|
ייִדישע פּויערים אינעם דאָרף לוואָוואָ, כערסאָנער גובערניע, אָנהייב 20טן יאָרהונדערט |
|
מיט אַ חודש צוריק האָט דער קאָלומביע-אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, דורכגעפֿירט אַ קאָנפֿערענץ אונטערן נאָמען "ייִדן און אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם". דעם זיבעטן מערץ האָט דער "פֿאָרווערטס" פּובליקירט אַ באַריכט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו, וועגן די עיקר-טעמעס, וואָס זענען באַהאַנדלט געוואָרן אויף דער דאָזיקער אונטערנעמונג.
בעת דער קאָנפֿערענץ האָבן אַ צאָל באַקאַנטע אַמעריקאַנער עקאָנאָמיסטן, היסטאָריקער און ליטעראַטור-פֿאָרשער איבערגעחזרט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דעם זעלבן לײַטמאָטיוו: קאַפּיטאַליזם איז, כּלומרשט, די נאַטירלעכסטע, די בעסטע און די סאַמע דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרדענונג. אַ צאָל באַטייליקע האָבן געמאָלדן, אַז ייִדן זענען פֿון קדמונים אָן געווען אַ פֿאָלק פֿון געלט און האַנדל, און אַז פֿון די אַמאָליקע ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונגען האָט זיך הײַנט אויסגעלאָזט אַ בוידעם, ווײַל סאָציאַליזם איז, לויט זייער מיינונג, בעצם פֿרעמד דעם ייִדישן פֿאָלק.
בעת דער קאָנפֿערענץ, האָט נענסי סינקאָף, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע בײַם "ראַטגערס"-אוניווערסיטעט, באַטראַכט דעם געדאַנק, אַז די קעגנערשאַפֿט פֿון ייִדישע סאָציאַליסטן צו קאַפּיטאַליזם איז, כּלומרשט, אַ "פּראָדוקט פֿון אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן", וועלכע זענען אײַנגעוואָרצלט געוואָרן צווישן ייִדן, און האָבן גורם געווען דעם פֿענאָמען פֿון דער ייִדישער "זעלבסט-שׂינאה". די דאָזיקע וווּנדערלעכע טעאָריע האָט פּראָפֿ׳ סינקאָף געפֿונען אין די פּובליציסטישע אַרטיקלען פֿון צוויי אַמעריקאַנער נאָע-קאָנסערוואַטיווע היסטאָריקער, לוסי דאַווידאָוויטש און גערטרוד הימעלפֿאַרב.
דאַווידאָוויטש איז די אויטאָרין פֿון דער וויכטיקער חורבן-פֿאָרשונג "די מלחמה קעגן די ייִדן". אַ טייל היסטאָריקער קריטיקירן זי, אָבער, פֿאַרן איגנאָרירן אַ וויכטיקן אַספּעקט פֿון דער חורבן-געשיכטע. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט פֿון אָנהייב אָן געוווּסט וועגן דעם חורבן, נאָר זי האָט זיך אָפּגעזאָגט אַרײַנצולאָזן די ייִדישע פּליטים, און האָט ווייניק געטאָן צו ראַטעווען די אַסירים פֿון טויט-לאַגערן; אַ סך היסטאָריקער טענהן דערפֿאַר, אַז רוזוועלטס אַדמיניסטראַציע טראָגט אַ געוויס אַחריות פֿאַרן חורבן. דאַווידאָוויטש, זײַענדיק אַ הייסע אַמעריקאַנער פּאַטריאָטקע, פֿלעגט כּסדר ריינוואַשן די אַמעריקאַנער מלוכה.
הימעלפֿאַרב איז אַ הייסע שטיצערין פֿון שטרענגער "וויקטאָריאַנישער" מאָראַל. אין איר בוך "איין נאַציע, צוויי קולטורן", האָט זי געטענהט, אַז די קאָנטער-קולטור פֿון די 1960ער יאָרן האָט הײַנט, כּלומרשט, פֿאַרכאַפּט גאַנץ אַמעריקע; די מחברין האָט גערופֿן זיך אומצוקערן צו אַזעלכע ווערטן, ווי דאָס גלייבן אין געזעץ און מאַכט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזעלכע היסטאָריקער, וואָס האַלטן פּאַטריאָטיזם און מאַכט פֿאַר די גרעסטע ווערטן אין דער וועלט, ווילן דערווײַזן, אַז דער פֿאַקט, וואָס זייער פֿאָלק האָט זיך באַטייליקט אין אַזויפֿיל רעוואָלוציעס, מוז זײַן אַ רעזולטאַט פֿון "אַנטיסעמיטישער השפּעה". ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די שטיצער פֿון קאַפּיטאַליזם ווילן באַטאָנען אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור דווקא די קאַפּיטאַליסטישע טענדענצן. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מע מעג זיך דערבײַ אַראָפּלאָזן צו קרומע אַרגומענטן און בילבולים.
