרענעצן; ביז די 1960ער יאָרן, זײַנען בלויז געציילטע חסידים אָנגעקומען ראָש-השנה קיין אומאַן דורך אומלעגאַלע מיטלען, שטעלנדיק זייער לעבן אין סכּנה. אין 1934 האָט סטאַלינס רעגירונג געגעבן 28 חסידים פֿון פֿאַרשיידענע ערטער אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אַ דערלויבעניש צו באַטייליקן זיך אינעם "קיבוץ"; 16 פֿון זיי זענען דערהרגעט געוואָרן גלײַך אין אומאַן, און די איבעריקע זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר.
אינעם יאָר 1988 האָט די סאָוועטישע רעגירונג אַרײַנגעלאָזט קיין אומאַן 250 אויסלענדישע חסידים; נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט די "קיבוץ" אָנגעהויבן גיך וואַקסן; אינעם יאָר 1990 האָבן אין אומאַן געפּראַוועט ראָש-השנה שוין בערך 2,000 חסידים.
אַחוץ דעם קבֿר פֿונעם רבין, באַזוכן די חסידים דעם וווּנדער-פּרעכטיקן אומאַנער פּאַרק "סאָפֿיִעווקע", געגרינדעט אין 1796 דורכן פּוילישן גראַף סטאַניסלאַוו פּאָטאָצקי, לכּבֿוד זײַן גריכישער פֿרוי סאָפֿיִע. אין 1768 האָבן די הײַדאַמאַקן, אוקראַיִנישע אויפֿשטענדער קעגן דער פּוילישער שליאַכטע, אויסגעהרגעט אין אומאַן צענדליקער טויזנטער ייִדן; רבי נחמן האָט געבעטן צו באַערדיקן אים דווקא אין אומאַן, כּדי צו געבן אַ תּיקון דעם אָרט פֿון דער שרעקלעכער שחיטה. בעתן חורבן, האָבן די נאַציס דערשאָסן אין אומאַן בערך 17,000 ייִדן. מע דערציילט, אַז די נשמות פֿון די אומגעקומענע באַהאַלטן זיך אין די ביימער פֿונעם פּאַרק "סאָפֿיִעווקע".
ס׳איז פּאַראַדאָקסיש, אַז דווקא אַזאַ אָרט, פֿאַרבונדן מיט די סאַמע שוואַרצע בלעטער אין דער ייִדישער געשיכטע, ווערט באַטראַכט אין דער חסידישער וועלט דווקא ווי אַ הייליק אָרט, צוליב דעם גרויסן כּוח פֿונעם צדיק. אַ טייל חסידים האַלטן, אַז אין אומאַן איז דאָ אַ באַזונדער-דערהויבענער מין קדושה, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אַפֿילו אין ארץ-ישׂראל.
רבי נחמן בראַצלעווער, אַן אוראייניקל פֿונעם בעל-שם-טובֿ, איז זיכער געווען איינער פֿון די גרעסטע צדיקים און דענקער אין דער געשיכטע פֿון ייִדישקייט. במשך פֿון זײַן קורץ לעבן, האָט ער פֿאָרמולירט אַן אוניקאַלע שיטה אין חסידות, וואָס נעמט אין באַטראַכט אַלע אַספּעקטן פֿונעם מענטשלעכן לעבן, אַרײַנגערעכנט דעם גײַסטיקן תּוכן פֿון מוזיק, פּאָעזיע און פֿאָלקלאָר. דער רבי אַליין האָט אַמאָל געזאָגט, אַז "די גאַנצע וועלט, אַפֿילו נישט ייִדן, נייטיקן זיך אין אים"; דאָס בראַצלעווער חסידות האָט טאַקע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די וועלטלעכע פֿילאָסאָפֿן און קולטור-טוער. צום באַדויערן, האָט דער גרויסער רבי געליטן פֿון אַ שאַרפֿן מחלוקת מצד זײַנע קעגנער; אין אַ טייל חסידישע קהילות, בפֿרט אין די קרײַזן, פֿאַרבונדן מיטן טשערנאָבילער חסידות, זענען זײַנע ספֿרים שטרענג פֿאַרבאָטן.
בײַ 38 יאָר, דעם צווייטן טאָג חול-המועד סוכּות, אויסגעמאַטערט פֿון רדיפֿות, וואַנדערונגען און קראַנקייט, איז רבי נחמן געשטאָרבן פֿון טובערקוליאָז. דער יונג-פֿאַרשטאָרבענער רבי פֿלעגט זאָגן: "מײַן פֿײַערל וועט טליִען ביז משיח וועט קומען". מע זעט טאַקע, אַז ער איז געווען גערעכט: רבי נחמנס קבֿר אין אוקראַיִנע ווערט מער באַערט בײַ די חסידים, ווי די גרעסטע הויפֿן פֿון די לעבעדיקע רביים.