ס׳רובֿ גרויסע ייִדישע שרײַבער זענען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט; באַקומט זיך, אויב אַזוי, אַז לויט דער וווּנדערלעכער נעאָ-קאָנסערוואַטיווער טעאָריע, זענען זיי, נעבעך, געווען "אָנגעשטעקט מיט אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן".
ווען די ייִדישע אָרעמע-לײַט, אויסגעהונגערט און אויסגעפּײַניקט, האָבן זיך באַטייליקט אין די רעוואָצוליאָנערע באַוועגונגען, האָבן זיי דאָרטן אָפֿט געשפּילט די אַקטיווסטע ראָלעס. די ערשטע אַנאַרכיסטישע אָרגאַניזאַציע אין דער רוסישער אימפּעריע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1903, אין ביאַליסטאָק, און איז באַשטאַנען דורכאויס פֿון ייִדן. די ביאַליסטאָקער אַנאַרכיסטן האָבן אַרויסגעוויזן אַן אומגלייבלעכע מסירת-נפֿש; אַ סך פֿון זיי זענען אומגעקומען אין קאַמף.
לויט דער נעאָ-קאָנסערוואַטיווער לאָגיק קומט אויס, אַז די ביאַלאָסטאָקער העלדן האָבן אָפּגעגעבן זייערע לעבנס צוליב דער "פֿאַראינערלעכטער שׂינאה" צום אייגענעם פֿאָלק. עס פֿרעגט זיך דעמאָלט אַ קשיא: פֿאַרוואָס האָבן זיך אַ סך האָרעפּאַשניקעס פֿון אַנדערע פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט די רוסן, אויך באַטייליקט אין דער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט? מחמת דעם אַכזריותדיקן אומיושר אינעם צאַרישן רוסלאַנד, אָדער אויך צוליב זייער "זעלבסט-שׂינאה", "אינערלעכער רוסאָפֿאָביע" און אַנדערע מעטאַפֿיזישע מאַנקאָליעס?
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז סאָציאָליזם האָט פֿאַרשיידענע פֿאָרמען און געשטאַלטן, און באַגרענעצט זיך נישט מיט דעם קרומען סאָוועטישן אָפּטײַטש פֿונעם וואָרט. זינט די אוראַלטע צײַטן האָבן פֿאַרשיידענע גרופּעס מענטשן געלעבט אין געזעלשאַפֿטן, וואָס שטימען מער-ווייניקער מיט סאָציאַליסטישע אידעען — אינעם ברייטן, נישט מאַרקסיסטישן זין פֿונעם וואָרט.
אין אייראָפּע זענען די פֿריִיִקע פּראָטאָ-סאָציאַליסטישע באַוועגונגען געווען פֿאַרבונדן מיט ראַדיקאַלע קריסטלעכע גרופּעס. צום בײַשפּיל, האָבן די ענגלישע "דיגערס" אָרגאַניזירט אינעם 17טן יאָרהונדערט אַ סיסטעם ווירטשאַפֿטלעכע קאָמונעס, באַגרינדעט אויף אַנאַרכיסטיש-סאָציאַליסטישע פּרינציפּן. פֿאַרן יסוד פֿון זייער סאָציאַלער טעאָריע, האָבן זיי גענומען די פֿראַזע פֿונעם "נײַעם טעסטאַמענט", וווּ עס ווערט באַשריבן דאָס לעבן פֿון די פֿריִיִקע קריסטן אין ירושלים, וועלכע האָבן געפֿירט אַ קאָמונאַלע ווירטשאַפֿט. אין אַן אַנדער אָרט שטייט אינעם זעלבן קריסטלעכן בוך, אַז די אַפּאָסטאָלן האָבן געהייסן זייער קהילה צו באַזאָרגן יעדן מיטגליד "לויט זײַנע באַדערפֿענישן".
במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זענען די סאָציאַליסטישער אידעען געוואָרן אַלץ מער סעקולער, און אָפֿטמאָל שאַרף אַנטי-רעליגיעז. אַ סך סאָציאַליסטן ווייסן נאָך אַלץ נישט, אַז דער באַרימטער לאָזונג פֿון קאַרל מאַרקס, "פֿון יעדן לויט זײַן פֿעיִקייט, צו יעדן לויט זײַנע באַדערפֿענישן", שטאַמט פֿון דער קריסטלעכער ביבל. פֿונוואַנען, אָבער, האָבן די קריסטן אַליין גענומען די דאָזיקע אידעע? די פֿריִיִקע קריסטלעכע קהילות האָבן געפֿאָלגט, בדרך-כּלל, דעם לעבן-שטייגער פֿון די איסיים ("Essenes") — די ייִדישע מיסטיקער, וועלכע האָבן געפֿירט אַזאַ קאָמונאַלן שטייגער לכל-הפּחות מיט צוויי הונדערט יאָר פֿריִער, איידער דער גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע איז געבוירן געוואָרן. דאָס הייסט, אַז דער מערבֿדיקער סאָציאַליזם שטאַמט, אומדירעקט, דווקא פֿון אַ ייִדישער באַוועגונג.
אַ טייל באַקאַנטע רבנים האַלטן, אַז די איסיים — אוראַלטע ייִדישע אַסקעטן, מיסטיקער און רעוואָלוציאָנערן — זענען געווען די "ערשטע חסידים", וואָס ווערן דערמאָנט אין אַ סך ערטער אינעם תּלמוד. אינעם באַקאַנטן געשיכטע-ספֿר "סדר־הדורות", פֿונעם מינסקער רבֿ יחיאל היילפּרין, ווערן זיי געלויבט ווי די סאַמע ראַדיקאַלע גרופּע צווישן די פּרושים (פֿרומע ייִדן פֿון יענער תּקופֿה); הרבֿ היילפּרין האָט צוגעגעבן אויך אַ כּמו-אַנאַרכיסטישן פּרט וועגן די איסיים: אַז זיי האָבן געגלייבט, אַז בלויז ג-ט האָט דאָס רעכט צו געוועלטיקן איבער מענטשן, און אַז דווקא זיי האָבן איניציִיִרט דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוימישער מאַכט; הגם אַזעלכע ספֿרים, ווי "סדר־הדורות", פֿאַרנעמען זיך בלויז מיט געשיכטע און גיבן נישט קיין פּראַקטישע עצות, האָבן אַ סך טראַדיציאָנעלע מחברים בפֿירוש געלויבט די אוראַלטע ייִדישע רעוואָלוציאָנערן.
אין דער פֿאָרמעלער הלכה דאָמינירט אַ מער נייטראַלער צוגאַנג צו מאַכט און האַנדל; פֿונדעסטוועגן, זענען פֿאַרשיידענע פּראָ-סאָציאַליסטישע אידעען געווען כּסדר פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן, בפֿרט צווישן די מיסטיקער און אַסקעטן.
אַ צאָל מחברים פֿון מוסר-ספֿרים האָבן באַמערקט, אַז הגם אין דער גמרא זענען דאָ אַ סך הלכות וועגן האַנדל, קומט קאַפּיטאַליזם גופֿא אין סתּירה מיט דער ייִדישער עטיק. אַ סך פּראָ-סאָציאַליסטישע און פּראָ-אַנאַרכיסטישע געדאַנקען זענען קאָנצענטרירט אין פֿאַרשיידענע קאָמענטאַרן צו "פּרקי-אָבות", בפֿרט אַרום דער משנה "אהובֿ את המלאָכה ושׂנא את הרבנות" — "האָב ליב אַרבעט און האָב פֿײַנט מאַכט". דער אַנדערער וויכטיקער קוואַל פֿון אַזעלכע געדאַנקען איז די אַנדערע משנה אין פּרקי-אָבֿות, וווּ עס שטייט, אַז דער בעסטער פּרינציפּ פֿון סאָציאַלע באַציִונגען איז "מײַנס איז דײַנס, און דײַנס איז דײַנס"; אַ טייל מפֿרשים טײַטשן עס אָפּ ווי קריטיק פֿון פּריוואַטער אייגנטום.
אין 1797 איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן "ספֿר-הברית", אַ קלאַסיש מוסר-ווערק פֿונעם ווילנער רבֿ און מקובל הרבֿ פּנחס אליהו האָראָוויץ. אינעם צווייטן טייל פֿונעם ספֿר, לויבט דער מחבר די מעלות פֿון פּראָדוקטיווער אַרבעט, רופֿט צו ברידערלעכער ליבע און סאָלידאַריטעט צווישן אַלע פֿעלקער, און קריטיקירט גאָר שאַרף די ייִדישע געשעפֿטס-לײַט. הרבֿ האָראָוויץ האָט זיי באַשולדיקט אין פּאַראַזיטישקייט און שווינדלערײַ, ווי אויך אין פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם, שאַפֿנדיק די רעפּוטאַציע פֿון "ייִדן-פּאַראַזיטן".
אין דער זעלבער צײַט, האָבן די חסידים אויך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע אידעאַלן, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרזייען אינעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום "קערנדלעך" פֿון סאָציאַליזם. דער חסידישער געדאַנק האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף אַזעלכע ראַדיקאַלע דענקער, ווי מאַרטין בובער און גוסטאַוו לאַנדאַוער.
אינעם יאָר 1845 איז אין דאַנציג אַרויס אַ נײַער באַנד פֿונעם פֿילבענדיקן קלאַסישן משניות-קאָמענטאַר "תּפֿארת-ישׂראל". דער מחבר, הרבֿ ישׂראל ליפּשוץ, האָט אָפּגעטײַטשט די אויבן-דערמאָנטע משנה "אהובֿ את המלאָכה" אויף אַ בולטן פּראָ-סאָציאַליסטישן אופֿן. ער האָט גערופֿן צו פֿאַרנעמען זיך דווקא מיט אַ פּראָדוקטיווער מלאָכה, און געמאָלדן, אַז "האַנדל איז אַ רויבערישע פֿאַך". הרבֿ ליפּשוץ האָט געהאַלטן, אַז דער ערגסטער מין געשעפֿט-באַשעפֿטיקונג זענען הלוואות, ווײַל "חובֿות פֿאַרוואַנדלען דאָס מענטשלעכע לעבן אין אַ גיהנום".
אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט סאָציאַליזם זיך ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן. ס׳רובֿ ייִדישע סאָציאַליסטן זענען געוואָרן וועלטלעכע ייִדן, וועלכע האָבן זיך אָפֿט באַצויגן צו רעליגיע מיט אַ בפֿירושער שׂינאה; פֿאַרשטייט זיך, האָט אַזאַ שטימונג אַרויסגערופֿן אַ נעגאַטיווע רעאַקציע אין די טראַדיציאָנעלע קרײַזן. פֿונדעסטוועגן, האָבן די סאָציאַליסטישע אידעאַלן, בפֿרט אין זייער אַנאַרכיסטישער פֿאָרמע, פֿאַראינטערעסירט אַ צאָל פֿרומע דענקער און טוער; עטלעכע באַקאַנטע חסידישע רבנים האָבן זיי באַטראַכט ווי אַ נאַטירלעכער המשך און רעאַליזאַציע פֿון תּורה-עטיק.
הרבֿ יהודה-לייב אַשלג, דער מחבר פֿון צענדליקער בענדער קבלה-ספֿרים, איינער פֿון די גרעסטע און באַרימטסטע מקובלים אין דער געשיכטע, האָט זיך אין זײַן יוגנט אינטערעסירט מיט קאָמוניזם, און פֿלעגט זיך באַטייליקן אין די ערשט-מײַיִקע דעמאָנסטראַציעס אין וואַרשע. אין זײַנע פּאָליטישע עסייען, האָט ער אָפּגעטײַטשט אַ צאָל מאַרקסיסטישע אידעען אויף אַן אָריגינעלן קבלהדיקן פֿרומען אופֿן. ווען הרבֿ אַשלג האָט זיך אַנטוישט אין דעם סאָוועטישן דיקטאַטאָרישן סאָציאַליזם, האָט זײַן פּאָליטישע שיטה, וועלכע ער האָט אָנגערופֿן "אַלטרויִסטישער קאָמוניזם", אָנגענומען אַן אַנאַרכיסטישן כאַראַקטער; הרבֿ אַשלג האָט געשריבן, אַז "ס׳איז נישטאָ קיין ערגערע בושה און בזיון, ווי צו זײַן אונטערן צוואַנג פֿון דער רעגירונג". ווען דער מקובל איז אָנגעקומען קיין ארץ-ישׂראל, האָט ער דאָרטן געגרינדעט אַן אייגענע קבלה-צײַטונג "האומה"; די בריטישע מאַכט האָט זי אָבער פֿאַרווערט ווי אַ ראַדיקאַל-לינקע.
ווען דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדר דער ערשטער האָט דערלויבט די ייִדן צו שאַפֿן אייגענע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, האָט דער צווייטער רבי פֿון חב״ד, רבי דובֿ־בער שניאורי, אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע צו שאַפֿן אַזעלכע קאָלאָניעס אין דרום-אוקראַיִנע. צוליב דער טעטיקייט פֿון די חב״ד-רביים, זענען אינעם דרומדיקן טייל פֿון אוקראַיִנע, דער עיקר אין דער כערסאָנער און יעקאַטערינאָסלאַווער גובערניעס, געשאַפֿן געוואָרן גאַנצע קהילות פֿון חסידישע פּויערים.
דער פֿריִערדיקער ליובאַוויטשער רבי, ר׳ יוסף-יצחק שניאורסאָן, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות, אַז דאָס שטעטל ליובאַוויטש איז געגרינדעט געוואָרן דורך די אידעאַליסטישע ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט זיך מפֿרנס זײַן מיט זייער אייגענער מי, און געשאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע זעלבסט-פֿירנדיקע קאָלאָניע, וווּ עס האָט געהערשט ברידער-ליבע צווישן אַלע מענטשן, ייִדן און ניט-ייִדן; דעריבער, לויט דער לעגענדע, שטאַמט דער נאָמען ליובאַוויטש פֿונעם וואָרט "ליבע".
צוליב אַזאַ צוגאַנג צו לאַנדווירטשאַפֿט, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע סיבות, האָבן אַ ריי פּראָמינענטע חב״ד-רבנים זיך פֿאַראינטערעסירט מיט סאָציאַליזם און אַנאַרכיזם. הרבֿ שניאור-זלמן ראַבינקאָוו, אַ רבֿ און אַן אוטאָפּישער סאָציאַליסט פֿון הײַדעלבערג, האָט משפּיע געווען אויף דער ראַדיקאַלער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם פּסיכאָלאָג עריך פֿראָם; בײַם זעלבן רבֿ האָט זיך אויך געלערנט דער סאָציאַליסט-רעוואָלוציאָנער יצחק-נחמן שטיינבערג, אַליין אַ פֿרומער ייִד.
הרבֿ אַבֿרהם-יהודה חן, אַ פּראָמינענטער חב״ד-רבֿ פֿונעם שטעטל נאָוואָזיבקאָוו, שפּעטער פֿון ניעזשין — אַ באַקאַנטער צענטער פֿונעם חב״ד-חסידות — האָט בפֿירוש געשטיצט אַנאַרכיזם; אין זײַן ספֿר "במלכות היהדות", האָט ער אָנגערופֿן דעם גרויסן רוסישן אַנאַרכיסט פּיאָטר קראָפּאָטקין "אַ צדיק פֿון דער נײַער צײַט".
צום באַדויערן, ווערט דאָס וואָרט "סאָציאַליזם" הײַנט אַסאָציִיִרט מיט דעם סאָוועטישן רעזשים, וועלכער האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט, אין תּוך אַרײַן, אַ גראָטעסק-פֿאָרמע פֿונעם זעלבן קאַפּיטאַליזם, וווּ די ראָלע פֿונעם הערשנדיקן קלאַס האָט אויסגעפֿירט די איינציקע "מעגאַ-קאָרפּאָראַציע" — די מלוכה. פֿון די דאָזיקע בײַשפּילן, וואָס שעפּן ווײַט נישט אויס די טעמע, זעט מען אָבער גאַנץ קלאָר, אַז די סאָציאַליסטישע אידעען — אינעם ברייטן זין פֿון וואָרט — זענען קיינמאָל נישט געווען פֿרעמד דעם ייִדישן פֿאָלק.
ייִדן האָבן תּמיד געקעמפֿט פֿאַר יושר, פֿרײַהייט און גלײַכקייט, און האָבן פֿײַנט געהאַט אומיושר. דערפֿאַר האָבן זיי געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין ראַדיקאַלע באַוועגונגען — צום גוטן און צום שלעכטן. לויט דער מיינונג פֿון די "נעאָ־קאָנס" באַקומט זיך, אַז די רעוואָלוציאָנערע ערערגיע פֿון אונדזער פֿאָלק איז "אַ פּראָדוקט פֿון פֿאַראינערלעכטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן". מילא, זאָלן זיי גלייבן אין דעם. מיר דאַכט זיך אָבער, אַז די דאָזיקע אויסטערלישע טעאָריע גופֿא שמעקט מיט אַ היפּשער מאָס "זעלבסט-שׂינאה".